Skip to content
פרדס יהודה

דער שוחט האט געשחט'ן מיט דעם מעסער פון אברהם אבינו ע"ה

  • Ha'azinu
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הרה"ק ר' אברהם בראנדוויין זצוק"ל דער צווייטער סטרעטינער רבי איז געבוירן שנת תקפ"ה צו זיין הייליגער טאטע הרה"ק ר' יהודה צבי בעל מחבר ספר דגל מחנה יהודה, (נפטר י"א באייר תר"ד) וואס האט געזאגט אויף דעם זון: וז"ל "אלמלא ר' אברהם לא באתי לעולם אלא בשביל אברהמיניו דיינו", ער איז געווען א תלמיד פון הרה"ק ר' אורי מסטרעליסק בעל מחבר אמרי קודש, וואס איז געווען א תלמיד פון הרה"ק ר' שלמה מקארלין, דער הייליגער ריזינער און הרה"ק ר' חנוך העניך פון אלעסק האבן אים באפוילן איבער צו נעמען זיין טאטע, און דער הייליגער דברי חייים מצאנז האט געזאגט דעם אנקוקן דעם פנים פון הרה"ק ר' אברהם מסוגל צו יראת שמים, ער איז געווען א גרויסע פועל ישועות און בעל מופת. מיט זיין טאטע ר' יהודה צבי פלעגן אסאך פארן קיין אונגארן מחזק זיין אידן דארטן, ר' אברהם האט געהאט א כח צו מרגיש זיין קדושה אין א חפץ וואס איז נישט געווען געטויבלט אדער נישט ריין און ער האט דאס נישט אנגערירט.

איינע פון זיינע נסיעות איז אויס געקומען צו זיין אין בודאפעסט, ער פלעגט פארן מיט חסידים וואס האבן געהאלפן משפיע זיין אידישקייט פאר די אידן דארטן, זייענדיג אין פעסט, האט מען געזען א פלייש געשעפט וואס אויפן געשעפט איז געשטאנען בשר כשר און ר' אברהם האט זיך אפגעשטעלט און איז אריין אין געשעפט און ר' אברהם קוקט אן די פלייש און זאגט אז ער פילט א שטארקע קדושה און האט געפרעגט דער בעה"ב ווער איז דער שוחט פון די פלייש און דער בעה"ב האט געגעבן דעם נאמען און אדרעס פון שוחט. ר' אברהם גיט אים א ברכה אויף הצלחה, און ר' אברהם זאגט זיינע חסידים אז מיר וועלן גיין צום הויז פון שוחט און בעטן אויב מען קען דארטן איינשטיין און אזוי וועלן מיר קענען עסן דארטן הייליגע פלייש, זיי זענען אנגעקומען ביים הויז פון שוחט און קלאפן אן אין טיר און די פרוי פון שוחט האט געזאגט אז איר מאן איז יעצט נישטא, האט ר' אברהם געפרעגט אויב זיי קענען דארטן זיין און עפעס עסן? די פרוי האט מסכים געווען און האט זיי געגעבן א צימער צו זיין, מען האט איר געבעטן אנגרייטן א פליישיגע סעודה פאר זיי. דערווייל איז אנגעקומען איר מאן אנגעטאן ווי א אמתער פויער מיט א גראבע מאנטל און א מאדנע הוט, מיט ברייטע הויזן, און די חסידים האבן נישט פארשטאנען ווי אזוי דער רבי וויל עסן פלייש פון די שחיטה פון אזא מענטש! ר' אברהם גיט אים שלום עליכם און דערציילט אים אז זיי זענען געקומען דארטן איינשטיין און גייען עסן א פליישיגע סעודה, ר' אברהם האט געפרעגט צו ער האט געשחטן די פלייש וואס געפינט זיך אין שטוב? און ער האט געענטפערט יא! ר' אברהם האט געבעטן אז ער זאל אים ווייזן זיין מעסער, ווייל ער וויל דאס בודק זיין, האט דער שוחט געענטפערט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געוויזן זיין מעסער פאר קיין מענטש, און ער וועט אים אויך נישט ווייזן, און אויב זיי ווילן עסן ביי אים איז פיין, און אויב זיי ווילן נישט עסן וועט ער נישט זיין בייז אויף זיי!

