יום א' - ד' דחוה"מ סוכות תשפ"ו לפ"ק
רבינו: מיין איידעם (הרה"ג רבי אהרן ישעי' ראזנער שליט"א) האט היינט א שידוך געטון מיט זיין זון יהושע, עס איז די יונגסטע קינד ביי אים.
האדמו"ר מסערדאהעלי: ווער איז דער גליקליכער?
רבינו: רבי זלמן באב"ד, א זון פונעם טארטיקובער רב, רבי יחיאל באב"ד שליט"א. רבי יחיאל האט יעצט יום טוב פארלוירן א זון (הרה"ג רבי משה יצחק באב"ד זצ"ל).
האדמו"ר מסערדאהעלי: חבל על דאבדין, ער איז געווען א מורם מעם, א תלמיד חכם, א ירא שמים, א אמת'דיגער ירא שמים, א גרויסע אבידה, א גרויסע אבידה. ער האט זיך כל ימיו געפלאגט, ער איז נזדכך געווארן מיט די יסורים. דער מחותן זיינער דאווענט ביי אונז אין די וואכענטאג, ער פלעגט נאר אריינצוקומען אזוי מיט שאלות און איבערשמועסן. עס איז א גרויסע אבידה. - ער איז אן אבל הייסט עס.
רבינו: יא, מען איז נאכנישט קיין אבל, מען גייט ווערן אן אבל (אחר יו"ט).
האדמו"ר מסערדאהעלי: אונזער מחותן דער סקאליע רבי שליט"א (18 עוו.), זיין רביצין איז אוועק ערב פסח (שחל בשבת). נאך יום טוב בין איך נישט געגאנגען מנחם אבל זיין, ווייל עס איז שוין נאך די זיבן טאג, על פי הלכה איז דאך שוין נישט דא מער קיין חיוב ניחום אבלים (שו"ע סימן תקמח סעיף ו').
רבינו: וואס הייסט, ער איז שוין געזעסן שבעה שעה אחת?
האדמו"ר מסערדאהעלי: ניין, ער איז נישט געזעסן קיין שבעה, אבער נאך די זיבן טאג איז נישט דא קיין חיוב מנחם זייןב.
רבינו: מען קען מנחם זיין א גאנץ יאר אויך (עיין יו"ד סימן שפה סעיף ב').
האדמו"ר מסערדאהעלי: יא, אבער מען איז נישט מחויב צו גיין מנחם זיין א גאנץ יאר. עס איז די זעלבע אזוי ווי א גאנץ יאר, עס איז נישט מער ווי א גאנץ יאר, בין איך נישט געגאנגען.
רבינו: אפשר ניחום גייט אן א גאנץ יאר, נאר אין די שבעה איז מען געגאנגען ווייל מען האט געוואוסט אז ער איז אינדערהיים, ער זיצט אויף א פלאץ. אז מען זיצט נישט אויף א פלאץ, איז נאר ווען מען טרעפט אים. מען קען דאך נישט גיין אויפזוכן וואו ער איז.
האדמו"ר מסערדאהעלי: עס איז זייער א שווערע זאך צו זאגן.
רבינו: איך האב פונקט נאכגעקוקט די הלכה יעצט פאר יום טוב (בשו"ע יו"ד סימן שצט). אויב מען איז יא געזעסן א טאג צוויי פריער, איז דאך סוכות נעמט איבער די שבעה, און שמיני עצרת דארף איבערנעמען די שלשים. אבער די הלכה איז, אז עס נעמט נישט איבער די גאנצע שלשים, עס נעמט נאר זיבן טאג. איז מען מסביר דארט, וואס איז דער חילוק, פארוואס סוכות נעמט אוועק די שבעה, און שמיני עצרת נעמט נישט אוועק די גאנצע שלשים. ווייל ביי שבעה האט ער שוין געטון א מעשה פון אבילות פון שבעה, אבער אזוי ווי ער איז אריינגעגאנגען תיכף אינעם יום טוב, האט ער נאכנישט געטון קיין שום אבילות פאר שלשים, האט עס נישט דעם כח אז עס זאל קענען אוועקנעמען די גאנצע שלשים. אבער אזוי ווי עס איז יום טוב, איז עס אזוי ווי יעדע יום טוב עס נעמט אוועק זיבן טאג. עס קען נישט אוועקנעמען די שלשים, ווייל ער האט נאכנישט אנגעהויבן קיין דין שלשים.
