דעם צווייטן טאג ראש השנה איז די יום הילולא פון הרה"צ ר' ישראל מסטאלין זיע"א בן הרה"ק ר' אשר זצוק"ל, בן הרה"ק ר' אהרן מקארלין דעם בית אהרן זיע"א בן הרה"ק ר' אשר דער גרויסער סטאלינער, בן הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זיע"א. אין קארלין סטאלין מען רופט אים דער פראנקפורטער, ווייל זיין מקום מנוחה איז אין שטאט פראנקפורט, די וועלט רופט אים די ינוקא. ער איז געבוירן י' כסלו שנת תרכ"ט. ער איז געווען זייער א באהאלטענער אז די וועלט האט אים בכלל נישט פארשטאנען אבער זיינע חסידים און צדיקים בכלל, האבן געוואוסט זיין גדלות סיי אין תורה און סיי אין עבודת השם און זיינע אפענע אויגן. און ווען זיין הייליגער טאטע איז נסתלק געווארן ט"ו אב תרל"ג איז ער געווען 4 מיט א האלב יאר, די זקני החסידים האבן אים געקרוינט אלץ ממשיך פון דעם הייליגן קייט פון אדמורי" סטאלין קארלין. זיין זון ר' יוחנן מסטאלין זצוק"ל האט געזאגט אז דער טאטע איז קיינמאל נישט געווען א קינד, הרה"ח ר' מענדל ציילינגאלד ז"ל - פון מלינוב, אל"ק, א"י -האט דערציילט אז ווען דער פראנקפורטער איז געווען מיט זיין הייליגן טאטן הרה"ק ר' אשר זצ"ל אין מלינוב ביים ערשטן יארצייט דעם הייליגן בית אהרן טו"ב סיון -תרל"ג- רופט זיך אן דער פרנקפורטער ז"ל וואס איז געווען 4 יאר אלט "אט שטייט דא דער זיידעלע, האט דער יונגער רבי געזאגט: "שא שא רעד נישט"."
More in this printout
- הקדמה לראש השנה איז אחדותדער ארטיקל באהאנדלט די וויכטיקייט פון שבח והודאה צום באשעפער אין ראש השנה, און ווי אהבת ישראל פירט צו א גוט יאר. עס ערקלערט אויך דעם באדייט פון "יום תרועה" און
- תשובה איז נאר מיט שמחהא שיינע געדאנק פארוואס מען דארף מקבל זיין דעם הייליגן טאג ראש השנה מיט שמחה, ווייל נאר דורך שמחה קען מען האבן א קלארן מוח צו טאן תשובה און מתפלל זיין.
- אוכלין תפוח בדבש תפוח איז בגימטריא פר"ו ורב"והמאמר דן במשמעות אכילת תפוח בדבש בראש השנה, ומסביר את הגימטריאות הקשורות לכך כסגולה לזרע של קיימא ולמחילה.
- חטא איז בגימטריא חטאדער ארטיקל באשרייבט די גימטריא פון "חטא" און די פארבינדונג צו ראש השנה, אריינגערעכנט א לערנונג פון ר' מנחם מענדל מקאצק זיע"א וועגן זיך היטן פון זינד.
- שרש פרה ראש ולענהדער הייליגער פרשיסחא טייטשט די ראשי תיבות פון שופר אלס שרש פרה ראש ולענה. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש וואס איז אריינגעפאלן קען זיך צוריק דערהויבן.
- דורך שופר ווערט רחמיםדער ארטיקל ערקלערט ווי דער קול שופר אין ראש השנה פארוואנדלט די מדת הדין פון גאט אין מדת הרחמים, באזירט אויף א פסוק אין תהלים.
- התפלה בר"ה שיתגדל ויתקדש שמיה רבאא קורצע געדאנק אויף די תפילות פון ראש השנה און ימים נוראים, אז דער עיקר ציל איז שיתגדל ויתקדש שמיה רבא און צו מאכן גאנץ דעם כסא און שם הוי'.
- יום הדין חודש תשריהמאמר מסביר מדוע חודש תשרי נקבע כיום הדין, ומדגיש את חשיבות הצדקה והרחמים בתקופה זו, כפי שמבואר בפרשת דרכים למשנה למלך.
- כתבנו "בספר" חיים טוביםדער תפארת שלמה פרעגט פארוואס מען בעט "כתבנו בספר חיים טובים" און נישט נאר "לחיים טובים", און ענטפערט אז מען בעט אז מען זאל זוכה זיין צו א גוטן לעבן און פרנסה, א
- דרוש דורך תשובה ווערט מען געהאלפןדער ארטיקל ערקלערט ווי תשובה איז פארבונדן מיט ישועה און בטחון. עס ווערט געברענגט א גימטריא פון פסוקים פון הושע און תהלים צו ווייזן אז תשובה פירט צו א נאענטע פאר