Skip to content
מעשה של פרנסה

הרה"ק רבי שלום ב"ר יעקב יוסף (ראזנפעלד) זצוק"ל מקאמינקא כ' מרחשון

  • Vayeira
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ואלה תולדות: דער הייליגער קאמינקער ר' שלום ראזנפעלד זי"ע איז געבוירן געווארן צו זיין טאטע דער גביר רבי יעקב יוסף, און צו זיין מאמע מרת יענטא ע"ה אין שטאט ראווע. אין זיינע יונגע יארן, איז ער שוין געווען באקאנט אלס יונגער עילוי, און מען האט אים גערופן "דער ראווע עילוי". אלט זייענדיג בלויז 9 יאר, האט ער שוין געענדיגט גאנץ ש"ס. אין יענע יארן האט ער געלערנט ביי די גאונים, רבי הירש חריף און רבי שלמה קלוגער זי"ע. נאך פאר די בר מצוה איז ער שוין א חתן געווארן צו ר' נפתלי נתן הירש, וועלכע מען האט גערופן "דער גראף פון קראשוב". נאך די חתונה איז ער געבליבן וואוינען אין שטאט ראווע ביז שנת תקפ"ב, דעמאלט איז ער אויפגענומען געווארן צו דינען אלס רב אין שטאט יאריטשוב, און נאך פופצן יאר איז ער געווארן רב אין שטאט קאמינקא. ער איז געווען פון די גרעסטע תלמידים פון הייליגן ראפשיצער רב זי"ע, אזוי אויך איז ער געפארן צום שר שלום פון בעלזא זי"ע. ער איז באקאנט מיט זיינע ווערטליך, אויף וועלכע די צדיקים זענען געווען מבינים אז עס ליגט הויכע ענינים דערין. ער איז נפטר געווארן כ' מרחשון תרי"ב.

More in this printout

View the whole printout