ר' אברהם האט געבעטן דעם שוחט אז ער וויל רעדן מיט אים אין צימער, און דער שוחט איז אריין מיט אים אין צימער און ר' אברהם האט שטרענג געזאגט אז ער איז דער רבי פון סטרעטין דער זוהן פון הרה"ק ר' יהודה צבי מסטרעטין און ער איז גוזר אז ער מוז אים ווייזן זיין מעסער! דער שוחט האט געענטפערט אז אויב דער רבי פארלאנגט דאס וועט ער אים דאס ברענגען! איז דער שוחט איז געגאנגען ברענגען דעם מעסער און ר' אברהם ווערט אויסער זיך ווען ער כאפט אן דעם מעסער און פילט די גרויסע קדושה, און ווען ער קוקט דאס אן, זעהט ר' אברהם אז עס איז אויסגעקריצט "זה המאכלת של אברהם אבינו זל"ה אשר אנו אוכלים בזכותו": דער מעסער האט באלאנגט צו אברהם אבינו וואס מיר עסן אין זיין זכות, און ר' אברהם איז געווען איבער גליקלאך צו זוכה זיין עסן אזא פלייש וואס איז געשחטן מיט אברהם אבינו'ס מעסער. ר' אברהם האט זייער באדאנקט דעם שוחט, און געזאגט מען גייט עסן דא. ר' אברהם האט נישט געוואלט דערציילן די חסידים וועגן דעם מעסער, און איז ארויסגעקומען פון צימער און געזאגט אז ער גייט דא עסן, מען האט זיך געוואשן צו די סעודה אבער דעם אויס זעהן פון שוחט האט אריינגעברעגט ספיקות ביי אפאר פון די חסידים און זיי האבן נישט געוואלט עסן די פלייש און זיי האבן אריינגעלייגט די פלייש אין זייער טאש נישט וועלן וויי טאן זייער רבין, און האבן נישט געגעסן, אבער ר' אברהם און די אנדערע חסידים האבן געגעסן די פלייש, און ר' אברהם האט זייער באוואונדערט די הייליגע פלייש! מען האט געבענטשט און זיך געזעגנט מיטן בעה"ב. אויפן וועג אהיים פלוצלינג פרעגט זיי דער רבי ווער האט געגעסן די פלייש און ווער האט נישט געגעסן? און זיי האבן מודה געווען! האט ר' אברהם זיי דערציילט וועגן די הייליגע מעסער און זיי זענען געווארן זייער בצער פאר נישט עסן אזא הייליגע פלייש, האט דער רבי זיי געמוסרט פאר זייער שוואכע אמונה אין זייער רבין, און געזאגט פארפאלן די וואס האבן געגעסן די פלייש וועלן אנקומען צו גאר הויכע מדריגות! דעם קומענדיגע נסיעה קיין פעסט איז מען צוריק צו דעם הויז פון שוחט און געוואלט דארטן זיין, אבער מען האט געענטפערט אז דער שוחט מיט זייין ווייב זענען אין א טאג פארשוואונדן געווארן, און קיינער ווייסט נישט וואו! האט מען שוין פארשטאנען אז דער שוחט איז געווען פון די ל"ו צדיקים, און נאך וואס מען האט אים אנטפלעגט איז ער פארשוואונדן געווארן, ר' אברהם איז נפטר געווארן ג' טבת תרכ"ה, און ליגט אין דעם אהל פון זיין טאטן אין סטרעטין, זיע"א.

More in this printout

View the whole printout