Skip to content
פרדס יהודה

משה לערנט אויס ווי מען דארף זאגן תוכחה פאר יענעם

  • Ha'azinu
  • 5787
  • Yiddish
View printout

הַאֲזִינוּ הַשָּׁמַיִם וַאֲדַבֵּרָה וְתִשְׁמַע הָאָרֶץ אִמְרֵי פִי: יַעֲרֹף כַּמָּטָר לִקְחִי תִּזַּל כַּטַּל אִמְרָתִי: כִּשְׂעִירִם עֲלֵי דֶשֶׁא וְכִרְבִיבִים עֲלֵי עֵשֶׂב: כִּי שֵׁם ה' אֶקְרָא הָבוּ גֹדֶל לֵאלֹקֵינוּ: הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא: (דברים ל"ב א-ד) מען קען מרמז זיין אין די הייליגע פסוקים ביי שְׁנַיִם מִקְרָא וְאֶחָד תַּרְגּוּם א לשון קשה, ווייל פאר שְׁנַיִם קען מען רעדן שטרענג, אבער אז מען רעדט צו כלל ישראל. דברי חיזוק איז דאס וְתִשְׁמַע הָאָרֶץ, מיט ווייכע רייד שטייט "אִמְרֵי פִי", און נישט דִּבְרֵי פִי, וואס מיינט דיבור קשה, נאר אִמְרֵי פִי וואס אֲמִירָה מיינט רַכָּה וּוייך, אזוי ווי עס שטייט כֹּה תֹאמַר לְבֵית יַעֲקֹב מיינט פאר די נשים א לשון אֲמִירָה רַכָּה, און מיט דעם האט משה רבינו מרמז געווען אין אלע דורות אז מען וויל געבן דברי חיזוק דארף דאס זיין מיט נעימות אנגענעם וועלן דאס הערן, און דאס מיינט יַעֲרֹף כַּמָּטָר לִקְחִי תִּזַּל כַּטַּל אִמְרָתִי כִּשְׂעִירִם עֲלֵי דֶשֶׁא וְכִרְבִיבִים עֲלֵי עֵשֶׂב, וואס מָטָר און טַל זענען גוט פאר די מענטשן ווייל דאס מאכט וואקסן די ערד, און ממילא וועלן די רייד אריינגיין אין די הארץ פון מענטש, נאר פאר מען זאגט דברי חיזוק פאר יענעם דארף זיין כִּי שֵׁם ה' אֶקְרָא, זאלסט מיינען לשם שמים און אויך האלטן דערביי, און נאכדעם הָבוּ גֹדֶל לֵאלֹקֵינוּ, קענסטו ווייטער געבן דברי חיזוק, אויף דעם דרך קען מען צושעלן א שיינעם מהלך פון הגאון רב אברהם שטערן זצ"ל וואס שרייבט אין זיין ספר כבוד שמים וועגן געבן דברי חיזוק פאר אנדערע: ווייל א מענטש וואס איז שוין גוט און האט זיך אויס געארבעט און הייסט א בעל תשובה, זאל ער נישט טראכטן וואס ער האט אמאל געטאן נישט גוט, נאר הַצּוּר תָּמִים פָּעֳלוֹ כִּי כָל דְּרָכָיו מִשְׁפָּט אֵל אֱמוּנָה וְאֵין עָוֶל צַדִּיק וְיָשָׁר הוּא אז דער אויבערשטער קוקט וואס ער איז יעצט און ער איז א צדיק, קל אֱמוּנָה דער אויבערשטער גלויבט אז דורך דעם רעדן פאר אנדערע וועט דאס העלפן פאר אים ווייל אויב ער וועט זיך נישט אויפירן גוט וועלן מענטשן לאכן פון אים דא רעדסטו חיזוק און דו אליין פירט זיך נישט אזוי! און אויך כָּל הַמְזַכֶּה אֶת הָרַבִּים, אֵין חֵטְא בָּא עַל יָדוֹ; און דורך די זכות הרבים וועט אים העלפן זיך פירן גוט עכ"ד, אז מען וועט זיך אזוי פירן וועט זיין וְתִשְׁמַע הָאָרֶץ אִמְרֵי פִי, אז מענטשן וועלן פון דיר הערן. (שמח זבולון תשפ"ד)

More in this printout

View the whole printout