הקדמה
בעזה"י, מיר גייען יעצט ארויספארן קיין "עיר הקודש טבריא".
אין דעם פרק וועלן מיר ארומרעדן ספעציעלע ענינים איבער'ן הייליגן שטאט טבריא פון מאמרי חז"ל, מדרשי חז"ל, און פלא'דיגע זאכן פון דעם הייליגן זוהר הקדוש, סיי איבער דעם נאמען פון דער שטאט, פארוואס זי הייסט 'טבריא', און סיי איבער דעם נאמען פון דעם הייליגן טייך וואס ווערט אנגערופן 'כנרת', פארוואס מען האט איר געגעבן דעם נאמען כנרת.
אזוי אויך ווייסן מיר אז עס איז דא א פלאץ וואס הייסט ביזן היינטיגן טאג "גינוסר", און עס איז דא די שטאט "בית שאן" דערנעבן, מיר וועלן זען פארוואס די פלעצער הייסן מיט די נעמען.
ווי אויך גייען מיר זען אז די 'בארה של מרים' איז נגנז געווארן אין דעם ים פון טבריא. און אין ספר 'טבור הארץ' פון הרה"ק רבי משה קליערס זי"ע איז דאס איינע פון די סיבות פארוואס די פירות פון טבריא און די גלילות האבן אזא געשמאקן טעם, ווייל זיי ווערן געפיטערט און זענען נהנה פון דעם וואסער פון דעם כנרת, וואו עס געפינט זיך די בארה של מרים. ווי אויך שטייט אין רד"ל, וואס ברענגט פון פרקי דרבי אליעזר (כ), אז דער טעם פארוואס די פירות זענען אזוי זיס איז ווייל זיי זענען "על פתחו של גן עדן".
די גמרא אין מסכת מגילה: "חמת", "רקת" און "כנרת"
מיר וועלן אנהייבן מיט די גמרא אין מסכת מגילה (ה, א). "אמר רבי יוחנן" – דער הייליגער רבי יוחנן האט געזאגט, כידוע איז דער הייליגער רבי יוחנן דער תנא פון 'תלמוד ירושלמי', ער האט דאך מחבר געווען דעם ירושלמי, ער האט געוואוינט אין טבריא, און ער ליגט טאקע אין טבריא ביי די חלקה פון רבי יוחנן בן זכאי.
דער הייליגער רבי יוחנן דערציילט: "כי הוינא טליא" – ווען איך בין געווען יונג, "אמינא מילתא דלא שאילנא לאבא" – האב איך געזאגט א דבר תורה פון מיר אליינס, און נאכדעם האב איך געפרעגט די זקנים, "ואשתכח כוותייהו" – האב איך געזען אז איך האב מכוון געווען צו די זקנים, צו די הייליגע תנאים. ער האט געזאגט אזוי: אין פסוק שטייט (יהושע יט, לה) אז שבט נפתלי האט באקומען ביי די חלוקת הארץ "וְעָרֵי מִבְצָר הַצִּדִּים צֵר וְחַמַּת רַקַּת וְכִנָּרֶת".
די גמרא האט דארט א גאנצע שאלה בנוגע דעם ליינען פון די מגילה אין טבריא. די שאלה איז צי זי איז "מוקף חומה מימות יהושע בן נון" צי נישט. אויף דעם זאגט די גמרא אז לכאורה איז עס אן אפענער פסוק אז דאס זענען געווען ערי מבצר, ממילא איז זי מוקף חומה מימות יהושע בן נון. אויף דעם זאגט דארט די גמרא אז זי איז טאקע געווען מוקף חומה מימות יהושע בן נון, אבער דער ספק איז ווייל אויף איין זייט איז נישט געווען קיין חומה ממש, נאר די חומה איז געווען דער ים, דער ים כנרת. אויף דעם איז דא א ספק צי א ים ווערט גערעכנט אלס א חומה צי נישט.
