Skip to content
Pardes Yehuda

דרשה פון חתם סופר אז עס טוט וויי איז ראש השנה איז דאס גוט

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

"א) וכולן נסקרין בסקירה אחת, און דער אויבערשטער גייט איין בליק אויף די גאנצע וועלט און נאכדעם קוקט ער אריין ביי יעדער איינער באזונדער, פרעגן אלע אויב דער אויבערשטער קוקט שוין בסקירה אחת, פארוואס דארף יעדער איינער דורכגיין נאכאמאל באזונדער? נאר עס שטייט פון הייליגן אריז"ל אז ווען עס קומט צו א מענטש פלוצלונג אין ר"ה א התעוררות צו תשובה טאהן און ער הויבט אן וויינען, זאל ער וויסן אז מען איז אים יעצט דן, און ער זאל תשובה טאן באמת, וועט דער אויבערשטער אים דן זיין לויט יעצט נאכן תשובה ע"כ, און דאס איז א גרויסער חסד פון אויבערשטן צו מעורר זיין א מענטש צו תשובה, דאס מיינט, אפילו דער אויבערשטער איז דן בסקירה אחת, אבער ער טוט א חסד און איז דן יעדער איינעם באזונדער און גיט אים א התעוררות צו תשובה טאן אז זייער דין זאל ארויסגיין לטוב, לויט דעם איז גוט אונזערע פסוקים, ווייל הַיּוֹם מיינט ר"ה כידוע, אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם, דער אויבערשטער איז דן די גאנצע וועלט בסקירה אחת, אבער ער טוט אויך א חסד אז רָאשֵׁיכֶם שִׁבְטֵיכֶם זִקְנֵיכֶם וְשֹׁטְרֵיכֶם טַפְּכֶם נְשֵׁיכֶם, אלע ווערן אויך געמשפט יעדער איינער באזונדער כדי זיי זאלן נתעורר ווערן צו תשובה טאהן, דעריבער שטייט נאכאמאל כֹּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל, און דער פסוק פירט אויס פארוואס טוט דאס דער אויבערשטער? ווייל לְעָבְרְךָ בִּבְרִית ה' אֱלֹקֶיךָ, כדי מען זאל אריינגיין אין ברית פון אויבערשטן און תשובה טאהן, און אזוי ארויסגיין זכאי בדין. (משאת משה הגה"ק ר' שלום משה אונגאר מנייטרא)

דרשה פון חתם סופר אז עס טוט וויי איז ראש השנה איז דאס גוט

שטייט אין (נחמיה ח' י') אז עזרא הסופר האט אין ראש השנה פארגעליינט די תורה, און דער פאלק איז געווארן זייער דערשראקן און טרויעריג, ווייל זיי האבן נישט געהאלטן אסאך מצות וואס שטייט אין פסוק. האט זיי עזרא הסופר געזאגט (שם) "לְכוּ אִכְלוּ מַשְׁמַנִּים וּשְׁתוּ מַמְתַקִּים וְשִׁלְחוּ מָנוֹת לְאֵין נָכוֹן לוֹ, (די גמרא ביצה ריש פ"ב דרשנט דאס אויף די וואס האבן נישט געהאט געמאכט קיין עירוב תבשילין) כִּי קָדוֹשׁ הַיּוֹם לַאֲדֹנֵינוּ וְאַל תֵּעָצֵבוּ כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם." דער הייליגער חתם סופר איז מסביר די כוונה פון פסוק. מען רופט אן די טעג "די הייליגע טעג", די מקור איז טאקע פון עזרא הסופר וואס האט געזאגט קָדוֹשׁ הַיּוֹם, (ווייל היום מיינט ראש השנה) אבער מען קען צולייגען א טעם צו דעם ווייל א גאנץ חודש אלול איז יְמֵי רָצוֹן, און ר"ה אליין איז יְמֵי הַדִּין, ווערט אֱלוּל מיט ר"ה – "רָצוֹן" און "דִּין"-, און ביידע זענען בגימט' קָדוֹשׁ. און דאס שטייט אין פסוק (תהלים י"ד ז') "מִי יִתֵּן מִצִּיּוֹן יְשׁוּעַת יִשְׂרָאֵל בְּשׁוּב ה' שְׁבוּת עַמּוֹ יָגֵל יַעֲקֹב יִשְׂמַח יִשְׂרָאֵל:", ווען עס קומט די הייליגע טעג, און דער אויבערשטער איז מעורר די אידן צו תשובה טאהן, קען דער שטן מקטרג זיין אז די אידן באמת האלטן נישט ביי תשובה טאן, נאר ווייל דער אויבערשטער איז זיי מעורר תשובה טאן, איז די עצה צודעם: אז מען זאל זיך פרייען אין די טעג אז מיר קענען תשובה טאן, וועט דער שטן נישט האבן קיין טענה, ווייל מען טוט תשובה מיט חשק. דאס איז פשט אין פסוק מִי יִתֵּן מִצִּיּוֹן יְשׁוּעַת יִשְׂרָאֵל: ווי אזוי קען דער אויבערשטער געבן א ישועה פאר די אידן? "בְּשׁוּב ה' שְׁבוּת עַמּוֹ", אז דער אויבערשטער איז מעורר מען זאל תשובה טאן, אֵיי קען דאך דער שטן מקטרג זיין אז באמת ווילן זיי נישט תשובה טאן! זאגט די פסוק ווייטער "יָגֵל יַעֲקֹב יִשְׂמַח יִשְׂרָאֵל", אז די אידן פרייען זיך אז זיי קענען תשובה טאן, קען דער שטן נישט האבן קיין טענות. דאס איז פשט וואס עזרא הסופר זאגט: וְאַל תֵּעָצֵבוּ כִּי חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם. די אידן זאלן זיך פרייען ווען זיי טוהען תשובה און נישט זיין טרויעריג, וועט דער שטן נישט האבן א טענה, דאס שטייט "חֶדְוַת ה' הִיא מָעֻזְּכֶם" דאס וועט אייך שטארקן פון קיטרוג השטן.

מען קען דאס מסביר זיין מיט א משל, צו איינער וואס איז געווען ל"ע קראנק, אבער ער שפירט נישט זיין קרענק אבער שפעטער האט ער אנגעהויבן דאס צו שפירן, האט ער געשריגן צום דאקטאר אז עס טוט אים וויי. האט אים דער דאקטאר ערקלערט, פריי זיך, ווייל יעצט וועסטו קענען ווערן בעסער, דאס זעלבע האט עזרא הסופר געזאגט, קודם האט מען זיך געפרייט ווייל מען האט גארנישט געשפירט אז עפעס פעלט, אבער ווען ער האט געליינט די תורה האבן זיי מרגיש געווען אז עס פילט זיך נישט גוט, האבן זיי אנגעהויבן צו וויינען. האט זיי עזרא הסופר געזאגט, טאקע ווייל איר שפירט שוין אז עס פעלט אייך, וועט איר קענען גיין אין דער ריכטיגן וועג, דעריבער זאל מען זיין בשמחה. (שמח זבולון לביאור דברי החת"ם סופר)

More in this printout

View the whole printout