Skip to content
פרדס יהודה

מען מוז לויבן דעם אויבערשטן אז מען קען רעדן

  • Ha'azinu
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הַאֲזִינוּ הַשָּׁמַיִם וַאֲדַבֵּרָה וְתִשְׁמַע הָאָרֶץ אִמְרֵי פִי: יַעֲרֹף כַּמָּטָר לִקְחִי תִּזַּל כַּטַּל אִמְרָתִי: (לב א) דער בינה לעתים להגאון ר' עזריה פיגו (דרוש ס"ד) זאגט א טיפע מהלך: ווייל מיר זעהען אז דער אויבערשטער האט געגעבן דעם מענטש דעם כח הדיבור צו רעדן, וואס דאס איז א מעלה איבער אלע באשעפענישן, און מען דארף לויבן און דאנקען דעם אויבערשטן פאר דעם כח, (געברענגט באריכות אין פרדס יהודה פ' כי תצא תשפ"ב) זאגט דער אברהם אנכי (הגאון ר אברהם פאלאג'י זון פון הגה"ק ר' חיים פאלאג'י) אז מיט דעם קען מען מסביר זיין עטליכע פסוקים פון דוד המלך ע"ה: אוֹדֶה ה' מְאֹד בְּפִי וּבְתוֹךְ רַבִּים אֲהַלְלֶנּוּ. (תהלים קט ל) אוֹדֶה ה' מְאֹד, איך דאנק דיר זייער דער אויבערשטער, בְּפִי, וואס דו האסט מיר געגעבן א מויל צו רעדן, דעריבער וּבְתוֹךְ רַבִּים אֲהַלְלֶנּוּ, וועל איך דיר לויבן פאר אלעמען פארן דיבור, און אויך תהלת ה' יְדַבֶּר פִּי וִיבָרֵךְ כָּל בָּשָׂר שֵׁם קָדְשׁוֹ לְעוֹלָם וָעֶד: (תהלים קמ"ה כא) תהלת ה', איך לויב דיר אז יְדַבֶּר פִּי, איך קען רעדן, דעריבער וִיבָרֵךְ כָּל בָּשָׂר שֵׁם קָדְשׁוֹ לְעוֹלָם וָעֶד, וועגן דעם מתנה, וועלן אלע באשעפענישן דיר בענטשן. אויך איז ער מסביר דעם פסוק ה' שְׂפָתַי תִּפְתָּח וּפִי יַגִּיד תְּהִלָּתֶךָ: (תהלים נא יז) ה' שְׂפָתַי תִּפְתָּח, האסט געעפנט מיינע ליפן און איך קען רעדן, דעריבער וּפִי, מיין קענען רעדן, יַגִּיד תְּהִלָּתֶךָ, וועל איך דיר לויבן און דאנקען פארדעם עכ"ד. דאס קען אפשר זיין פשט הַאֲזִינוּ הַשָּׁמַיִם הערט זיך צו הימל, וַאֲדַבֵּרָה אז איך קען רעדן, ממילא וְתִשְׁמַע הָאָרֶץ וועל איך אייך לאזן וויסן הערן צו די גאנצע וועלט און אויך דיר לויבן אין די גאנצע ערד, אז אִמְרֵי פִי דו האסט מיר געגעבן א מויל צו רעדן, אויב אזוי זאגט משה רבינו ווייטער וואס לקחי מיינט תורה, כִּי לֶקַח טוֹב נָתַתִּי לָכֶם תּוֹרָתִי אַל תַּעֲזֹבוּ, (משלי ד ב) נוץ אויס דעם דיבור אויף דברי תורה, און אזוי וועט מען ווייזן הכרת הטוב פארן אויבערשטן פאר דעם מתנה פון דעם דיבור. (שמח זבולון תשפ"ד)

More in this printout

View the whole printout