Skip to content
Pardes Yehuda

דעם הַבֵן יַקִיר לִי אֶפְרַיִם האט צוריק געברענגט א נשמה צוריק צום שורש

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער הייליגער צדיק ר' דוד מטאלנא, זון פון הייליגן מגיד פון טשערנאביל זצוק"ל, און מחבר פון די ספרים ברכת דוד, מגן דוד און קהלת דוד, האט געהאט א חסיד ר' יענקל, מיטן גאנצן ברען, אויך א זעלטענער בעל תפילה, מיט א גוטע שטימע און ער האט געהאט א כח אז אפילו א פארשטיינערטער הארץ האט ער צוגאסן, און האט מיט זיין דאווענען אנגעווארעמט דעם עולם. און ווען עס איז געקומען די הייליגע טעג ביים צדיק ר' דוד און עס איז געקומען א גרויסער עולם זיין ביים צדיק, זענען געווען די תפילות פון ר' יענקל א העכערע עבודה פון השתפכות הנפש.

ר' יענקל האט געהאט א זון משה וואס האט געהאט א זעלטענע שטימע און ער האט געהאלפן זיין טאטן זינגען אפאר שטיקלאך אין דאווענען, אבער איין טאג האט ר' יענקל באקומען א לונגן אנצינדונג און געווארן זייער שוואך און האט כסדר געחזנ'ט דעם שטיקל פון הַבֵן יַקִיר לִי אֶפְרַיִם און זיין קליין משה'לע האט דאס גוט איינגעחזר'ט. לא עלינו איז ר' יענקל נפטר געווארן יונג. און משה איז געווארן א יתום און אנגעהויבן מאכן קונסן, און זיין מאמע האט אים פרובירט צו זאגן מוסר אבער ער האט זיך אויס געלאכט. מען האט גענומען א נייעם חזן אויף ימים נוראים וואס ער איז געווען זייער נאנט מיט ר' יענקל, און מען האט אים געבעטן ער זאל אכטונג געגעבן אויף דעם יונגן משה. אויף ר"ה האט דער חזן מיטגענומען משה אים צו העלפן, וועגן זיין זעלטענע שטימע.

דער חזן האט אויס געלערנט משה א נייעם ניגון אויף כְבַקָרַת רוֹעֶה עֶדְרוֹ פון דעם וּנְתַנָּה תּקֶף און משה האט דאס גוט איינגעחזר'ט. ווען עס איז אנגעקומען די צייט צו זינגען דער נייע ניגון, האט דער חזן געווינקן פאר משה'ן אנצופאנגען דעם ניגון און דער עולם ווערט שטיל. משה האלט זיך שטאלץ אבער בטעות האט ער אנגעהויבן דעם ניגון פון הַבֵן יַקִיר לִי אֶפְרַיִם וואס ער האט אזוי פיל געהערט ביי זיין טאטן. משה האט געזונגען און האט פארמאכט זיינע אויגן און ער האט געשוועבט אין א אנדער וועלט. דער חזן רעגט זיך, אבער דער רבי ר' דוד פון טאלנא האט געקוקט די גאנצע צייט אויף משה און ווען ער האט געענדיגט דעם ניגון האט דער רבי אים געהייסן אז ער זאל דאס זינגען נאכאמאל.

דאס מאל האט דער צדיק פון טאלנא זיך אויך פארטיפט אין דעם ניגון און זיך פאר'דביקות אין דעם, א וואונדער צום גאנצן עולם איז געווען, ווען דער רבי האט געוואונקען פאר משה דאס צו זינגען א דריטן מאל, דאס מאל האט זיך שוין געגאסן שווייס און טרערן פון צדיק און דער גאנצער עולם האט מיט געוויינט. דער ניגון האט אריין געברענגט א טיפן השתפכות הנפש און א העכערקייט ביי דעם גאנצן עולם. נאכן דאווענען האט דער רבי געדאנקט דעם יונגן משה'לע און אים געזאגט דער אויבערשטער זאל דיר העלפן אז פון דיין מויל זאל נאר ארויסגיין הייליגע ניגונים און זאלסט נישט ווערן פארכאפט.

משה'לע איז געווארן גערירט פון דעם סטענצי' און איז געווארן בעסער אין זיין אויפירונג. אבער ליידער די גאס דעמאלטס איז געווען פול מיט השכלה און עס איז געווען א שטארקע מלחמה צווישן די משכילים און די עהרליכע אידן און די משכילים האבן געלייגט א אויג אויף דעם משה'לע וויסנדיג אז ער האט א זעלטענע שטימע און אזוי וועט מען אים אויסלערנען זייערע ניגונים און ער וועט זיי מהנה זיין! די הויפט פון די משכילים פון זיין שטאט האט פארגעלייגט פאר משה'לע א גרויסע סומא געלט און כבוד וואס ער וועט באקומען, אויב ער וועט ווערן פון זייערע.

