Skip to content
מבאר רבותינו

יארצייט פון הגאון הקדוש מרן רבי אהרן ווייס מבענעדקוויץ זי"ע

  • Lech-Lecha
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דע ר צ י י ל ונג ע ן פ ון רב ות ינ ו ה ק ד וש ים צ ו ז י יע ר י א רצ י יט

י"ד חשון שנת תרצ"ג לפ"ק

הגה"ק רבי אהרן ווייס מבענעדקוויץ זצ"ל איז געבוירן שנת תרי"א לפ"ק אין שטאט מונקאטש צו זיין טאטע הגה"ק רבי שמואל צבי ווייס זצ"ל ראב"ד מונקאטש יצ"ו, ער איז געווען א תלמיד פון זיין עלטערער ברודער הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זצ"ל און פון הרה"ק מהרי"א מזידיטשוב זצ"ל, ער איז געווען א איידעם ביי הגה"ק רבי יהושע העשיל הכהן פריעד מקאפיש זצ"ל, אין זיינע יונגע יארן איז ער געווארן רב אין שטאט בענעדקוויץ יצ"ו נעבן די שטאט מונקאטש, נאך די פטירה פון זיין רבי מהרי"א מזידיטשוב איז ער געווארן באקאנט פאר א רבי און פועל ישועות, און פילע האבן געשטרויעמט צו אים צו באקומען זיין ברכה און עצה, שנת תרס"ז לפ"ק איז געווארן דיין אין שטאט מונקאטש, שנת תרע"ה לפ"ק איז ער געווארן ראב"ד מונקאטש יצ"ו, ער האט פארפאסט דעם ספר מדרש אהרן עה"ת. ער איז נסתלק געווארן י"ד חשון שנת תרצ"ג לפ"ק. זיין הייליגער ציון געפינט זיך אין שטאט מונקאטש יצ"ו.

איןזיינעיונגעיארןווען רבי אהרן איז געווען אויף קעסט ביי זיין שווער הגה"ק מקאפיש זצ"ל, וואס האט געוואוינט דעמאלטס אין די שטאט טשאפ, איז אמאל אנגעקומען הרה"ק מגארליץ זצ"ל און איז איינגעשטאנען ביי אים אין שטוב. און ווען ער איז אוועקגעפארן, האט ער געזאגט פארן קאפישער רב: דער יונגערמאן געפעלט מיר.)שבחו של אהרןפרק ד'(

*

אמאל האט פאסירט ווען הרה"ק מהרי"א מזידיטשוב זצ"ל האט געפירט טיש, האט ער געוואלט געבן א כוס לחיים פאר איינעם וואס איז געשטאנען ביים עק טיש, אבער ער האט נישט ארויסגעזאגט מיטן מויל פאר וועם ער וויל עס געבן, נאר ער האט מרמז געוועזן. אבער דער גבאי האט נישט פארשטאנען, און ער האט געפירט דעם כוס פון איינעם צום צווייטן, און ער האט נישט פארשטאנען וועמען דער רבי מיינט, ביז רבי אהרן איז צוגעגאנגען און ער האט געוויזן אויף איינעם מען זאל אים געבן דעם כוס. און מהרי"א מזידיטשוב האט געשאקלט מיטן קאפ אז ער האט טאקע יענעם געמיינט. און דאס איז געווען הרה"ק רבי נפתלי חיים מדזיקוב זצ"ל, וואס איז געקומען באהאלטענערהייט קיין זידיטשוב, און מען האט נישט געוואוסט ווער ער איז. נאכן טיש האבן די חסידים געפרעגט פון רבי אהרן פון וואו ער האט געוואוסט וועמען דער רבי מיינט, צו עס האט מיט רוח הקודש, האט ער זיי געענטפערט מיט עניוות, עס האט נישט מיט קיין רוח הקודש, נאר ער האט געזען אז דער גאסט האט א טייערע שטריימל, האט ער פארשטאנען אז א פשוט'ער מענטש טוט נישט אן אזא שטריימל, נאר מן הסתם איז ער א באהאלטענער צדיק.)מדרש אהרןהקדמה(

*

רבי אהרן פלעגט פיל מאל פארן צו זיין עלטערער ברודער הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זצ"ל. און ווען ער פלעגט אים קומען באזוכן, האט אים דער אמרי יוסף געהייסן זיצן נעבן אים ווען ער האט אויפגענומען דעם ציבור וואס זענען געקומען נעמען פון אים ברכות וישועות, און ביידע צוזאמען האבן געליינט די קוויטלעך און אנגעוואונטשן מיט ברכות און ישועות.)שבחו של אהרןפרק ו'(

איינער פון זיינע חסידים האט אמאל גאר שטארק געליטן פון א גוי א רשע. איז ער געקומעןצו רבי אהרן און האט זיך אפגערעדט אויף זיינע צרות וואס ער האט פון אים, האט ער אים געפרעגט: וויאזוי הייסט דער גוי דער רשע, האט ער אים געזאגט: אוגוסטא פיטער. האט ער אים געזאגט: פיטער פטור. און תיכף נאכדעם איז דער גוי פלוצלינג געשטארבן. (שם)

*

די צרות פון אידישע קינדער וואס פלעגן זיך קומען אויסרעדן צו אים, זענען ממש צוגעטרעטן צום הארץ. ווי אויך איז געוועזן באקאנט אז ווען אידן זענען געקומען זיך אפרעדן צו אים זייער ביטער הארץ און פארשידענע פראבלעמען, ער זאל מתפלל זיין פאר זיי, האט מען געהערט פון אים שווערע קרעכצן פון זיין טיפעניש פון זיין הארץ, וואס אלע ארומיגע זענען דערציטערט געווארן דאס צו הערן. און פיל מאל האט מען געזען אז די מענטשן וואס האבן געהערט וויאזוי ער איז זיך משתתף מיט זייער צער, זענען פארענדערט געווארן פון קלאג צו שמחה, זיך פארלאזנדיג אז דער צדיק וואס ער האט מיטלייד מיט זייערע צרות, וועלן זיכער זיינע הייליגע תפילות העלפן און זיי וועלן האבן א ישועה. )לשון בנו

*

ווען ער איז געווען אמאל צוזאמען מיט זיין עלטערע ברודער הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זצ"ל ווען ער האט גענומען קוויטלעך, איז געקומען א חסיד און האט זיך אפגערעדט אז עס איז גע'גנב'עט געווארן פון אים א גרויסער סכום געלט. האט דער אמרי יוסף גענומען א קוויטל וואס איז געליגן צווישן די קוויטלעך אויפ'ן טיש, און ער האט עס געוויזן פאר זיין ברודער רבי אהרן, און ער האט אים געזאגט שטילערהייט, ער איז דער גנב, און דו ביסט דאך א מורה הוראה, פסק'ן מיר אויב איך מעג אויסזאגן פאר דעם איד ווער עס האט עס גע'גנב'עט. האט אים רבי אהרן געזאגט, מען זאל רופן דעם גנב און ארויסנעמען פון אים באהאלטענערהייט די גניבה, און מען זאל עס צוריקגעבן פארן בעגנב'טן, אן ער זאל וויסן ווער דער גנב איז, און מען האט טאקע אזוי געטון.)מדרש אהרןהקדמה(

*

אמאל זענען געקומען צו רבי אהרן א פאר פאלק מיט א גרויס קינד וואס האט בכלל נישט גערעדט ל"ע, און רבי אהרן האט אים ארויפגעזעצט אויף זיינע קניען און האט גערעדט מיט אים, און ווען ער האט אים אראפגענומען פון די קניען, האט ער אנגעפאנגען צו רעדן ווי יעדער אנדערער מענטש. ווען די שטאט האט גערעדט פון דעם גרויסן מופת, האט רבי אהרן מסביר געווען מיט זיין גרויס עניוות, אז פשוט מען האט אים נישט געהאט ביז יעצט אויסגעלערנט צו רעדן, און ער האט אים יעצט אויסגעלערנט וויאזוי צו רעדן, האט ער דערפאר אנגעפאנגען צו רעדן. (מדור לדור, אמרי דוד דף שנ"ט)

*

הרה"ח ר' יהודא וויינגארטן ז"ל פון שטאט מונקאטש, וואס איז געווען א חסיד פון רבי אהרן, איז געווען אסאך יארן וואס ער האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדער. און ער און זיין פרוי פלעגן כסדר מיטשענען ביי רבי אהרן ער זאל זיי אויספועל'ן א ישועה. איין טאג האט איר רבי אהרן געזאגט אז טאמער עס וועט אנקומען צו זייער שטוב אן ארימאן און זי וועט אים געבן אלעס וואס ער וועט בעטן, וועט זי האבן א ישועה. איין טאג פרייטאג איז אנגעקומען א בלוטיגער ארימאן, און געבעטן א נדבה. ווען זי האט אים געגעבן א נדבה, האט ער עס נישט געוואלט נעמען, און ער האט געבעטן א גרעסערע סכום, און האט ער נישט געוואלט נעמען, ווילאנג זי האט געברענגט א גאר גרויסע סכום, נאכדעם האט דער ארימאן געזען די שיך פון איר און איר מאן, און ער האט עס געבעטן, און זי האט אים עס געגעבן, נאכדעם האט ער געבעטן די גרויסע חלה וואס זי האט געהאט געבאקן אויף שבת, און ער האט אויפגעגעסן די גאנצע, און ער האט געבעטן נאך און נאך צו עסן וואס מען האט אנגעגרייט אויף שבת, און וואס זי האט אים געברענגט האט ער תיכף אויפגעגעסן, און געבעטן נאך. ווען ער האט געענדיגט עסן האט ער געזאגט פאר די פרוי: גיי היינט פאר לעכט צינדן צום רבי'ן פון בענעדקוויץ, און בעט אים ער זאל דיך בענטשן, און בעז"ה וועסטו געהאלפן ווערן מיט א בן זכר. די פרוי איז געלאפן דערציילן פאר רבי אהרן וועגן דעם מאדנעם ארימאן וואס איז געווען ביי איר, האט ער איר געזאגט: מיר ווייסן, ער איז געווען ביי אונז אויך. און ער האט איר טאקע אנגעוואונטשן, און נאך א יאר איז איר געבוירן געווארן א אינגל, און מיט דער צייט נאך קינדער. (שבחו של אהרןפרק ז')

*

מען האט געזען ביי רבי אהרן אז אפילו ער פלעגט שמועסן מיט מענטשן פון טאג-טעגליכע זאכן, אויך ווען ער איז עוסק געווען אין ענינים גשמיים האט ער מייחד געווען יחודים, און זיינע כוונות זענען געווען לשמים מיט א געוואלדיגע גרויסע און טיפע דביקות. )ברכת אברהם

*

הגה"ק רבי שאול בראך מקאשוי זצ"ל האט זיך אויסגעדריקט אויף רבי אהרן: וואס זיין ברודער דער אמרי יוסף האט געהאט, האט ער אויכעט.

הרה"ק רבי אהרן ראטה בעל שומר אמונים זצ"ל, האט געזאגט פאר אן אייניקל פון רבי אהרן, אז רבי אהרן איז נישט געווען קיין קלענערע בעל מופת ווי זיין ברודער דער אמרי יוסף. נאר דער אמרי יוסף האט גע'פועל'ט ישועות אפען אויף א רבי'שן אופן, און רבי אהרן האט עס באהאלטן בדרך הטבע.)מדור לדור, אמרי דודדף שנ"ט(

*

ווען רבי אהרן איז אמאל אנגעקומען צום שטאט סאטמאר צו די חתונה פון זיין אייניקל, האט ער געזאגט פארן אייניקל דער חתן אז ער האט אנגעגרייט א זאק פול מיט ישועות צו טיילן אין צייט פון די שמחה. (שבחו של אהרןפרק ז')

*

*

אמאל ווען ער איז געזעצן ביי זיין ברודער הרה"ק בעל אמרי יוסף מספינקא זצ"ל, איז געקומען א פרוי מיט א קינד וואס איז ל"ע געווען טויב און שטום. זי האט געוויינט און געבעטן אז דער אמרי יוסף זאל העלפן איר קינד, רבי אהרן האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון די וויינעריי, און ער האט אויך געמוטשעט פון אמרי יוסף אז ער זאל העלפן פארן קינד. האט דער אמרי יוסף אים געפרעגט אויב ער איז גרייט צו ליינען צוזאמען מיט אים די קוויטל, און ער האט מסכים געווען, און דאס קינד האט תיכף אנגעפאנגען צו רעדן. דער אמרי יוסף האט זיך דערשראקן און ער האט געהייסן פאר די פרוי אז זי זאל תיכף אוועקגיין, און ער האט געזאגט פאר זיין ברודער רבי אהרן אז ער האט מורא, ווייל ער האט א כלל אז א געצווינגענע ישועה שאדט פאר ווער עס האט דאס אויסגע'פועל'ט. און די סימן איז אז אויב די ישועה קומט תיכף, ווייזט עס אז עס איז געווען א געצווינגענע ישועה, און ער האט מורא אז זיי גייען געשעדיגט ווערן צוליב דעם. סוף ימיו האט רבי אהרן געזאגט אז ער מיינט אז ער ווייסט מיט וואס ביידע זענען געשעדיגט געווארן צוליב די ישועה וואס זיי האבן דעמאלטס גע'פועל'ט געצווינגענערהייט. (מדרש אהרן, הקדמה)

תורתו מאירת עינינו יגן לנו ויושר יליץ בעדינו

פרשת לך תשפ"ז לפ"ק

הגה"קרביבן ציוןמראסוויגעףזצ"ל, בהקדמה לספר מדרש אהרן( מועדים,מאמרי חשוןמאמר ב', עובדיהדאהרן(

More in this printout

View the whole printout