דער 'מפתח' פונעם הייליגן סטרעליסקער זי"ע
עס ווערט אראפגעברענגט אין ספר 'אמרי קדוש' (אות כ"ט) פונעם הייליגן סטרעליסקער זי"ע, אז ער האט געזאגט אזוי:
אוודאי און אוודאי, ווען עס קומט צו מלחמת היצר, סיי בין אדם למקום און סיי בין אדם לחבירו, זענען פארהאן כמה וכמה עצות אין חז"ל און אין די ספרים הקדושים. און ווי פארשטייט זיך, דארף מען אוודאי האבן יגיעה, ווי חז"ל זאגן: "יגעת ומצאת תאמין".
אבער דער הייליגער סטרעליסקער האט געזאגט, אז זיין עצה איז געווען אן עצה כללית אויף אלעס. עס איז געווען א מפתח, א שליסל וואס האט געעפנט אלע טויערן. וואס איז דאס געווען? תפילה. אויף יעדן יצר הרע האב איך געדאוונט צום אייבערשטן, און למעשה זאגט ער, אז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן, און יעדע זאך אויף וואס ער האט געדאוונט, האט דער אייבערשטער ממלא געווען זיין בקשה.
באמת איז דער מקור דערפון שוין פון פריער, אין 'ספר חסידים' (סימן קל"א). און דער ספר חסידים לייגט צו, אז אפילו אויב עס איז נישט בידו – דאס הייסט אפילו דער מענטש וואס דאווענט האט נישט קיין מעשים טובים און זכויות, ער האט ממש גארנישט און ער איז גאר א רשע – פונדעסטוועגן, אויב ער דאווענט און בעט אויף רוחניות, העלפט אים דער אייבערשטער.
תפילה אויף גשמיות און תפילה אויף רוחניות
דער הייליגער 'יסוד העבודה' פון סלאנים זי"ע שרייבט דעם זעלבן יסוד.
ער זאגט אזוי: עס זענען דא צוויי מינים תפילות. עס איז דא א תפילה אויף 'גשמיות'. ביי א תפילה אויף גשמיות, צומאל בעט א מענטש א בקשה, ער וויל למשל זיין א שותף מיט עמיצער אין ביזנעס, אבער ווער זאגט אז דאס איז טאקע דיין טובה? אפשר איז יענער א שווינדלער? צומאל וויל א מענטש מאכן א געוויסן ביזנעס דיעל, אבער פון וואו ווייסטו אז דאס איז א גוטע זאך? אפשר ברבות הימים, מיט צוויי דריי יאר ארום, וועט מען דורך דעם טרעפן גאר שווערע פראבלעמען?
יעדער איינער קען דאך כמה וכמה מעשיות איבער גשמיות'דיגע זאכן וואס מען האט גאר שטארק געבעטן און מען האט עס נישט באקומען פון הימל, און שפעטער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס איז טאקע געווען לטובתו מתחילה ועד סוף, ווייל עס איז נישט געווען פאר זיין טובה וועגן.
זאגט דער הייליגער יסוד העבודה, א מענטש ווייסט נישט שטענדיג וואס עס איז באמת גוט פאר אים. אבער נאכדעם איז דא א צווייטע סארט תפילה: א תפילה אויף לעכטיגע קינדער, א תפילה אויף לעכטיגע שבתים, א תפילה צו קענען לערנען מיט התמדה, א תפילה אויף תיקון המדות, א תפילה אויף הייליגע ריינע אויגן, א הייליג ריין מויל און שמירת הלשון.
דא זענען שוין נישט פארהאן קיין ספיקות איבער די תוצאות, יעדער ווייסט אז דאס איז תורה ומצוות, "כי הם חיינו ואורך ימינו". אויף דעם האבן מיר געזאגט 'נעשה ונשמע', און אויף דעם ווארט דער רבוש"ע, און בעט זיך כביכול: "הַשְׁמִיעִינִי אֶת קוֹלֵךְ כִּי קוֹלֵךְ עָרֵב וּמַרְאֵיךְ נָאוֶה" (שיר השירים ב, יד). דער רבוש"ע ווארט אויף אזא תפילה, און אוודאי וועט ער ממלא זיין די בקשה.
דער חילוק צווישן "שועת עניים" און "צעקת הדל"
זאגט דער הייליגער יסוד העבודה אויפ'ן פסוק אין איוב (לד, כח) "שַׁוְעַת עֲנִיִּים אַתָּה תִשְׁמָע, צַעֲקַת הַדַּל תִּקְשִׁיב וְתוֹשִׁיעַ", אזוי:
"שַׁוְעַת עֲנִיִּים" – עס איז דא א געשריי פון אן ארעמאן. ווען דו שרייסט אויף גשמיות, איז דאס 'ארעם', ווייל עס איז נישט קלאר צי עס וועט ברענגען א גוטע תוצאה. אויף דעם זאגט ער "אַתָּה תִשְׁמָע" – דער אייבערשטער הערט טאקע, אבער נישט פונקטליך אז ער וועט ממלא זיין די בקשה. אבער "צַעֲקַת הַדַּל" – דַּל איז א לשון "דַּלּוּ עֵינַי לַמָּרוֹם" (ישעיה לח, יד). ווען א איד הייבט אויף די אויגן צום הימל און דאווענט אויף עניני רוחניות, דעמאלטס "תִּקְשִׁיב" – דער רבוש"ע הערט צו, "וְתוֹשִׁיעַ" – און ער העלפט אים גלייך!
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו דאווענען צום אייבערשטן אויף עניני רוחניות. עס איז דא אן עצה אין די ספרי חסידות, ווי אויך פון הרה"ק רבי ישראל סאלאנטער זי"ע: יעדער ענין פון גשמיות זאלסטו מאכן פאר רוחניות, און ממילא אז דו מאכסט עס רוחניות, וועט דיר דער אייבערשטער העלפן, אמן!