Skip to content
Pardes Yehuda

געשטעלט א בחור אויף די פיס

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער הייליגער רבי ז"ל זיע"א האט זייער מקרב געווען דעם יוגנט: עס איז געווען א עלטערע בחור וואס האט געהאט א טיש אינדרויסן פון שול און פלעגט פארקויפן תשמישי קדושה וכדומה. איין מאל גייט אריבער דער רבי ז"ל און קויפט ביים אים א גארטל און לייגט אראפ 20 רובל וואס איז געווען א גרויסע מטבע, און דער בחור וויל געבן צו פארשטיין דעם רבין אז דאס איז צו פיל געלט, אבער דער רבי איז שוין אריין אין שול, און דער בחור ווארט ביז דער רבי וועט ארויס גיין פון שול, און ווען ער זעט דער רבין ארויס גיין פון שול לויפט ער צום רבין און וויל אים צוריק געבען די 20 רובל, פרעגט אים דער הייליגער רבין ז"ל צו ער האט שוין געלייגט תפילין היינט? ענטפערט ער אים, ניין! און ער לייגט צו אז פון די בר מצוה האט ער נישט געלייגט תפילין, פרעגט אים דער רבי צו ער וויל גיין מיט אים אויף א שפאנציר? און ער איז מסכים. און אינמיטן וועג ווען זיי רעדן פון אלע וועלטלעכע זאכן פרעגט אים דער רבי אויף זיין מצב אין אידישקייט! און ער ענטפערט: עס איז זייער שוואך. פרעגט אים דער רבי פארוואס ער לייגט נישט תפילין? ענטפערט ער ווייל ער האט פשוט נישט קיין געלט צו קויפן תפילין! און ווייל ער איז א יתום האט מען אים נישט געקויפט תפילין ביי זיין בר מצוה, און דער רבי רעדט מיט אים ווייטער און ציט זיין הארץ צו קדושה, ביז דער בחור צו וויינט זיך: רבי! איך וויל תשובה טאן! אבער ווי וועל איך באקומען תפילין, האט דער רבי אים גענטפערט אז דו האסט באקומען פון מיר 20 רובל גיי מיט דעם צום סופר און ער וועט דיר געבן א מהודרדיגער פָאר תפילין. און אזוי האט ער געטאן ווי ער האט צוגעזאגט, און דער בחור איז געווארן א ערליכער איד.

More in this printout

View the whole printout