האדמו"ר מסערדאהעלי: דא וועט זיין נאר איין טאג נאך יום טוב (שיש חיוב לנחם אבלים). ווייל עס איז זעקס טאג יום טוב, קומט אויס אז דער זיבעטער טאג איז אסרו חג. און געווענליך שטייט מען אויף אינדערפרי, אבער ער שטייט דאך נישט אויף, איז דא ממש אבילות ביז אסרו חג פארנאכט. נאר די ערשטע טאג וואס מען וועט זיצן, וועט זיין פון די זיבן טאג ממש.
*
האדמו"ר מסערדאהעלי: וואס זאגסטו צו דעם רעגן? דער אייבערשטער ווייזט זיין גרויסע אהבה צו יודען, כאטש עס איז דאך א זמן גשמים וואס עס רעגנט, און אפילו אזוי איז נאך אלץ געווען צייט, מען האט געקענט עסן די סעודה. מען נעמט אוועק דאס רעגן, כדי יודען זאלן קענען טון די מצוה. דאס איז שוין א גרעסערע חשיבות. ווען עס איז נישט דא קיין רעגן, איז פונקט נישט געקומען קיין רעגן, עס האט נישט געדארפט זיין קיין רעגן. אבער ווען עס איז געקומען רעגן, עס איז דא א צייט פון רעגן, און דער אייבערשטער מאכט אז מען זאל קענען עסן, דאס ווייזט די גרויסע אהבה פונעם אייבערשטען.
רבינו: עס שטערט מיך יעדעס יום טוב די ענין פון רעגן. די הלכה איז דאך (או"ח סימן תרלט סעיף ז), אז טאמער עס רעגנט, און מען איז אריינגעגאנגען שלאפן אין שטוב, און עס האט אויפגעהערט דער רעגן, איז מען נישט מחויב ארויסצוגיין. אבער אז מען שלאפט אין די סוכה, און מען האט צוגעמאכט דעם שלאק, און עס הערט אויף צו רעגענען, זאגט דער משנה ברורה (ס"ק מא), אז טאמער עס איז גרינג צו עפענען דעם שלאק, איז ער מחויב צו עפענען.
האדמו"ר מסערדאהעלי: עס איז אייגענס, אדער ער ברענגט עס צו פון עמיצן?
רבינו: עס איז א ביכורי יעקב (סימן תרלט סקל"ו). אין שלחן ערוך שטייט, מען איז נישט מחויב אראפצונעמען דעם שלאקי. זאגט דער ביכורי יעקב, אמאל איז דאס געווען א טירחא, ער האט געמוזט ארויפגיין אויפן דאך, און אראפנעמען דעם שלאק וכדומה, איז ער נישט מחויב ווען ער וועקט זיך אויף, אבער אויב עס איז גרינג, ער האט חבלים ביי זיך אין די סוכה, איז ער מחויב". היינט האט שוין יעדער איינער חבלים אין די סוכה, וואספארא שלאק ער האט, קען מען עס אויפהייבן אין צוויי מינוט, בדרך כלל, איז אז ער וועקט זיך אויף, און עס רעגנט נישט, איז ער מחויב צו עפענען די שלאק. ער עפענט די שלאק, און פינף מינוט ארום קומט ווייטער רעגן, מאכט ער עס צו. פינף מינוט שפעטער האט אויפגעהערט צו רעגענען. דארף ער עס ווייטער עפענען. ער קען זיך שפילן אזוי א גאנצע נאכט. ווען עס הערט אויף צו רעגענען אויף א פאר מינוט טאר ער נישט שלאפן?
האדמו"ר מסערדאהעלי: אראפצוגיין פון שטוב איז א טירחא, און עפענען דעם שלאק ווען ער האלט אינמיטן שלאפן איז אויך א טירחא, ער גייט ארויס פונעם שלאפן. דאס אלעס דארף מען נאכקוקן אינעווייניג. אינמיטן טאג איז דאך דאס אויך נוגע, עס האט גערעגנט, און ער האט צוגעמאכט, שוין, און עס הערט אויף דער רעגן, איז ער מחויב צוריק צו עפענען, צו ער קען ממשיך זיין די סעודה?
רבינו: צו עסן איז זיכער אז יא, פארוואס זאל ער מעגן עסן? עס רעגנט נישט אינדרויסן, דו קענסט עפענען דעם שלאק. פארוואס זאל ער טאקע מעגן עסן. עס האט זיך אויפגעהערט די רעגן, דארף ער עפענען. ווען עס וועט אנהייבן צו רעגענען, וועט ער עס צומאכן, און נאכאמאל עפענען, נאר ביי שלאפן איז די שאלה.
האדמו"ר מסערדאהעלי: מען דארף אריינקוקן אינעווייניג אין די אותיות.