זאגט יעצט רבי יוחנן אז דער פסוק זאגט אונז "חמת", די שטאט חמת גייט ארויף אויף טבריא. פרעגט רבי יוחנן ווייטער: "ולמה נקרא שמה חמת?" פארוואס הייסט זי חמת? אויף דעם ענטפערט רבי יוחנן: "על שם חמי טבריא". מיר ווייסן דאך אז אין טבריא געפינען זיך די 'חמי טבריא', וואס דאס איז איבערגעבליבן פון דעם מבול, און עס איז אויך דער 'פתחו של גיהנם' ווי מיר וועלן שפעטער זען, ממילא איז עס מורא'דיג הייס.
רבי יוחנן זאגט ווייטער: "רקת זו ציפורי". רקת גייט ארויף אויף די שטאט ציפורי וואס איז לעבן טבריא. "ולמה נקרא שמה רקת? משום דמדלאה כרקסא דנהרא" – וויבאלד זי געפינט זיך זייער הויך אויף א בארג, און פונקט ווי דער ברעג פון א טייך איז העכער פון דעם טייך אליינס, אזוי אויך שטייט ציפורי העכער פון דעם טייך און העכער פון אלע שטעט ארום איר. דאס מיינט אז ציפורי הייסט רקת, ווייל רקת איז א לשון פון "רקסא דנהרא", דער ברעג פון דעם ים.
זאגט ווייטער רבי יוחנן: "כנרת זו גינוסר", דאס איז לעבן טבריא. "ולמה נקרא שמה כנרת?" פארוואס הייסט זי כנרת? "דמתיקי פירותיה כקלא דכינרא" – ווייל די פירות פון גינוסר זענען אזוי זיס ווי דער קול פון א כינור.
"מתיקי פירותיה כקלא דכינרא" – דער ענין פון התחלפות החושים
קומט דער הייליגער מהרש"א און זאגט: הגם מיר רעדן דא פון פירות, מיינט ער צו זאגן אז עס איז אזוי געשמאק ווי ווען מען הערט דעם קול פון א 'כּינור'.
עס איז דא א מורא'דיגער ווארט פון דעם באקאנטן גאון וקדוש רבי יוסף ענגיל זצ"ל. רבי יוסף ענגיל פרעגט א קשיא: לכאורה א כינור מיט זיין געשמאקן קול הערט מען דורך דעם חוש השמיעה, מיט די אויערן. ווידער פירות זענען דאך פארבונדן מיט דעם חוש הטעם. אויב אזוי, וואס איז דער פשט אז די גמרא זאגט אז "מתיקי פירותיה" איז זיס "כקלא דכינרא"? דאס זענען דאך צוויי אנדערע חושים?!
זאגט רבי יוסף ענגיל אין 'גליוני הש"ס' און צייכנט צו א גמרא אין ערכין (י, ב), וואו די גמרא פרעגט פארוואס דער 'חליל' אין בית המקדש האט אזוי געהייסן: "אמאי קרו ליה חליל? דחלי קליה". זאגט רש"י: "קולו מתוק לשמוע" – זיין קול איז זיס צו הערן. זעט מען אז רש"י נוצט אויף א קול וואס מען הערט אויך דעם ענין פון 'זיסקייט', הגם דאס באלאנגט צום 'חוש הטעם'.
פרעגט רבי יוסף ענגיל: וואס איז דער ביאור הענין? ער צייכנט צו אן 'אבן עזרא' אין קהלת (יא, ז), וואו עס שטייט אויפן פסוק "וּמָתוֹק הָאוֹר" - דאס ליכטיגקייט איז זיס. וואס מיינט דאס אז דאס לעכטיגקייט איז זיס? מיר ווייסן דאך אז ליכטיגקייט באלאנגט צום 'חוש הראיה' און זיסקייט צום 'חוש הטעם'?
