Skip to content
Pardes Yehuda

ערשטנס איז מקבל זיין מיט א אמת

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

עס איז געווען א אידישע סוחר וואס האט געדארפט פארן א ווייטע וועג צו מאכן א גאר גרויסע געשעפט, און אין מיטן וועג שטייט פאר אים א שמאלע בריק וואס ער וועט מוזן גיין אויף דעם כדי אנצוקומען צו זיין פלאץ, דער סוחר טראכט וואס זאל ער טאן ווייל דער בריק איז געווען זייער שמאל, וועט דאס געווען שווער אריבער צו גיין, אבער ער מוז דאך אבער גיין אויב ער וויל אנקומען און מאכן דעם געשעפט! און ער שטעלט זיך אויף א זייט און איז מתפלל פארן אויבערשטן און איז מקבל אויף זיך, אויב ער וועט דורכגיין דעם בריק בשלום, וועט ער מוסיף זיין צו לערנען יעדן טאג מיט א שעה, און וועט דאווענען מיט מער כוונה, און מיט די קבלות גייט ער ארויף אויפן בריק מיט שרעק אבער ער שטארקט זיך אז אין זכות פון זיינע תפילות און קבלות טובות וועט אים דער אויבערשטער זיכער העלפן דורכגיין בשלום, און אזוי גייענדיג אויפן בריק זעט ער אז עס נישט אזוי שמאל ווי ער האט געמיינט, און ער הויבט אן טראכטן פון די אלע קבלות וואס ער האט מקבל געווען, אז עס וועט זיין גענוג נאר מוסיף זיין א האלבע שעה יעדן טאג און אויך דאווענען נאר א ביסל מער מכוון זיין, אבער נישט וויפיל ער האט מקבל געווען פריערט, און אזוי גייט ער אדורך דעם שמאלע בריק בשלום, און ער זעט אז עס איז בכלל נישט געווען שווער און ער האט חרטה אויף די קבלות וואס ער האט מקבל געווען!

דאס זעלבע איז ביי א מענטש: פאר ראש השנה וויל מען אז דער אויבערשטער זאל שענקען א גוט יאהר און דער פחד און שרעק פון דורכגיין דעם שווערע יום הדין איז גרויס, אזוי ווי מען זאגט אין ונתנה תוקף, וחיל ורעדה יאחזון, עס כאפט א שרעק פון יום הדין, און מען איז מתפלל און מען איז מקבל אסאך קבלות און הנהגות טובות, אז אין דעם זכות זאל דער אויבערשטער העלפן דורכגיין בשלום, און אזוי גייט אריבער דעם יום כיפור און מען זעט אז עס נישט אזוי געפערלאך ווי מען האט געמיינט, און ער הויבט אן חרטה האבן אויף די אלע קבלות וואס ער האט מקבל געווען, און טראכט אז עס איז גענוג צו מוסיף זיין נאר אביסל, און אזוי גייט אריבער דער הייליגער חודש און מען גייט צוריק צו די נארמאלע סדר, און מען זעט אז עס איז בכלל נישט געווען א שווערע דורכגאנג, און מען האט אינגאנצן חרטה אויף די אלע קבלות וואס מען האט מקבל געווען! אבער דער ערליכער איד ווייסט אז דער אויבערשטער איז א יודע מחשבות, און געדענקט גוט די אלע קבלות וואס מען האט מקבל געווען, און ער וויל אז מען זאל איינהאלטן די קבלות כדי דער מענטש זאל האבן א גוט יאר, ווייל מען קען נישט אפנארן דעם אויבערשטן, אזוי ווי דער הייליגער בית אהרן פון קארלין זיע"א שרייבט אין ספר "לייט -מענטשן- קען מען נארן, אבער ג-ט קען מען נישט נארן"!

More in this printout

View the whole printout