רבינו: וואס איך וויל ארויסברענגען דערמיט, אמאל האט מען מדקדק געווען אז ווען עס האט גערעגנט איז מען געשלאפן אין די סוכה. לויט דעם ביכורי יעקב איז דא מער א הידור ער זאל נישט שלאפן אין די סוכה. ווען ער גייט אריין אין שטוב, איז ער פטור, ער קען א גאנצע נאכט שלאפן. אבער אויב ער בלייבט אין די סוכה, וועט ער יעדע פאר מינוט, ווען עס וועט אויפהערן צו רעגענען, דארפן עפענען די שלאק.
האדמו"ר מסערדאהעלי: טאמער עס איז ביינאכט דארף ער טאקע נישט, אזוי איז מסתבר, ווי אזוי פארשטייט מען די חילוק פון דעם, צו ער איז אין שטוב, צו ער איז אין סוכה.
רבינו: פשוט לערנט מען, אז איבערצולאזן א שטוב, און גיין ערגעץ אנדערש, דאס הייסט א טירחא.
האדמו"ר מסערדאהעלי: עס איז זיכער אז נישט, אזוי ווי ער איז נישט מחויב אראפצוקומען פון די צימער אריינצוקומען אין די סוכה.
רבינו: ווייל דאס הייסט א גרויסע טירחא. איך וויל מסביר זיין די ביכורי יעקב, דאס הייסט א גרויסע טירחא, אראפצוקומען פון צימער וכדומה, אבער צו עפענען דעם שלאק איז נישט אזא טירחא.
האדמו"ר מסערדאהעלי: און ווען ער שלאפט אין די סוכה, דאס הייסט א קליינע טירחא? ער קומט דאך ארויס פונעם שלאף?
רבינו: עס איז נישט נאר ער קומט ארויס ווען ער שלאפט, יעדע פינף מינוט וועט ער האבן די זעלבע שאלה. עס רעגנט דאך נישט אין איין צי די גאנצע צייט.
האדמו"ר מסערדאהעלי: ער מוז קוקן פון די פענסטער?
רבינו: ער מוז נישט, אבער ער ווייסט גאנץ גוט, ער הערט צו עס טראפט אויפן דאך.
האדמו"ר מסערדאהעלי: מען דארף קוקן די אותיות וואס איז די נקודה פון די הלכה. - דער טאטע ז"ל פלעגט נאכצוזאגן פונעם בעלזער רב, אז דער בעל עגלה האט אים אויסגעלערנט אז מען דארף קוקן אינעווייניג.
רבינו: זיי (קהל הנוכחים) ווייסן נישט די מעשה פון דעם בעל עגלה, מען דארף עס פארציילן.
האדמו"ר מסערדאהעלי: דער סערדאהעלער זיידע זצ"ל האט זיך עפעס מפלפל געווען מיטן בעלזער רב, און ער האט נאכגעזאגט פארן בעלזער רב, עפעס פונעם רמב"ם, און עס האט אים עפעס נישט געפאלן. האט ער געזאגט, יענקל בעל עגלה [איך ווייס נישט צו ער האט געהייסן יענקל, אבער ער האט געהאט א נאמען]. יענקל בעל עגלה האט אים אויסגעלערנט, אז מען דארף קוקן פון אינעווייניג, מען דארף זעהן די אותיות פון אינעווייניג.
און ער האט דערציילט, וואס איז געווען די מעשה מיט דעם יענקל בעל עגלה? יענקל בעל עגלה האט געבארגט זיין פערדל פאר איינעם. ער איז געווען א פיינער מענטש, און בשעת ער האט אוועקגעבארגט זיין פערדל, האט ער אים געהאלפן איינשפאנען די פערדל, עס איז געווען 'בעליו עמו' (שמות כב-יד), ער האט אים עכט געטון אלעס. און אינמיטן וועג האט די פערדל שבק חיים לכל ישראל, עס האט גע'פגר'ט אינמיטן וועג.
איז מען געקומען צו דין תורה צו רבי קלמן, [איך געדענק נישט די פאמיליע נאמען], ער איז געווען דער דיין אין בעלזא. זאגט דער דיין, ער האט אים געהאלפן, בעליו עמו לא ישלם, ער דארף נישט באצאלן. און דער בעל עגלה האט געזאגט, וואס הייסט ער דארף נישט באצאלן דעם פערדל. ער איז געווען געפערליך. זאגט אים דער דיין, ווייסטו וואס, וועלן מיר פרעגן דעם רבי'ן, און אז דער רבי וועט דיר אזוי זאגן, וועסטו פאלגן? האט ער געזאגט, יא. האט ער אים געשלעפט צום בעלזער רב, און ער האט אים פארציילט די מעשה, און ער האט גע'פסק'נט אז ער דארף נישט באצאלן, און דער איז געפערליך סכנות נפשות, וואס הייסט אזא זאך.