דער אבן עזרא צייכנט דארט צו נאך פלעצער וואו מען זעט דאס. מיר זעען אין די תורה הקדושה אז ווען יעקב אבינו איז געגאנגען נעמען די ברכות פון יצחק, האט יצחק אבינו געזאגט (בראשית כז, כז) "וַיֹּאמֶר רְאֵה רֵיחַ בְּנִי כְּרֵיחַ שָׂדֶה אֲשֶׁר בֵּרֲכֿוֹ ה'". יצחק אבינו האט געזאגט, "איך זע דעם שמעק פון מיין קינד יעקב, אזוי ווי דעם שמעק פון גן עדן". זאגט דער אבן עזרא: מען זעט ווייטער אז מען נוצט א לשון פון 'ראיה', וואס איז דער חוש הראיה, ווען מען רעדט איבער דעם 'חוש הריח'.
דער אבן עזרא זאגט ווייטער אז מיר טרעפן ביי מתן תורה (שמות כ, יד) "וְכָל הָעָם רוֹאִים אֶת הַקּוֹלֹת וגו'". מען זעט אז מען נוצט דעם 'חוש הראיה', אויף קולות וואס איז דער 'חוש השמיעה'. בעצם זאגט שוין די גמרא אין מסכת שבת (פח, ב) אז דאס איז געווען העכער פון דעם שכל אנושי, אז מען איז געווען "רואים את הנשמע".
קומט דער אבן עזרא און זאגט אז עס זענען דא אסאך פלעצער אין תנ"ך וואו מיר זעען אז מען באנוצט זיך מיט איין חוש אויף א צווייטן. מען נוצט דעם חוש הראיה אויף א חוש השמיעה, אדער דעם חוש הטעם אויף דעם חוש השמיעה. דער טעם דערפון איז ווייל אלע פינף חושים האבן איין איינציגן שורש. דער אבן עזרא זאגט א סוד אז דער שורש פון אלע חושים געפינט זיך ביים 'חוש המצח', דאס הייסט ביים מוח, וואו אלע חושים קומען זיך צוזאם. ממילא, וויבאלד 'שורשם חד', קען מען זיך באנוצן מיט איין חוש פארן צווייטן. למשל דא אין אונזער גמרא נוצט מען די מתיקות פון די פירות - וואס איז די 'חוש הטעם' - און מען גלייכט עס צו צום קול פון א 'כינור'.
(רבי יוסף ענגיל איז דארט מאריך מיט מראי מקומות און ברענגט אויך א תשובה פון דעם תשב"ץ איבער דעם ענין פון "התחלפות החושים", עי"ש באריכות).
"רקת זו טבריא": אפילו ריקנין שבה מלאים מצוות כרימון
עכ"פ, לאמיר דא צוריקגיין צו די גמרא.
דער הייליגער רבי יוחנן זאגט אונז דא טעמים אויף די נעמען פון טבריא. מ'דארף דא צוצייכענען אז דער רש"ש פרעגט דא א מורא'דיגע קשיא. מיר ווייסן אז אין מדרש רבה (כג, א) שטייט אז טבריא ווערט אזוי גערופן ווייל דער רוימישער קייסער האט געהייסן טבריא (טיבעריוס בלע"ז), און אויף זיין נאמען האט ער א נאמען געגעבן די שטאט.
שטייט פונעם הייליגן יעב"ץ, אוודאי האט דער רוימישער קייסער געגעבן דעם נאמען טבריא, אבער די הייליגע חכמים האבן געזאגט אז מן השמים האט מען צוגעפירט אז די שטאט זאל הייסן טבריא ווייל עס ליגן דא טיפע סודות און הייליגע סיבות. ממילא איז עס נתגלגל געווארן אזוי אז דער רוימישער קייסער האט געמיינט אז ער גיט דעם נאמען אויף זיך, אבער בעצם איז דער נאמען געגעבן געווארן מן שמיא און עס איז מרמז אויף גאר הייליגע זאכן. ווי מיר האבן געזען, זאגט רבי יוחנן אז עס הייסט טבריא, אבער בעצם הייסט עס 'חמת' צוליב די חמי טבריא, און מיר וועלן שפעטער זען נאך טעמים פארוואס עס הייסט טבריא.
