Skip to content
Pardes Yehuda

דו האסט שוין קינדער!

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

עס איז געווען א אלמנה וואס האט נישט זוכה געווען צו קינדער, און איר ערשטער מאן איז געווען א חסיד פון דעם בית אהרן און פון ר' אשר דער יונגער רבי. זי האט חתונה געהאט נאכאמאל מיט איינעם וואס האט שוין געהאט קינדער, אבער זי האט ווייטער נישט זוכה געווען צו האבן קינדער, האט זי געזאגט צו איר מאן וואס איז נישט געווען פון די חסידים, אז ער זאל פארן צום בית אהרן און בעטן א ברכה. אינצווישן איז דער בית אהרן מיטן יונגער רבי שוין געווען אויפן עולם האמת, האט מען אים געזאגט אז עס איז דא א נייע רבי, האט ער מסכים געווען אריין גיין צו אים, קומט ער צו זיין שטוב און די מאמע די יונגע רביצין פרעגט וואס ער דארף? און דערציילט איר, גייט זי פרעגן איר זון צו מען קען אריין גיין צו אים? האט ער מסכים געווען, ווען דער איד קומט אריין פרעגט די רבי ז"ל: פארוואס ביזטו געקומען? ענטפערט ער, ער וויל האבן קינדער, שרייט אים אן דער רבי ז"ל: דו האסט שוין קינדער, און איז אוועק געגאנגען, דער איד ווייסט נישט וואס צו טאן און גייט אהיים, דערציילט ער פאר זיין ווייב וואס דא איז געשען, האט זי שוין פארשטאנען אז דער רבי האט געזען אז ער האט שוין געהאט קינדער, און ער וואלט געדארפט בעטן פאר זיין ווייב אז זי זאל האבן קינדער, איז ער צוריק קיין סטאלין און גייט אריין צום רבין וואס ווינטשט אים אן מיט א טאכטער, און כך הוה זיי האבן זוכה געווען צו איין טאכטער.

More in this printout

View the whole printout