Skip to content
Pardes Yehuda

מען דארף וויסן דער תכלית פון ר"ה

  • Rosh Hashanah
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ראשו השנה איז א טאג וואס מען קען דערגרייכן א שטארקן נאנטקייט מיטן הייליגן באשעפער און שטייגן אין עבודת ה' דורך תשובה טאהן ביים דאווענען און אויך ביי תקיעת שופר אזוי ווי עס שטייט אין הייליגן ספר בית אהרן, אז דער עיקר פון די תקיעות איז טאן תשובה!

פאר אונז די וואס דער עיקר ר"ה איז די שיינע חזנים מיט די קאפעליי, איז דא די באוואוסטער משל אויף דעם: עס איז געווען א בעל עגלה וואס פלעגט האבן פרנסה פון פירן מענטשן, איינמאל האט אים דער פריץ באשטעלט אויף א לאנגע נסיעה און דער בעל עגלה האט זיך געפרייט אז ער וועט יעצט האבן שיין פרנסה פון דעם נסיעה, און דער פריץ הייסט אים פארן אין א ווייטע שטאט, און ווען זיי קומען אן יענעם שטאט הייסט אים דער פריץ צופארן צו א געשעפט וואס פארקויפט פייגלאך, און דער בעל עגלה איז געווען נייגעריג פארוואס דארף דער פריץ פארן אזוי ווייט צו קויפן א פייגל בשעת ער קען קויפן אין זיין שטאט אויך פייגלאך ער וויל!

און דער בעל עגלה גייט אריין און קוקט וואס פאר א פייגל גייט דער פריץ קויפן! און דער פריץ באווייזט פארן אייגנטימער אויף א פייגל און ער גיט דאס אים אין א קליין קאסטן, און דער פריץ פרעגט וויפיל דארף ער באצאלן פאר דעם פייגל? ענטפערט ער 100 רובל. דער בעל עגלה ווערט נשתומם און קען נישט צוקומען צו זיך! 100 רובל איז א פארמעגן, און דער פריץ איז געקומען אזוי ווייט צו קויפן אזא פייגל, מוז מען זאגן אז דער פייגל האט א טעם וואס איז ווערט 100 רובל. דער פריץ הייסט אים אהיים פאהרן און דער פריץ פריידט זיך מיטן פייגל וואס ער האט געקויפט און דער בעל עגלה וואונדערט זיך, ער האט אבער נישט די העזה צו פרעגן דעם פריץ וועגן דעם פייגל. דער בעל עגלה קומט אהיים און דערציילט זיין ווייב וועגן די נסיעה און וועגן די פייגל וואס דער פריץ האט געקויפט פאר 100 רובל. און זיין ווייב וואונדערט זיך אויך, אבער ער האט מחליט געווען ער מוז דאס האבן און פארזוכן דעם געשמאקן טעם פון יענע פייגל, און זאגט זיין ווייב אז מיר האבן 50 רובל אוועקגעלייגט, און מען וועט פארקויפן אפאר זאכן פון שטוב און מען וועט האבן די 100 רובל, און אזוי טוט ער, און דער בעל עגלה נעמט זיך פאהרן די ווייטע נסיעה און פריידט זיך אז ער וועט זוכה זיין צו א געשמאקע עסן אזוי ווי דער פריץ. ער קומט אין יענעם שטאט און גייט צו יענעם געשעפט און בעט פאר דעם זעלבן פייגל וואס דער פריץ האט געקויפט און צאלט די 100 רובל, און פאהרט אהיים! קומענדיג אהיים זעט די א מאגערע פייגל און זי וואונדערט זיך וואס פאר א גוט יאר וועט מען האבן פון אזא קליין עוף? אבער אז מען צאלט פאר דעם 100 רובל מן הסתם האט דאס א טעם פון גן עדן. זי נעמט דעם עוף און גרייט צום שוחט און גרייט דאס אן צו קאכן, מען גרייט א טיש און מען צוטיילט דעם פייגל פאר די מאן און די ווייב און מען נעמט דאס אריין אין מויל און עס איז גאר ביטער און מען קען עס נישט עסן. דער בעל עגלה זינקט זיך איין פון בושה פאר זיין ווייב און דער זעט אז ער האט אוועקגעווארפן א פארמעגן פון געלט און צייט צו פארן קויפן דעם פייגל! ער ווערט צומעשט ביי זיך און גייט פרעגן דער פריץ וועגן דעם פייגל וואס ער האט אויסגעגעבן 100 רובל פאר א פייגל וואס האט גארנישט קיין טעם? לאכט אים אפ דער פריץ און זאגט: דער פייגל איז נישט אויף צו עסן און נעמט אים אריין אין זיין צימער און ווייזט די חכמה פון דעם פייגל ווי דאס זינגט אלע סארט ארום מיט אינטערעסאנטקייט, עס איז א וואונדער פייגל און פארדעם פאהרט מען ווייט און מען קויפט דאס פאר 100 רובל! ווייל א פייגל אויף צו עסן איז דא גענוג ביי אונז אין שטאט! דער נמשל איז אז מען דארף פארשטיין די גרויסקייט פון ראש השנה וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם העכערקייט און א נאנטקייט צום אויבערשטן, ווייל צו שיינע זאכן קען מען א גאנץ יאר!

ווען איז דער אויבערשטער דן מענטשן ר"ה?

אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם לִפְנֵי ה' אֱלֹקֵיכֶם רָאשֵׁיכֶם שִׁבְטֵיכֶם זִקְנֵיכֶם וְשֹׁטְרֵיכֶם כֹּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל: טַפְּכֶם נְשֵׁיכֶם וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בְּקֶרֶב מַחֲנֶיךָ מֵחֹטֵב עֵצֶיךָ עַד שׁוֹאֵב מֵימֶיךָ: לְעָבְרְךָ בִּבְרִית ה' אֱלֹקֶיךָ: (כט ט'-י"א) פרעגן אלע אז עס שטייט אַתֶּם נִצָּבִים הַיּוֹם כֻּלְּכֶם, מיינט דאס אז אלע שטייען, פארוואס דארף די תורה אויסרעכענען רָאשֵׁיכֶם שִׁבְטֵיכֶם זִקְנֵיכֶם וְשֹׁטְרֵיכֶם טַפְּכֶם נְשֵׁיכֶם וְגֵרְךָ? אויך פארוואס נאר אויס די פסוק נאכאמאל כֹּל אִישׁ יִשְׂרָאֵל? נאר מען קען דאס מסביר זיין לויט וואס עס שטייט (מס' ר"ה) בְּרֹאשׁ הַשָּׁנָה, כָּל בָּאֵי הָעוֹלָם עוֹבְרִין לְפָנָיו כִּבְנֵי מָרוֹן, שֶׁנֶּאֱמַר (תהלים לג, טו) "הַיֹּצֵר יַחַד לִבָּם הַמֵּבִין אֶל כָּל מַעֲשֵׂיהֶם". אלע גייען דורך ווי שאף, זאגט די גמ' (ר"ה י"ח ע

More in this printout

View the whole printout