אין דעם זעלבן ענין, ווי די צדיקים פלעגן נוצן לשונות הפסוק מיט מורא'דיגע חכמה און מליצה, ווערט דערציילט א שיינע מעשה:
פורים שנת תש"כ ביים משתה היין טיש פון רביה"ק זי"ע, בשעת מען האט געטיילט שיריים פון די וויין, האט אינמיטן דער רבי פארלאנגט:
"גיבט מיר אויך"!
האט דאן איינע פון די מקורבים ביי רביה"ק זי"ע דערמאנט א דבר צחות, וואס דער הייליגער ר' שלום קאמינקער האט אמאל אין א געלעגנהייט געזאגט:
עס איז געווען אמאל ווען דער גבאי פון הייליגן ר' שלום קאמינקער האט געטיילט שיריים פאר'ן עולם פון א געבראטענער גאנז (אוז). דער עולם האט זיך צוגעכאפט, און עס האט אויסגעזען ווי פאר'ן רבין אליין וועט כמעט גארנישט איבערבלייבן.
האט זיך דער קאמינקער רב אנגערופן צום גבאי מיט א שמייכל, נוצנדיג דעם באקאנטן פסוק אין קאפיטל ל"ז אין תהילים:
"שְׁמָר תָם ורְׁאֵה יָשָר, כִּי אַחֲרִּית לְׁאִּיש שָלֹום!"
און ער האט עס אזוי אויסגעטייטשט אויפ'ן פלאץ:
• מיינט גאנץ, אבער ער האט דאס אויסגעטייטשט ווי א 'גאנז' – דער או...)ז
• ערליך פאר יעדן...
•
"שְׁמָר תָם" – היט אפ די "גאנז" (תם
"ורְׁאֵה יָשָר" – און זע צו טיילן גלייך און
"כִּי אַחֲרִּית לְׁאִּיש שָלֹום" – אבער צום סוף,
זאלסטו איבערצולאזן א חלק פאר שלום'ען (פאר רבי שלום אליין)!
(מושיען של ישראל ח"א עמ' ר"ט)
נישט
פארגעסן