Skip to content
Pardes Yehuda

דרוש לתשובה לימי הדין

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דרוש לתשובה לימי הדין

שטייט אין גמ' (יבמות דף סג א) א"ר אלעזר בר אבינא אֵין פורענות באה לעולם אלא בשביל ישראל, אויב עס איז דא א אומגליק ערגעץ אין די וועלט ביי די גויים, איז דאס א ווארענונג פאר כלל ישראל, אזוי ווי עס שטייט: הִבְרֵתִי גוֹיִם נָשָׂמוּ פִנּוֹתָם הֶחֱרַבְתִי חוּצוֹתָם מִבְלִי עוֹבֵר נִצְדָּוּ עָרִיהֶם מִבְלִי אִישׁ מֵאֵין יוֹשֵׁב (צפניה ג, ו) אז דער אויבערשטער האט חרוב געמאכט די שטעט פון די פעלקער און קיינער וואוינט נישט דארטן ווייל: אָמַרְתִי אַךְ תִירְאִי אוֹתִי תִקְחֵי מוּסָר וְלֹא יִכָרֵת מְעוֹנָהּ כָל אֲשֶׁר פָּקַדְתִי עָלֶיהָ אָכֵן הִשְׁכִימוּ הִשְׁחִיתוּ כָל עֲלִילוֹתֶם: (שם ז) איז רש"י מסביר איך האב געברענגט פורענות אויף די פעלקער, נאר אז די אידן זאלן מורא האבן פון מיר, אזוי ווי עס שטייט ווייטער אָמַרְתִי אַךְ תִירְאִי אוֹתִי תִקְחִי מוּסָר, איר זאלט נעמען מוסר און תשובה טאהן, איז מסביר דער הייליגער חת"ם סופר אויב כלל ישראל ווערן באקוועם און מיינען אז די וועלט פירט זיך מיט די טבע, ווייזט זיי דער אויבערשטער אז עס איז נישט געפירט מיט טבע, און ער שיקט פורעניות אויף די גויים כדי די אידן זאלן זיך אויפוועקן און תשובה טאהן, אבער אויב נאך די פורעניות אויף די גויים, העלפט דאס נישט פאר כלל ישראל תשובה טאהן, דעמאלטס חלילה מוז די פורעניות קומען אויף כלל ישראל ביז זיי וועלן תשובה טאן, דעריבער דארף מען תשובה טאהן פאר די פורעניות וועלן קומען, און דער הייליגער חת"ם סופר גיט א משל: עס איז געווען א מלמד וואס פלעגט אריינברענגען א אהבה פון די תלמידים צו אים, און אזוי האט ער זיי נישט געדארפט שטראפן, ווייל ער פלעגט זאגן אויב די קינדער וועלן נישט לערנען, וועט ער מוזן ארויס שפרינגען פון פענצטער, און אויב זיי וועלן זיך נישט אויפירן גוט, וועט ער מוזן געבן א פאטש פאר זיך, און ווייל די קינדער האבן ליב געהאט זייער מלמד און האבן נישט געוואלט אז ער זאל האבן צער וועגן זיי, זענען זיי געווען גוטע תלמידים, ויהי היום איז געווען א פאר קינדער וואס זענען געווען מחוצפים און האבן געזאגט דעם מלמד, אדרבה זאל דער רבי ארויס שפרינגן פון פענצטער, און מיר וועלן זיין פריי! האט דעמאלטס דער מלמד געמוזט שטראפן די קינדער, ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט אפלערנען די חכמה פון זייער מלמד, דאס איז מיט כלל ישראל אויך, אויב זיי לערנען זיך נישט אפ פון די פורעניות וואס קומט אויף די פעלקער עכ"ד החת"ם סופר, מיט דעם שטימט שטארק א ווארט פון הייליגן באר שמואל פון הגה"צ מאונסדארף זצ"ל אויף מועדים, וואס טייטשט וואס מיר בעטן אין ר"ה: מְלוֹךְ עַל כָּל הָעוֹלָם כָּלּוֹ בִכְבוֹדֶךָ וְהִנָּשֵׂא עַל כָּל הָאָרֶץ בִיקְרֶךְ וְהוֹפַע בַּהֲדַר גְאוֹן עֶזֶךָ, עַל כָּל יוֹשְׁבֵי תֵבֵל אַרְצֶךָ וְיֵדַע כָּל פְּעוּל כִּי אַתָּה פְעַלְתּוֹ, וְיָבִין כָּל יְצוּר כִּי אַתָּה יְצַרְתּוֹ וְיֹאמַר כָּל אֲשֶׁר נְשָׁמָה בְאַפּוֹ. ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מֶלֶךְ וּמַלְכוּתוֹ בַּכֹּל מָשָׁלָה, זאגט ער אז מיר בעטן אז דער אויבערשטער זאל חלילה נישט שיקן פורעניות אויף די וועלט און גיין ביד חזקה כדי צו ווייזן זיין מלכות, נאר מְלוֹךְ עַל כָּל הָעוֹלָם כָּלּוֹ "בְכְבוֹדֶךָ", זאל זיין מיט כבוד, וְהִנָּשֵׂא עַל כָּל הָאָרֶץ "בִיקְרֶךְ", דיין נאמען זאל זיין טייער ביי די וועלט, און פיהרן מיט נחת, וְיֵדַע כָּל פְּעוּל כִּי אַתָּה פְעַלְתּוֹ, אז מען זאל פארשטיין און וויסן עס זאל זיין ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מֶלֶךְ וּמַלְכוּתוֹ בַּכֹּל מָשָׁלָה. עכ"ד הבאר שמואל, קען מען זאגן פשט אז די תפילה איז אז כלל ישראל זאלן תשובה טאן און זיך אויפירן גוט ווען דער אויבערשטער פירט די וועלט בנחת ובכבוד, ממילא וועט מען נישט דארפן אנקומען צו פורעניות אויף די גויים און אוודאי נישט אויף כלל ישראל, ווייל צֶדֶק וּמִשְׁפָּט מְכוֹן כִסְאֶךְ דער אויבערשטער טוט אלעס מיט גערעכטיגקייט, חֶסֶד וֶאֱמֶת יְקַדְמוּ פָנֶיךְ, אויב מיר וועלן זייין גוט, וועט זיין חסדים פאר כלל ישראל. (שמח זבולון תשפ"ד)

More in this printout

View the whole printout