Skip to content
פרדס יהודה

דינים אין דער חילוק פון אב"ן און זק"ן?

  • Ha'azinu
  • 5787
  • Yiddish
View printout

זְכֹר יְמוֹת עוֹלָם בִּינוּ שְׁנוֹת דּוֹר וָדוֹר שְׁאַל אָבִיךָ וְיַגֵּדְךָ זְקֵנֶיךָ וְיֹאמְרוּ לָךְ: (לב ז) עס איז דא צוויי דיוקים, איינס וואס איז דער חילוק פון יְמוֹת עוֹלָם און שְׁנוֹת דּוֹר וָדוֹר, וואס לכאורה איז דאס איין זאך, און פארוואס שטייט שְׁאַל אָבִיךָ וְיַגֵּדְךָ זְקֵנֶיךָ וְיֹאמְרוּ לָךְ, אז מען דארף פרעגן אָבִיךָ און זְקֵנֶיךָ, ווען איינער פון זיי וואלט געווען גענוג צו פרעגן? נאר דאס צו פארענטפערן, רש"י זאגט שְׁאַל אָבִיךָ. אֵלּוּ הַנְּבִיאִים שֶׁנִּקְרְאוּ אָבוֹת, און זְקֵנֶיךָ. אֵלּוּ הַחֲכָמִים, און דער חילוק פון א נביא און א חכם איז, א נביא מוז נישט וויסן וואס איז אמאל געווען, נאר ער ווייסט וואס וועט זיין שפעטער, אבער א חכם ווייסט אלעס וואס איז שוין געווען פון אנפאנג בריאה ביז יעצט, און אלע דינים, ממילא איז גוט: יְמוֹת עוֹלָם מיינט אויב דו ווילסט וויסן וואס איז געווען פון אנפאנג בריאה ביז יעצט, און שְׁנוֹת דּוֹר וָדוֹר מיינט און דו ווילסט וויסן וואס וועט זיין באחרית הימים: צו וויסן וואס איז געווען ביז יעצט, שטייט זְקֵנֶיךָ, אֵלּוּ הַחֲכָמִים, וְיֹאמְרוּ לָךְ און זיי וועלן דיר זאגן, אבער אויב דו ווילסט וויסן וואס וועט זיין שפעטער באחרית הימים שטייט שְׁאַל אָבִיךָ, אֵלּוּ הַנְּבִיאִים, וְיַגֵּדְךָ. דאס געהער נאר צום נביא. (דברי מהרי"א אסאד)

More in this printout

View the whole printout