נאך זיין חתונה האט דער הייליגער רבי שלום קאמינקער אנגעהויבן טראכטן וויאזוי און מיט וואס ער וועט ברענגען פרנסה פאר זיין שטוב. צווישן די פארשידענע פלענער און געדאנקען וואס זענען אויפגעקומען א מחשבה: אפשר זאל ער מחבר זיין און דרוקן ספרים, און אויף דעם אופן פארדינען געלט צו שפייזן זיין הויזגעזינד?
אבער גלייך האט ער אוועקגעווארפן דעם געדאנק פון זיך! און ער האט זיך אנגערופן: "צי וועל איך דען לערנען מיין גאנץ לעבן בלויז פאר געלט?! איז דאס דען דער ריכטיגער וועג פון 'תורה לשמה'?!"
אויפ'ן פלאץ האט ער אפגעמאכט מיט א פעסטקייט: "פון מיר וועט נישט פארבלייבן אפילו איין בלעטל שמות..." – דאס הייסט, ער וועט נישט אליין דרוקן קיין שום ספר.
דערנאך איז אים אויפגעקומען נאך א געדאנק: אפשר זאל ער אננעמען צו זיין א מנהיג עדה און פירן חסידים, און אויף דעם אופן האבן פרנסה פאר זיין משפחה?
אבער אויך דעם געדאנק האט ער גלייך אפגעווארפן מיט גרויס שרעק: "חס ושלום! זאל איך ווערן א רבי בלויז צוליב פרנסה?!"
טאקע אזוי האט דער הייליגער קאמינקער געהאלטן זיין הייליגן ווארט: זיין גאנץ לעבן האט ער נישט געדרוקט קיין שום ספר, טראץ דעם וואס ער האט געהאט גאנצע קאסטנס אנגעפילט מיט זיינע כתבי יד – הערליכע און טיפע חידושים אין אלע מקצועות התורה!
אויך האט ער זיך קיינמאל נישט געפירט מיט קיין רעביסטעווע. ער איז געווען א תלמיד מובהק ביים הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, און נאך זיין פטירה איז ער געפארן צום הייליגן שר שלום מבעלזא זי"ע און צו אנדערע גרויסע צדיקים. אפילו נאך דער הסתלקות פון זיינע הייליגע רבי'ס, ווען תלמידים און חסידים האבן זייער שטארק געבעטן און געדרוקט אויף אים ער זאל אננעמען די כתר האדמו"רות, האט ער זיך בשום אופן נישט צוגעלאזט דערצו.
אונטערגעקומען,
איז
אים
זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל אמן!