Skip to content
Pardes Yehuda

ביאור וואס איז דער עיקר מצות תקיעת שופר

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מקור: די תורה רופט אן ראש השנה יום תרועה וואס דאס איז די עיקר מצות היום. אין די גמרא מס' ר"ה שטייט אז די אויבעשטער האט געהייסען בלאזען מיט א שופר פון א איל כדאי ער זאל געדענקען עקידת יצחק וואס מ'האט שפעטער געמאכט דארט די איל אנשטאט יצחק אבינו, וואס השי"ת זאגט איך וועל רעכענען אזוי ווי איר אליין וואלט זיך מקריב געווען. נאך שטייט אין די גמ' אז א יאר וואס מ'בלאזט נישט אנפאנג יאר איז ח"ו דא שלעכט'ס סוף יאר, ווייל דער שטן איז נישט געווארען צומישט.

דער "טורי זהב" ברענגט א חלום וואס ער האט געחלומט לויט די גמרא, אויפן פסוק בחצוצרות וקול שופר הריעו לפני המלך ה', פשט איז אז איר זאלט בלאזען שופר לפני המלך ה', לפני מיינט פאר די אויבעשטער וועט ח"ו שלעכטס טאהן.

אין רמב"ם הלכות תשובה שטייט די טעם פון בלאזן שופר איז ווייל דאס וועקט אויף די מענטש וואס פארגעסט דעם אמת בהבלי הזמן וכו' ווי מיר געפונען ביי מתן תורה האט מען אויך גענוצט די קול שופר צו דערציטערען די אידן, ווי ס'שטייט טאקע וירא העם ויניעו, אויך בלאזט מען וועגען דעם א קול פון געוויין און קרעכצען אז די מענטש זאלן קומען צו בכיות אין ראש השנה.

אין מדרש שטייט אז אזוי ווי די קול פון שופר בלאזט מען אריין פון איין זייט און די קול קומט ארויס פון די אנדערע זייט, ווייל אויבעשטער זאגט ווען די מקטריגים קומען מיר זאגען די עבירות, גייט עס אריין פון איין זייט פין די אויער און ס'קומט ארויס פון די אנדערע זייט.

אין מדרש שטייט אויפ'ן פסוק אשרי העם יודעי תרועה פרעגט די מדרש גוים קענען דען נישט בלאזען שופר פארוואס רופט מען אן די אידן "יודעי תרועה" נאר זיי ווייסען וויאזוי איבערצובעטען זייער בורא מיט'ן קול שופר.

מנין התקיעות:

אין די משנה שטייט אז מ'דארף בלאזען שלש של שלש שלש, ווייל אין די תורה געפונען מיר דריי מאהל שטיין די ווארט תרועה אין מ'לערנט עס ארויס פון א גזירה שוה אויף ר"ה, און אויך געפונען מיר אז יעדע תרועה דארף האבען א תקיעה פון פארדעם און פון נאכדעם, ממילא האבען מיר א חשבון פון ניין תקיעות:

תקנת ר' אבהו:

מן התורה איז גענוג אז מ'בלאזט ניין תקיעות מיט דעם אלעם האט ר' אבהו מתקן געווען אז מ'זאל בלאזען דרייסיג, ווייל ס'איז געווען א ספק וואס די תורה האט געמיינט מיט די תרועה, צי דאס וואס מיר רופען תרועה, אדער וואס מיר רופען שברים, אדער דאס וואס מיר רופען שברים תרועה, ממילא דארף מען מאכען יעדע תרועה עקסטער דריי מאהל און א תקיעה פאר יעדע איינע און דערנאך, צוזאמען קומט אויס דרייסיג קולות.

תקיעות דמיושב:

די תקיעות וואס מ'בלאזט פאר שמונה עשרה, און דערפאר הייסט עס אזוי ווייל מ'פלעגט דעמאלט זיצן בשעת'ן בלאזען, און דערפאר בלאזט מען פאר שמו"ע און נאך שמו"ע כדי צו פארמישן דעם שטן אז ער זאל מיינען אז מ'האט שוין אפגעבלאזן און זאל אוועקגיין פון מקטרג זיין, אויך ווען ער זעהט מיט וואס פאר א חביבות מ'טוט די מצוה ווערט ער שוואך.

More in this printout

View the whole printout