זאגט די גמרא דארט: "אלא אמר רבא". רבא גייט אונז זאגן נאך א טעם פארוואס די שטאט טבריא הייסט טבריא און פארוואס זי הייסט חמת. ער דינגט זיך מיט רבי יוחנן, און רבא האלט אן אנדערן מהלך אין די נעמען פון די שטעט. ער זאגט אזוי: "חמת זו חמי גרר, רקת זו טבריא". רקת איז נישט ציפורי, נאר רקת איז טבריא. כינרת זו גנוסר. און ער ערקלערט יעצט: "למה נקרא שמה רקת" - פארוואס הייסט טבריא רקת? "שאפילו ריקנין שבה מלאים מצוות כרימון" - אפילו די חוטאים אין טבריא זענען פול מיט מצוות ווי א רימון.
זאגט דער מהרש"א: אין דעם ווארט 'רקת' אליין שטייט נישט קיין שום רמז אז מ'איז מלא מצוות כרימון, נאר דאס גייט ארויף אויפן פסוק אין שיר השירים (ו, ז) "כְּפֶלַח הָרִמּוֹן רַקָּתֵךְ". זאגט די גמרא אין מסכת חגיגה (כ, א), "אל תקרי רַקָּתֵךְ אלא רֵיקָנֵיךְ", די גמרא דרש'נט דעם פסוק אז אפילו פושעי ישראל, די "ריקנין שבך", זענען "מלאים מצוות כרימון". דעריבער האט מען איר געגעבן דעם נאמען 'רקת', אלס א רמז אויף דעם פסוק אין שיר השירים.
פרעגט דער הייליגער 'טורי אבן': פארוואס פונקט אין טבריא האט מען געגעבן דעם נאמען 'רקת', צוליב דעם וואס אפילו די ריקנין שבה זענען מלאים מצוות כרימון? מיר ווייסן דאך אז דאס וואס אפילו די ריקנים פון כלל ישראל זענען מלאים מצוות כרימון, גייט ארויף אויף גאנץ כלל ישראל און נישט דוקא אויף די שטאט טבריא?
די מהלכים פון די מפרשים פארוואס דווקא אין טבריא זענען די "ריקנים מלאים מצוות כרימון"
עס איז דא א שיינער פאָר מהלכים וואס שטייט אין די מפרשים.
איין מהלך: מיר ווייסן אז רבי מאיר ליגט אין טבריא, און מיר ווייסן אז רבי מאיר'ס רבי איז געווען 'אחר' (אלישע בן אבויה), און אויף דעם זאגט די גמרא "תוכו אכל וקליפתו זרק". די גמרא זאגט אז רבי מאיר האט מתפלל געווען אז אחר זאל תשובה טאן, און למעשה צום סוף האט אחר טאקע תשובה געטאן. וועגן דעם וויל מען מרמז זיין "אפילו ריקנין שבך מלאים מצוות כרימון", כדי צו מרמז זיין אויפן פסק פון רבי מאיר.
נאך א מהלך: מיר ווייסן דאך אז רבי מאיר ליגט אין טבריא, און איינע פון די טעמים איז - ווי דער הייליגער 'בן איש חי' איז מאריך מיט א תשובות הרשב"א - אז רבי מאיר איז "חייש למיעוטא". דאס טייטש, רבי מאיר האלט אז דער מיעוט ווערט נישט בטל. אין אנדערע ווערטער זאגט רבי מאיר, אז אפילו די ריקנין שבך, אפילו דער 'מיעוט' פון כלל ישראל, וועלן אויך צום סוף תשובה טאן.