דער יונגער משה האט זיך געלאזט איינרעדן און געפאקט זיינע פעקלאך און זיך געזעגנט פון זיין צובראכענע מאמע. זי האט געוויינט און געבעטן ער זאל דאס נישט טאן און געזאגט פארשעם נישט דיין טאטן, אבער ער איז געשטאנען פעסט אין זיין החלטה און איז געגאנגען זיין וועג.

ער איז אנגעקומען אין דעם גרויסן שטאט און מען האט אים געברענגט צו די גרויסע חזנים וואס האבן זיך געטשאטשקעט מיט אים און בליץ שנעל איז זיין נאמען געווארן פארשפרייט אלץ א שטערן אין די וועלט פון חזנות ביי די משכילים. מען האט באשטימט א טאג וואס מען וועט מאכן א קאנצערט און משה וועט זיין דער זינגער. פון גאנצן שטאט האט מען געקומען זיך באקענען מיטן נייעם שטערן.

משה האט געוויזן א פנים פון צופרידנהייט אבער טיפ טיפ האט עפעס אינעווייניג פון אים וויי געטאן, זיין טאטע איז געקומען צו אים אפט אין חלום און געבעטן ער זאל זיך אפלאזן פון די משכילים און צוריק קערן צו זיין מאמע און צום צדיק פון טאלנא. און דאס האט אים זייער שטארק באנומען.

עס איז געקומען דעם טאג פון גרויסן קאנצערט און משה האט געהאט גרויס כבוד, ער האט גענומען טרינקען בראנפן יענעם טאג כדי צו פארגעסן די געבעט פון זיין טאטן און ער איז ארויף אויף די במה און די מוזיק האט אנגעפאנגן שפילן און מען שפילט און מען ווארט ביז משה וועט שוין אנפאנגען זיין ניגון. אבער משה זינקט זיך איין אין א טיפן טראכט און אנקעגן אים קומט צוריק זיינע טעג אין חדר און אויך ווען ער איז געווען ביים צדיק און געזונגען הַבֵן יַקִיר לִי אֶפְרַיִם, און אז דער רבי האט דאס באוואונדערט, און אויך די ברכה פון רבין עס זאל נאר ארויסגיין פון זיין מויל הייליגע ניגונים! עם ווערט אים שלעכט, אוי! וואו בין איך יעצט? טראכט משה'לע!

דער הויפט חזן גייט צו אים און וועקט אים פון זיין טיפע מחשבה און בעט אים ער זאל שוין אנפאנגן צו זינגען. משה'לע האט פארגעסן וואו ער איז יעצט און האט אנגעפאנגען דעם ניגון פון הַבֵן יַקִיר לִי אֶפְרַיִם, ער איז אין א אנדער וועלט, די מענטשן האבן געשריגן ער זאל שוין אויפהערן דעם ניגון אבער משה'לע האט געענדיגט זיין ניגון מיט רַחֵם אַרַחְמֶנוּ נְאוּם ה'!

זיין איבערזעהער האט רחמנות געהאט אויף משה'לע און האט געזאגט ער זאל שנעל אנטלויפן אויב זיין לעבן איז ביי אים טייער איידער די מענטשן וועלן אים כאפן און גוט שלאגן. און משה'לע גייט פון א אונטערשטן טיר און אנטלויפט ווי שנעל ער קען, ער ווייסט נישט וואו ער לויפט אבער ער איז געלאפן פון שטאט און געגאנגען טעג און נעכט, געטראכט פון תשובה טאן און אזוי איז ער אנגעקומען אינמיטן שבת ביים די שלש סעודות טיש אין שטאט טאלנא מיט זיינע צוריסענע קליידער און איז געווען זייער הונגעריג. דער רבי האט אים געהייסן זיך וואשן און דערכאפן זיין הונגער. דער רבי האט אים געהייסן זינגען יעצט דעם הַבֵן יַקִיר לִי אֶפְרַיִם ווייל עם איז געווען שבת שובה, דער גאנצע עולם האט געוויינט און געכאפט א התעוררות פון תשובה, דער רבי האט מקרב געווען משה און ער איז געווארן צוריק א עהרליכן איד.

More in this printout

View the whole printout