הַצוּר תָּמִים פָּעֲלוֹ כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט קֵל אֶמוּנָה וְאֵין עֶוֶל צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא: (לב ד) וְאֵין צוּר כֵאלֹקֵינוּ: (שמואל א ב ב) שטייט אין ספר כלי יקר אז תָּמִים פָּעֲלוֹ. כי אין צִייָר בֵאלֹקֵינוּ (ברכות י א) וכל פעולתו תָּמִים בלא חסרון קען מען דאס מסביר אז אזוי ווי א מאהלער מאכט א בילד דארף מען ווארטן ביז ער ענדיגט און נאר דעמאלט קען מען זעהן די גאנצע בילד, אדער ווען איינער בויט א בנין קען מען נאר זעהן די שיינקייט ווען ער ענדיגט, אזוי איז כביכול ביים אויבערשטן וואס איז כולו חסד ורחמים, דארף מען וויסן אז אלעס איז א בנין און מען דארף ווארטן ביזן סוף צו זעהן אז אלעס וואס ער טוט און האט געטאן איז געווען חסד ורחמים, דאס מיינט הַצוּר ווי א מאהלער, תָּמִים בלא חסרון, אן א פעלער, איז פָּעֲלוֹ וואס ער טוט, ווייל כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט, אלעס איז פונקלאך און אויס גערעכנט, און קֵל אֶמוּנָה, מען דארף האבן אמונה אין דעם, ווייל דער אויבערשטער וְאֵין עֶוֶל צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא טוט נאר גערעכטיגקייט. (שמח זבולון תשפ
More in this printout
- מען מוז לויבן דעם אויבערשטן אז מען קען רעדןא שיינער ווארט אויף פרשת האזינו בשם דער בינה לעתים און אברהם אנכי, אז מען דארף לויבן דעם אויבערשטן פאר די מתנה פון כח הדיבור און עס נוצן פאר דברי תורה.
- משה לערנט אויס ווי מען דארף זאגן תוכחה פאר יענעםא שיינע געדאנק אויף פרשת האזינו וויאזוי משה רבינו לערנט אונז אויס דעם ריכטיגן אופן צו זאגן תוכחה און דברי חיזוק פאר אנדערע מיט א ווייכע און אנגענעמע שפראך.
- דינים אין דער חילוק פון אב"ן און זק"ן?א קורצע און שיינע ערקלערונג אויף דעם פסוק אין פרשת האזינו "זכור ימות עולם", וואס איז דער חילוק צווישן א נביא און א חכם, און פארוואס מען דארף פרעגן ביידע.
- דער שוחט האט געשחט'ן מיט דעם מעסער פון אברהם אבינו ע"הא פאסירונג מיט הרה"ק ר' אברהם בראנדוויין, דער סטרעטינער רבי, וואס האט אנטפלעקט א שוחט וואס האט געשחטן מיט א מעסער פון אברהם אבינו, און די חסידים'ס אמונה.