יעדער וויל א געשמאק אין עבודת ה'
יעדער איינער וויל באקומען א געשמאקייט אין תורה, אז ער זאל וועלן לערנען. יעדער איינער וויל האבן א געשמאקייט, ער זאל וועלן גיין אין בית המדרש, ער זאל וועלן דאווענען, א שבת, ער זאל וועלן דאווענען א 'נשמת'.
און צומאל זעט א מענטש אז עס איז נישט אזוי, עס ווילט זיך אים נישט, און דאס באדערט אים. אדער עכ"פ, מיר זוכן עצות ווי אזוי מיר קענען מעורר זיין דעם מענטש ער זאל באקומען דעם געוואלדיגן חשק צו תורה ומצוות.
דער משל פון עסן: 'צוקייען' דאס לערנען
דער תירוץ אויף דעם איז זייער פשוט. מיר ווייסן אז די תורה הקדושה ווערט אין נביא (משלי ט, ה) געגליכן צו ברויט, "לְכוּ לַחֲמוּ בְלַחֲמִי". דאס טייטש, די תורה ווערט געגליכן צו עסן. ווי קומט אריין תורה צו עסן?
מיר ווייסן אז ביי עסן איז דא אן אינטערעסאנטע זאך: א מענטש קען נעמען דאס טייערסטע פלייש, אבער טאמער ער וועט עס איינשלינגען אן דעם וואס ער זאל עס גוט צוקייען, וועט ער נישט פילן דעם טעם.
עס גייט אזוי ווייט אז די גמרא אין מס' פסחים (קיד, ב) האט א גאנצע שאלה ביי 'בלע מצה' – טאמער עמיצער האט אריינגעשלינגען די מצה, צי ער האט יוצא געווען, און מען דארף עס 'צוקייען', ווייל אז מען שלינגט עס אַראָפּ קען מען נישט טועם זיין קיין טעם. ביי מרור איז טאקע דא די הלכה, אז וויבאלד מען דארף פילן דעם טעם, "בלע מרור לא יצא". פונדעסטוועגן זאגט די גמרא אז ביי מצה איז די הלכה אז "בלע מצה יצא", ווייל מען ברויך נישט פילן א טעם.
קומט אויס, ביי עסן האבן מיר א כלל: אז מען צוקייעט עס, דעמאלטס פילט מען דעם טעם. אויב דו ווילסט פילן א געשמאקייט אין לערנען, דארפסטו צוקייען די משנה, צוקייען דאס שטיקעלע גמרא, צוקייען דעם פסוק חומש רש"י. פֿאַרשטיי עס קלאר. טאמער אבער דו לערנסט שנעל און דו פֿאַרשטייסט נישט קלאר די קשיא אדער דעם תירוץ, האסטו נישט צוקייעט די גמרא, האסטו נישט צוקייעט דעם רש"י. ממילא האסטו נישט קיין געשמאקייט און דו האסט נישט קיין הנאה. דאס איז חלק א'.
דער תענוג ווערט א חלק פון דעם מענטש'ס בלוט
איינמאל א מענטש האט הנאה פון א זאך – ווי דער הייליגער 'אגלי טל' זי"ע זאגט אין די הקדמה, און דער 'אבני נזר' זי"ע אין די תשובות (סימן ס') – ווערט עס א חלק פון זיין בלוט.
ווען עמיצער עסט א מאכל און ער צעקייט עס גוט דאס ערשטע מאל אין זיין לעבן, ער פילט אזא געשמאקייט דערין, וועט ער פון יעצט און ווייטער שטענדיג קויפן דעם ספעציעלן מאכל. פון איין מאל האבן א תענוג איז ער שוין געווארן מקושר.
לערן קלאר איין מאל א שטיקל גמרא און באקום א תענוג. איינמאל עס איז געווארן א תענוג, ווערט עס 'נבלע בדם', עס גייט אריין אין דיין בלוט. אויטאמאטיש וועסטו שוין לויפן לערנען און דאווענען ווייטער. די זעלבע זאך איז ביי דאווענען: לייג אריין איין מאל א כח אין א 'נשמת', באקום א טעם, און איינמאל דו באקומסט א טעם, גייט דער תענוג אריין אין דיין בלוט. דאס וועט דיך שוין אויפקאכן אז די נעקסטע מאל זאלסטו פון זיך אליינס וועלן לויפן דאווענען שבת קודש, פון זיך אליינס וועסטו לויפן צו מצוות, און פון זיך אליינס וועסטו לויפן נאך א בלאט גמרא און נאך א בלאט גמרא.