Skip to content
דברי התעוררות

ג' חשון (תרי"א) הילולא רבא דמרן הס"ק מרוז'ין זי"ע ועכי"א

  • Bereishis
  • 5787
  • Yiddish
View printout

א. ענין סיפורי צדיקים:

דער זיידע דער הייליגער ריז'ינער דער בעל ההילולא זי"ע ועכ"י פלעגט זייער משבח זיין דער ענין פון סיפורים, ווי ס'שטייט אין די הייליגע ספרים אז דער ענין וואס צדיקים דערציילן סיפורים האט פארשידענע כוונות, אמאל ווערט דערציילט א סיפור כדי צו מעורר זיין א התעוררות רחמים מלעילא, אמאל טאקע צו פועל'ן אויף די וועלט א ישועה פאר א איד'ן, און אמאל דורך סיפורים האבן צדיקים מעורר געווען ביי אידן א הרהור תשובה.

מ'דערציילט טאקע אויף דער זיידע דער הייליגער ריז'ינער אליין, ווען ער איז אמאל געווען אין יאס, איז ער געגאנגען מבקר זיין דרייצן אידן אין יאס, - אנשים מכובדים מאוד, - און ביי יעדער איינער פון זיי אין שטוב האט ער דערציילט א מעשה, און שפעטער במשך די וואך וואס דער הייליגער ריז'ינער איז דארטן געווען זענען די אלע דרייצן מענטשן געקומען צום הייליגן ריז'ינער, יעדער איינער באזונדער, און האט אויסגעוויינט מיט א ווידוי און געבעטן פון איהם א דרך תשובה, יעדער איינער פון זיי האט פארשטאנען פון דעם סיפור אז דער ריז'ינער האט זיי מרמז געווען אויף וואס זיי דארפן תשובה טאן. סיפור איז א לשון ספיר ויהלום (שמות כ"ח י"ח), סיפורי צדיקים מאכן לעכטיג, און זענען מחזק אידן. (אמ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ג' חשון תשס"ב)

ב. אמ"ק מ"ש אדמו"ר הרה"ק רבי ישראל מבאיאן לייפציג זי"ע ביום ה' בדר"ח חשון תשי"א (שנה אחרונה לימי חייו) כאשר שכב בביה"ח אסותא ושם מסרו לידו את מעות חודש ורשימת אנ"ש. פו"א: א גוטן חודש שימלא השי"ת כל משאלות לבכם לטובה, עס איז אנהייב יאהר זאל זיין גוט מראשית השנה ועד אחרית שנה.

אח"כ פתח ואמר: שבת איז ג' חשון עס איז זעלטין, עס איז שוין הונדערט יאהר, [הריז'ינער נסתלק תרי"א] ער האט צי געזאגט ער וועט נישט פארגעסין, נח האט געבויעט א תיבה הונדערט צוואנציג יאהר, און מ'האט נישט קיין תשובה געטאן, וועט מען איצט תשובה טאהן, מוז דאך קומען א רוח טהרה מן השמים, וואסז'שע דארף ער ווארטין.

יפרח בימיו צדיק מאכט רש"י ישראל, צור ישראל קומה בעזרת ישראל, זיין זכות זאל מגין זיין אויף כלל ישראל, עכל"ק. (מתוך כת"י המשב"ק הרה"ח מו"ה לוי פיק ע"ה הנמצא בגנזי מכון "משכנות הרועים" דחסידי באיאן)

[הערה: ראה בספר "בית ישראל" עמ' ה' ע"ב אות ג': "עוד אמר עליו הרה"ק מאפטא שעל הפסוק יפרח בימיו צדיק פרש"י שם על תיבות צדי"ק ישרא"ל, ואמר שרש"י ז"ל כיון על קדוש ישראל מרוז'ין זי"ע".

והשווה עם המובא בתחילת ספר "תפארת ישראל" להחסיד רבי שלמה טלינגטור ע"ה: "שמעתי בבאיאן אצל הרב רבי דודי' ז"ל, מהחסיד הנדיב מוה"ר גור אריה הורנשטיין ע"ה, אשר שמע מהחסיד המופלא רבי מרדכי'לי אברך א"ה מזיטאמיר, שהוא שמע מפה קדשו של האדמו"ר הרה"צ הקוה"ט מרוז'ין שאמר בזה"ל, איך האב גיהאט א ברידער איז ער געווען א צדיק א בעל רוח הקודש, האט ער מיר אנגעזאגט איך זאל זאגן אלע טאג דעם קאפיטל "לשלמה", ער האט געזאגט דאס קאפיטל האט דוד המלך גימאכט פון שלמה'ס וועגין אין פין מיינעט וועגין[.]

More in this printout

View the whole printout