Skip to content
Pardes Yehuda

געדענקט פשט אין זוהר

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ווען דער פראנקפורטער איז שוין געווארן עלטער איז נאך געווען א איד וואס האט געהאט ספיקות אין אים. האט ער געהאט א שווערן זוהר האט ער מחליט געווען ער וועט פרעגן דער רבי ז"ל פשט אין זוהר, ווען ער קומט און פרעגט, שרייט אים אן דער רבי ז"ל: האסט א פארשטאפטער קאפ, האסט שוין געפרעגט דעם זיידן ווען ער האט אונז געהאלטן און אזוי האט ער דיר געענטפערט פשט, דער איד האט איבער געבעטן דעם רבי ז"ל און איז געווארן א חסיד. [דער רבי איז געווען אלט ווייניגער פון 2 מיט א האלב יאר.!!!!] ער האט געזאגט אז דער וועלט ווייסט נישט ווער זענען אונזערע קינדער וועלן מיר זיי דערציילן, און ער האט געהאט 6 זון און 4 איידעמער צדיקים, און דער הייליגער חדר ציט זיך נאך היינט מיט חשובע חסידים וואס גייען בדרכו מיט אמונה פשוטה, אזוי ווי דער הייליגער בית אהרן האט געזאגט א חסיד דארף זאגן "מיין רבי איז דער קלענסטער רבי אבער פאר מיר איז ער גענוג גרויס", אויך האט ער געזאגט א חסיד איז "איך בין א נער און איך גלייב" זיע"א.

More in this printout

View the whole printout