Skip to content
Pardes Yehuda

די זינד קענען אנקומען ביז איבערן קאפ

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער הייליגער עטרת יהושע פון דזיקוב זצוק"ל האט דערציילט: אמאהל איז ער געווען אין ווין, און האט געזעהן א גאסן קערער רייניגט די גאסן, האט ער אים געפרעגט, "פארוואס דארף מען קערן, ווען אין א קורצע צייט ווערט דאך די גאס ווייטער שמוציג?" האט ער געענטפערט: "הער ראבינער! ווען מיר וואלטן נישט אויסגעקערט די גאסן יעדן שטיק צייט, וואלט די שמוץ אנגעקומען איבערן קאפ!", האט רבי געזאגט דער נמשל איז כאטש נאכן תשובה טאן קערן מיר זיך ליידער צוריק צום אלטן זינד, פונדעסטוועגן זאל א איד זיך נישט צוריק האלטן פון תשובה טאן, ווייל אויב נישט וועלן די זינד אנקומען איבערן קאפ, און זיין זייער שווער דאס פארעכטן. (עטרת יהושע דזיקוב)

More in this printout

View the whole printout