נאך א מהלך וואס דער בן איש חי ברענגט לויט'ן רשב"א: עס איז כידוע א מחלוקת צווישן רבי יהודה און רבי מאיר אויפן פסוק (דברים יד, א) "בָּנִים אַתֶּם לה' אֱלֹקֵיכֶם". רבי מאיר האלט "בין כך ובין כך אתם קרויים בנים", סיי בשוגג און סיי ח"ו במזיד. דער פשט איז, אז אפילו ווען אידישע קינדער פירן זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, האלט רבי מאיר דאך "בנים אתם" - מיר בלייבן קינדער. דאס קומט די גמרא אונז מרמז זיין, אז אפילו ריקנים שבך זענען אויך מלאים מצוות כרימון.
עס איז דא אן אינטערעסאנטער מהלך פונעם הייליגן מהרש"ם אין זיינע הגהות אויף די גמרא. ער זאגט: עס איז באקאנט וואס די גמרא זאגט אין מסכת שבת (לט, א), אז 'חמי טבריא' זענען הייס ווייל זיי גייען דורך דעם 'פתח פון גיהנום'. זאגט ער, אויב אזוי האבן די מענטשן אין טבריא כסדר געטראכט פונעם פתח של גיהנום, און ממילא זענען זיי אלע זייערע טעג געווען בתשובה. דאס מיינט די גמרא, אז אפילו די ריקנים שבך זענען מלאים מצוות כרימון, ווייל זיי האבן כסדר תשובה געטאן.
אבער בעצם פרעגט דער בן איש חי א קשיא: אויב די ריקנים זענען פול מיט מצוות ווי א רימון, פארוואס הייסן זיי "ריקנים"? און בפרט לויט'ן מהרש"ם אז זיי האבן כסדר געטראכט פונעם פתחו של גיהנום, איז שווער די קשיא?
זאגט דער בן איש חי, אז דאס גייט ארויף אויף די 'עשירים', די מחזיקי תורה ותומכי תורה. הגם זיי זענען געווען פול מיט מצוות און האבן אויסגעהאלטן תלמידי חכמים, האבן זיי אליין אבער נישט געלערנט. ממילא, זאגט ער, פון איין זייט זענען זיי מלאים מצוות כרימון, אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי "ריק" פון תורה. דערפאר האבן זיי געהייסן "ריקנים שבך", אבער למעשה זענען זיי געווען "מלאים מצוות כרימון".
טבורה של ארץ ישראל
זאגט די הייליגע גמרא ווייטער: "רבי ירמיה אמר רקת שמה". טבריא איז רקת. "ולמה נקרא שמה טבריא?" פארוואס הייסט זי טבריא? "שהיא יושבת בטבורה של ארץ ישראל". זאגט רש"י: "באמצעיתה" - טבריא איז דער צענטער פון ארץ ישראל.
דא דארף מען פארשטיין, דער 'כפתור ופרח' (פרק י"א) - וואס דער הייליגער 'בית יוסף' ברענגט אים אראפ כמה פעמים - וואס איז אויך פון די גרעסטע מקורות אויף קברי צדיקים און גבולי ארץ ישראל, פרעגט א מורא'דיגע קשיא: קודם כל, מען קען נישט זאגן אז עס איז אינמיטן ווען מען מעסט פון צפון צו דרום, ווייל טבריא געפינט זיך אין גליל העליון אין צפון, איז עס דאך נישט אינמיטן לאנד. און אויב מען וועט מעסטן פון מזרח צו מערב, ווייסן מיר דאך אז טבריא געפינט זיך ממש ביים גרעניץ (מזרח זייט). אויב אזוי, וואס איז דער פשט אז טבריא איז "באמצעותו של ארץ ישראל"?
דער 'כפתור ופרח' וויל גיין מיט א מהלך אז מען רעכנט טבריא קעגן 'עכו' פון די מזרח זייט, און דערנאך רעכנט מען 'הור ההר', און פון דרום רעכנט מען 'נחל מצרים'. אויב מען וועט עס רעכענען אזוי, וועט אויסקומען אז טבריא איז טאקע דער 'טבור' פונעם לאנד.
