Skip to content
Pardes Yehuda

דער קארלינער רב ר' דוד פרידמן זצ"ל האט אמונה אין רבי

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הרה"צ ר' אברהם אלימלך מקארלין זי"ע דער פינפטן זון פון זיין טאטע מרן אור ישראל -נהרג עקה"ש י"ד חשון הי"ד- האט דערציילט אז הגאון ר' דוד פרידמן זצ"ל אב"ד קארלין, -מחבר ספרי שו"ת שאילת דוד און פסקי הלכות על אבן העזר ועוד- איז געווען בידידות מיטן רבי, און דער גאון האט דער רבי זייער שטארק מכבד געווען, איינמאל איז דער גאון קראנק געווארן און מען האט געשיקט רופן א גרויסן פרופעסאר פון ווארשא וואס די הוצאות פאר ברענגען דעם דאקטאר איז געווען גאר גרויס, דער דאקטאר האט באטראכט ר' דוד און האט געזען אז דער גאון איז בגדר פון סכנות נפשות און ער האט געהייסן טרינקען אסאך אבער שטרענג אנגעזאגט אים נישט לאזן טרינקען קיין שום שארפע זאכן וואס האט אין זיך אלכוהול, אין יענע צייט איז געווען א חסיד ר' יוסף דוד ז"ל פון שטאט טעליחאן -נישט ווייט פון קארלין- וואס ער איז געווען ביים רבי'ן, און דער רבי האט אים געבעטן אז ער זאל פארן צום גאון ר' דוד און אים איבערגעבן א גריס פון אים און אז ער שיקט אים א פלאש וויין וואס ער זאל טרינקען, ווען ער איז אנגעקומען צום גאון, האט ער געטראפן די קינדער וואס זענען זיך מייעץ מיט'ן פרופעסאר, און ווען ר' יוסף דוד איז אריינגעקומען האט מען אים נישט געוואלט אריינלאזן צום גאון אבער דער גאון האט געפרעגט ווער איז געקומען האט מען געזאגט א איד וויל איבערגעגעבן א גריס פון זיין רבי'ן פון סטאלין, האט דער גאון אים געבעטן אריין צוקומען, און ער האט איבערגעגעבן פאר'ן גאון דעם גריס פון רבין און אויך אז דער רבי שיקט אים די פלאש וויין, און דער גאון האט דעם חסיד געבעטן אז ער זאל אים אנגיסן פון דעם וויין, ווען די קינדער האבן דאס געהערט זענען זיי אריין געגאנגען און געבעטן אז ער זאל דאס נישט טרינקען, ווייל דאס איז סכנת נפשות פאר אים. האט דער גאון זיי מבטיח געווען אז עס וועט גארנישט געשעהן און ער האט זיי געזאגט אויב דער רבי האט מיר געשיקט אז איך זאל דאס טרינקען וועט מיר גארנישט שאטן. און ער האט געמאכט א ברכה און געטרונקען פון די וויין וואס דער רבי האט אים געשיקט. האט אויסגעפירט דער הייליגער קארלינער ר' אברהם אלימלך זיע"א "אז דאס איז אפגערעדט אז דער רב האט באקומען א רפואה!! און דאס איז נישט קיין חידוש ווייל די אמונה וואס דער גאון האט געהאט אז די וויין וועט אים אויסהיילן, האט טאקע געהאלפן, אבער דער גרעסטער חידוש איז: אז אזא גרויסער גדול זאל האבן אזא אמונה פשוטה אין טאט'ן."זיע"א

More in this printout

View the whole printout