הרה"ח ר' משה אהרן פון פערליק האט דערציילט א חסיד וואס פלעגט פארן יעדן יאר צום חוזה מלובלין אויף ראש השנה. איין יאר ווען ער איז אנגעקומען צום רבין האט אים דער רבי אהיים געשיקט און געזעגנט זיך פון אים, דער חסיד האט זיך זייער דערשראקן ווייל אלע יארן פארט ער צום רבין און פארוואס שיקט אים דער רבי יעצט אהיים? און ער וועט שטארק פארזארגט אבער ער געזעגנט זיך פון רבין און פארט אהיים, אויפן וועג אהיים איז ער אריין אין א קרעטשמע וואס דארטן זענען געווען חסידים וואס זענען געפארן צום רבין פון לובלין. און ער גיסט אויס זיין הארץ פאר די חסידים, פארוואס דער רבי שיקט אים אהיים. די חסידים האבן זיך געזעצט צו א נאכטמאל מיט א חסידישע פארברענגען און זיי נעמען ארויס בראנפן און טרינקען לחיים מיט א ליבשאפט און ווינטשן דעם חסיד מיט א געזונטער יאר, און אין דער פרי רעדן זיי אים איין אז ער זאל מיט פארן מיט זיי צום רבין, און זיי וועלן שוין ממליץ זיין אויף אים פאר'ן רבין. און אזוי איז געווען. זיי קומען אן צום רבין און געבן שלום צום רבין און אויך דער חסיד גיט שלום און דער רבי זאגט אים גארנישט. און האט נישט קיין קפידא פארוואס ער איז צוריק. און פארקערט מען האט דארקענט אויפן רבין אז ער איז צופרידן אז דער חסיד איז צוריק געקומען אויף ראש השנה. און עס ווערט שטיל און דער הייליגער חוזה רופט זיך אן: יעצט איז מיר פארשטענדליך דער מדרש כשישראל יושבים ביחד ושותים לחיים הקב"ה מוחל להם את עוונתיהם ע"כ. זאגט דער רבי איך האב געזען ווי דינים זענען שורה אויף דעם חסיד און עס איז נגזר געווארן אויף אים, אז ער זאל אוועק גיין פון די וועלט די קומענדיגע יאר.און איך האב נישט געקענט מבטל זיין די גזירה. דעריבער האב איך אים געהייסן אהיים פארן, אבער יעצט זעה איך אז צוליב די חסידים וואס האט געזעצן מיט ליבשאפט און געטרונקען לחיים, האבן זיי ממתיק געווען די דינים פון דעם חסיד און די גזירה איז בטל געווארן. נאך דעם האט ממשיך געווען דער הייליגער חוזה: אז מען קען געבן א טעם צום מדרש פארוואס דורך לחיים איז דא מחילת עוונות. ווייל אין זכרינו לחיים וכו' איז דא 10 ווערטער, ווייל אלקים חיים איז איין ווארט באמת. וואס דער אויבערשטער איז אלקים חיים אויף אייביג. קומט אויס אז די ווערטער זכרינו לחיים וכו' איז אנקעגן די עשרת ימי תשובה, און דער לעצטער ווארט אלקים חיים גייט ארויף אויף יום כיפור, וואס דאס איז א יום סליחה ומחילה. און אלקים איז בגימט' פ"ו כמנין כו"ס, איז דורך טרינקען לחיים איז דא סליחה ומחילה אזוי ווי ביי יום כיפור ע"כ דברי החוזה מלובלין. דער זעלבער ענין ווערט אויך געברענגט אין ספר שבחי צדיקים בשם הרה"ק ר' יהודה צבי מראזדיל זיע"א צו מפרש זיין די מדרש, און ער שטעלט צו אויך דעם ענין פון כו"ס וואס דאס איז גורם צו מחילת עוונות, אזוי ווי ביי יום כיפור. (ספר סיפורי צדיקים)
More in this printout
- הקדמה לראש השנה איז אחדותדער ארטיקל באהאנדלט די וויכטיקייט פון שבח והודאה צום באשעפער אין ראש השנה, און ווי אהבת ישראל פירט צו א גוט יאר. עס ערקלערט אויך דעם באדייט פון "יום תרועה" און
- תשובה איז נאר מיט שמחהא שיינע געדאנק פארוואס מען דארף מקבל זיין דעם הייליגן טאג ראש השנה מיט שמחה, ווייל נאר דורך שמחה קען מען האבן א קלארן מוח צו טאן תשובה און מתפלל זיין.
- אוכלין תפוח בדבש תפוח איז בגימטריא פר"ו ורב"והמאמר דן במשמעות אכילת תפוח בדבש בראש השנה, ומסביר את הגימטריאות הקשורות לכך כסגולה לזרע של קיימא ולמחילה.
- חטא איז בגימטריא חטאדער ארטיקל באשרייבט די גימטריא פון "חטא" און די פארבינדונג צו ראש השנה, אריינגערעכנט א לערנונג פון ר' מנחם מענדל מקאצק זיע"א וועגן זיך היטן פון זינד.
- שרש פרה ראש ולענהדער הייליגער פרשיסחא טייטשט די ראשי תיבות פון שופר אלס שרש פרה ראש ולענה. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש וואס איז אריינגעפאלן קען זיך צוריק דערהויבן.
- דורך שופר ווערט רחמיםדער ארטיקל ערקלערט ווי דער קול שופר אין ראש השנה פארוואנדלט די מדת הדין פון גאט אין מדת הרחמים, באזירט אויף א פסוק אין תהלים.
- התפלה בר"ה שיתגדל ויתקדש שמיה רבאא קורצע געדאנק אויף די תפילות פון ראש השנה און ימים נוראים, אז דער עיקר ציל איז שיתגדל ויתקדש שמיה רבא און צו מאכן גאנץ דעם כסא און שם הוי'.
- יום הדין חודש תשריהמאמר מסביר מדוע חודש תשרי נקבע כיום הדין, ומדגיש את חשיבות הצדקה והרחמים בתקופה זו, כפי שמבואר בפרשת דרכים למשנה למלך.
- כתבנו "בספר" חיים טוביםדער תפארת שלמה פרעגט פארוואס מען בעט "כתבנו בספר חיים טובים" און נישט נאר "לחיים טובים", און ענטפערט אז מען בעט אז מען זאל זוכה זיין צו א גוטן לעבן און פרנסה, א
- דרוש דורך תשובה ווערט מען געהאלפןדער ארטיקל ערקלערט ווי תשובה איז פארבונדן מיט ישועה און בטחון. עס ווערט געברענגט א גימטריא פון פסוקים פון הושע און תהלים צו ווייזן אז תשובה פירט צו א נאענטע פאר