מיר אלע ווייסן די גמרא אין מסכת סנהדרין (לז, א) אויפן פסוק (שיה"ש ז, ג) "שָׁרְרֵךְ אַגַּן הַסַּהַר", אז די לשכת הגזית - די סנהדרין פון כלל ישראל - זיצט "בטבורו של עולם". אויב אזוי, אויב ירושלים איז דער טבור פונעם עולם, ווי אזוי שטימט עס מיט די גמרא דא וואס זאגט אז טבריא איז "בטבורה של ארץ ישראל"?
ענטפערט דער מהרש"א א מורא'דיגן תירוץ: ירושלים איז דער טבור פון די גאנצע וועלט, אבער טבריא איז דער טבור ספעציעל פון ארץ ישראל.
בעצם, תוס' אין מסכת ראש השנה (כג, ב, ד"ה קמא), פרעגט שוין די קשיא: ווי אזוי קען זיין אז ירושלים איז דער מיטן פון ארץ ישראל? ארץ ישראל איז דאך ד' מאות פרסה, און ירושלים איז נאר א מהלך יום אחד פונעם מזרח גבול? אויף דעם קומט דער 'פני יהושע' מיט דער 'ערוך לנר' אין מסכת ראש השנה און פרעגט א מורא'דיגע קשיא, די זעלבע קשיא וואס דער מהרש"א זאגט דא ביי אונז. ער טענה'ט אז דאס וואס די גמרא זאגט אז ירושלים איז דער מיטן, מיינט נישט דער מיטן פון ארץ ישראל. די גמרא זאגט אז זי איז "טיבורו של עולם" – דער מיטן פון די גאנצע וועלט. אבער דער מיטן פון ארץ ישראל, דאס איז דוקא טבריא.
[למעשה, דער ריטב"א אין מסכת תענית (י, א) גייט יא מיט'ן מהלך פון תוס' אין ראש השנה, אז ירושלים איז נישט נאר טיבורו של עולם, נאר זי איז אויך דער מיטן פון ארץ ישראל. ווי אזוי פארענטפערט מען דאס מיט'ן מציאות איז אן אריכות הדברים, ועוד חזון למועד].
"טובה ראייתה": די שיינקייט פון תורה
זאגט די גמרא ווייטער: "רבה אמר רקת שמה" – טבריא הייסט 'רקת'. פארוואס האט מען איר טאקע געגעבן דעם נאמען טבריא? זאגט רבה: "שטובה ראייתה" – ווייל די ראיה, דאס קוקן אויף דער שטאט טבריא, איז מורא'דיג שיין פאר די אויגן.
בפשטות, שיטת התוס‘ און נאך מפרשים זאגן דעם לשון "שהיו שם גנות ופרדסים". טבריא איז פול מיט גארטנס און פרדסים, ועד היום הזה וואקסן דארט אין גאנץ טבריא אלע מיני פירות, ווי מיר זעען אין די גמרא וועגן "פירות גינוסר". ווען מען קומט אן קיין טבריא פון ריכטונג 'בית שאן', און אפילו ווען מען גייט ווייטער אריין אין שטאט, וואקסן דארט טייטלען און כל מיני פירות אין הערליכע גארטנס. דאס מיינט "טובה ראייתה", אז ווען מען קוקט אויף טבריא האט מען א הערליכן בליק.
זאגט דער הייליגער מהרש"א, קודם ברענגט ער אראפ דעם פשט פון תוס‘, און נאכדעם זאגט ער: "ועוד יש לומר טובה ראייתה בחכמים שהיו יושבים שם סנהדרין בימי רבי, כדאמרינן סוף פ"ב במסכת ראש השנה דף ל"א ע"ב". ממילא קומט אויס אז עס הייסט "טובה ראייתה" ווייל עס זענען דארט געווען תלמידי חכמים.
דער גאון רבי יוסף ענגיל זצ"ל אין 'גליוני הש"ס' צייכנט צו אויף דעם מהרש"א, אזוי ווי מיר טרעפן ביי דוד המלך ע"ה (שמואל א טז, יב) "יְפֵה עֵינַיִם וְטוֹב רֹאִי", וואס טייטש ער איז געווען א 'יפה תואר'. דער פשט דערפון איז, אז קוקן אויף תלמידי חכמים און אויף צדיקים איז די שענסטע זאך אויף דער וועלט.
