גוט צו אלעמען
מיר זאגן אין פייט "הטוב ומטיב לרעים ולטובים" דארף מען פארשטיין אז דער אויבערשטער איז א מטיב פאר די רעים שלעכטע איז ער אוודאי א מטיב פאר די טובים, איז פארוואס דארף מען דערמאנן "ולטובים"? נאר מען קען זאגן אזוי: "לרעים", מיינט פאר די וואס ווייסן אז זיי זענען רעים און זינדיג, איז נישט נאר פאר אזעלכע איז דער אויבערשטער גוט, נאר אפילו "לטובים" מיינט די וואס האלטן זיך אז זיי זענען טובים, זיי ווייסן גארנישט אז זיי זענען רעים, פאר זיי איז דער אויבערשטער אויך גוט. (הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשויב)