אחרית ימיו
די יארן פון לויפן קיין קיוב און שרעק און די מצב פון די אידן פון סטאלין וואס האבן שטארק געליטן פון די פאגראמען דעמאלטס, האט געשאט די געזונט פון רבין און האט געליטן אויף עטליכע מחלות, אין זומער תרפ"א האט דער רבי באקומען א לונג אנצינדונג וואס היינט איז דא גענוג רפואות פארדעם, און די עסקנים האבן געארבעט צו באקומען מעדעצינן אבער זיי האבן נישט געקענט באקומען און מען האט געפירט דעם רבין קיין דייטשלאנד צו די גרויסע דאקטוירים, אבער דער מצב איז געווארן ערגער און מען האט געשיקט דעם רבין אין א שפיטאל אין באדען נוהיים, און אין דעם צווייטן טאג ר"ה תרפ"ב איז דער רבי נסתלק געווארן במעמד פון אפאר קינדער און חסידים, מען האט געלייגט דעם רבין אין פראנקפורט כמנהג רבותינו צו באערדיגן נאנט צו וואו מען איז נפטר געווארן, אין דעם בית החיים וואס איז געווען אין מיטן שטאט ליגט אויך הגאון הצדיק ר' שמשון רפאל הירש זצ"ל, און מיט נסים איז די בית החיים געבליבן גאנץ אפילן מען האט באמבערדירט אין מיטן שטאט, און נאר איין קליין שטיקל פון די וואנט איז צובראכן געווארן, זיין ציון איז א פלאץ וואו עס גיסט זיך ישועות, אין דער זכות פון צדיק זאל מגין זיין פאר אונז אלע, פאר ישועות תמידית.