דער 'שפתי חכמים' זאגט א הפלא'דיגן פשט. ער זאגט: מיר ווייסן אז רבינו הקדוש האט מחבר געווען די 'משניות' אין טבריא. רבי יוחנן, וואס האט געמאכט דעם הייליגן 'ירושלמי', האט עס אויך מחבר געווען אין טבריא. [מען קען דא צולייגן רבי חייא ובניו וואס זענען עולה געווען פון בבל, און "אלמלא רבי חייא ובניו נשתכחה תורה מישראל", ווייל זיי זענען ארומגעגאנגען פון דארף צו דארף מרביץ תורה זיין, ווי די גמרא זאגט אין בבא מציעא (פה, ב) – רבי חייא איז אויך געקומען פון טבריא. ממילא, דאס איז דער פשט אין מהרש"א "טובה ראייתה", אז די תלמידי חכמים זענען די שיינקייט].
זאגט דער שפתי חכמים אז דער פשט איז, אז פון דא איז ארויסגעגאנגען דער "תורה אור" פאר כלל ישראל, וואס אויף דעם שטייט "כי נר מצוה ותורה אור" און "מצות ה' ברה מאירת עינים". די תורה וואס איז מאירת עינים און באלייכט אונזערע אויגן, איז ארויסגעקומען פון דער שטאט טבריא.
"טובה ראייתה": ומשם עתידין ליגאל
נאך א הפלא'דיגן פשט שטייט דארט אין שפתי חכמים: מיר ווייסן אז די גמרא אין ראש השנה (לא, ב) ברענגט בשם רבי יוחנן "ומשם עתידין ליגאל" – פון טבריא גייען מיר אויסגעלייזט ווערן, "שנאמר (ישעיה נב, ב), הִתְנַעֲרִי מֵעָפָר קוּמִי". דאס טייטש, פונעם טיפסטן פלאץ, דאס לעצטע פלאץ וואו די שכינה איז געגאנגען אין גלות, פון דארטן גייען מיר אויסגעלייזט ווערן.
קומט אויס, מיר זענען מצפה און קוקן ארויס מיט אונזערע אויגן, "ועינינו תראינה מלכותך כדבר האמור בשירי עוזך". ווען מיר זענען מצפה לישועה און האפן אז משיח זאל קומען, קוקן מיר ארויס אויף טבריא וואס וועט זיין דאס ערשטע פלאץ. אויב אזוי איז "טובה ראייתה" – טבריא האט א גוט אויג, ווייל אלע קוקן מיט א גוט אויג אויף טבריא און זענען מצפה אז פון דארטן וועט קומען די ישועה.
די ראיה פון "בארה של מרים" אין די ימים פון טבריא
אין ספר 'באר יוסף' שטייט א הפלא'דיגן פשט. ער זאגט אזוי: מיר ווייסן דאך אז די 'בארה של מרים' איז נגנז געווארן אין דער כנרת. און אויפן פסוק (במדבר כא, כ) "וְנִשְׁקָפָה עַל פְּנֵי הַיְשִׁימֹן" ברענגט רש"י אראפ פון די 'מדרש תנחומא': "דבר אחר, 'ונשקפה' - הבאר על פני הישימון, שנגנזה בימה של טבריא, והעומד על הישימון מביט ורואה כמין כברה בים, והוא הבאר. כך דרש רבי תנחומא".
די גמרא אין מסכת שבת (לה, א) זאגט, “הרוצה לראות בארה של מרים, יעלה לראש הכרמל ויצפה ויראה כמין כברה בים, וזו היא בארה של מרים".
מיר וועלן מיר יעצט נישט אריינגיין פונקטליך אין אלע שיטות וואו די בארה של מרים געפינט זיך, אבער לויט דעם מדרש אז "העומד על פני הישימון", וואס די מפרשים זאגן אז דאס מיינט ארויפגיין אויפן בארג לעבן דער כנרת, וועט מען זאגן אז דאס וואס שטייט אין די גמרא "ראש הכרמל" מיינט "ראש הישימון". (עי' בספר 'טבור הארץ' פון הרה"ק רבי משה קליערס זי"ע, רב פון טבריא, וואס צייכענט צו די שיטת הרבינו חננאל אז "ראש הישימון" און "ראש הכרמל" זענען די זעלבע בארג). קומט אויס אז ווען מען שטייט אויפן בארג פון טבריא, זעט מען די בארה של מרים.
נאך א לשון המדרש געפינען מיר אין 'ויקרא רבה' (כב) וואס זאגט אזוי: "והיכן היא בארה של מרים? אמר רבי חייא בר אבא, כתיב 'ונשקפה על פני הישימון', שכל מי שהוא עולה על ראש הר ישימון ורואה כמין כברה קטנה בים טבריא, זהו בארה של מרים".
שטייט דא אין די אלע מדרשים, אז ווען איינער גייט ארויף אויפן בארג אין טבריא און קוקט אויפן ים, אויף דער כנרת, זעט ער די בארה של מרים. אויב אזוי פארשטייט מען זייער גוט פארוואס עס הייסט "טובה ראייתה" – עס איז א גוטע ראיה, ווייל פון טבריא זעט מען די בארה של מרים.
זען דעם "משכן שילה" פון די געגנט פון טבריא
א הפלא'דיגן פשט געפינען מיר אין ספר 'יד אליהו'. ער זאגט אזוי: די גמרא זאגט אין מסכת זבחים (קיח, ב), אז "במשכן שילה" האט מען געמעגט עסן קדשים קלים "בכל הרואה" – דאס טייטש, אין יעדע פלאץ פון וואו מען האט געקענט זען משכן שילה. די גמרא איז מסביר אז דאס איז געווען ווייל שילה איז געווען אין חלקו של יוסף, און בזכות דעם וואס יוסף הצדיק האט נישט געקוקט וואו מען טאר נישט - וואו עס שטייט אין פסוק (בראשית מט, כב) "בֵּן פֹּרָת יוֹסֵף בֵּן פֹּרָת עֲלֵי עָיִן בָּנוֹת צָעֲדָה עֲלֵי שׁוּר" - האט ער זוכה געווען אז קדשים קלים עסט מען בכל הרואה.
די גמרא פרעגט, ביז וואו איז דער שיעור וואס מען מעג עסן קדשים קלים? וואס זענען די נעמען פון די פלעצער ביז וואו עס איז מותר צו עסן קדשים קלים? דאס זענען פלעצער פון וואו מען קען נאך אלץ זען דעם משכן שילה. זאגט דארט די גמרא: "בי כנישתא דמעון" – דאס הייסט, די בית המדרש פון מעון.
אז מען קוקט אריין אין די גמרא אין מסכת שבת (קלט, א), זאגט דארט די גמרא: "הוה עובדא בבי כנישתא דמעון בי רבי יוחנן". דאס טייטש, די גמרא דערציילט אז עס איז געווען א מעשה אין די שול פון מעון וואו רבי יוחנן איז געווען. מיר ווייסן דאך אז רבי יוחנן איז געווען דער בעל התלמוד ירושלמי, קומט אויס אז די שול פון מעון וואו רבי יוחנן איז געווען, איז א פלאץ נעבן טבריא. און פון דארט זאגט די גמרא אז מען האט געקענט זען דעם משכן שילה.
דאס איז דער פשט וואס די גמרא זאגט "טובה ראייתה", עס האט א גוטן אויסקוק, ווייל פון מעון וואס געפינט זיך נעבן טבריא קען מען זען דעם משכן שילה און מען מעג דארט עסן קדשים קלים.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין אז "ומשם עתידין להיגאל", אמן!