רבינו: ער האט געזאגט א בעל בתי'שן שכל. ווען איך וואלט אים נישט געהאלפן, איז ער דאך א שואל, און ער איז מחויב באונסין. ווייל איך בין א גוטער, איך האב אים געהאלפן, וועגן דעם איז ער מיר פטור צו באצאלן?
האדמו"ר מסערדאהעלי: זאגט דער בעלזער רב פאר דעם יענקל, יענקל, דו האסט דאך אמאל געלערנט, לאמיר אריינקוקן אין די גמרא, לאמיר זעהן וואס עס שטייט. און ער נעמט ארויס א גמרא, און ער ווייזט אים, עס שטייט מפורש (בבא מציעא צד.), השואל את הפרה, איינער האט געבארגט פון יענעם א פרה, ושאל בעלים עמה, עס איז בעליו עמו, ער האט אים געהאלפן, ומתה, פטור, ער דארף נישט באצאלן. שפרינגט אויף דער יענקל און ער זאגט, איך האב אייביג געזאגט אז מען דארף קוקן פון אינעווייניג. דא שטייט 'פרה', איך האב דאך אים געבארגט א 'פערד', א פערד שטייט נישט, א פערד האט א אנדערע הלכה... האט דער בעלזער רב געזאגט, אז דער יענקל האט אים אויסגעלערנט אז מען דארף קוקן פון אינעווייניג.
הרה"ג רבי יהושע: איך האב פונקט געזעהן יום טוב אין מקדש ישראל (סוכות סימן רנ"ה), פון רבי ישראל דוד הארפענעס שליט"א, אז ער ברענגט פון איינעם די טענה אז מען קען נישט אזוי שלאפן, מען האלט אין איין אויפשטיין, און אפגיסן נעגל וואסער. (עיין שם שהביא כן מספר ערוך השולחן סעיף כ"ה).
רבינו: איינמאל קען מען נאך פארשטיין, עס האט אויפגעהערט די רעגן.
הרה"ג רבי יהושע: עס נעמט ארויס פון שלאף, מען קען נישט אזוי ממשיך זיין א פריער'דיגע שלאף.
האדמו"ר מסערדאהעלי: עס שטערט דעם שלאף, מען ברויך יעדע מינוט ארויסגיין, עס איז אסאך ערגער ווי די טירחא פון ארויפגיין, מען גייט ארויס פונעם שלאף אינגאנצן. עס איז זייער נישט מסתבר, מען דארף זעהן אינעווייניג אין ביכורי יעקב.
ב"ה מען האט געקענט מקיים זיין די מצוות ב"ה, דער אייבערשטער וויל די מצוות פון יודישע קינדער. הבוחר בעמו ישראל באהבה.
*
רבינו: איך האב גערעדט נעכטן (בסעודה שלישית), מען זאגט ביים דאווענען, אתה בחרתנו מכל העמים. ווען איז דאס געווען? אין מחזור המפורש שטייט, אז אתה בחרתנו מכל העמים איז געווען ביי יציאת מצרים. - אין פרשת האזינו אויפן פסוק (דברים לב-ח), בהנחל עליון גוים, בהפרידו בני אדם, יצב גבולות עמים למספר בני ישראל, כי חלק ה' עמו, שטייט אין תרגום יונתן, אז ביים דור הפלגה האט דער באשעפער צוטיילט אלע אומות, און דער באשעפער האט אויסגעקליבן פאר זיך כלל ישראל, וואס איז אונטער אים. דאס מיינט אז דער אתה בחרתנו איז נישט געווען ביי יציאת מצרים, אתה בחרתנו איז שוין געווען פון אברהם אבינו אן. ביים דור הפלגה, ווען מען האט צוטיילט בני אדם, האט דער אייבערשטער בוחר געווען, כי חלק ה' עמו.
האדמו"ר מסערדאהעלי: דעמאלטס איז נאכנישט געווען קיין כלל ישראל, עס איז געווען במחשבה, ביים רצון פון אייבערשטען איז געווען אויסצווועלן יודען, גוט, אבער דער פאקט, און די מעשה, איז הערשט געשעהן ביי יציאת מצרים און ביי מתן תורה.
רבינו: און וואס מיינט שלח את עמי (שמות ה-א).
האדמו"ר מסערדאהעלי: שלח את עמי, מיט וואס זענען זיי מיין פאלק?
רבינו: און גיי מיר אביסל ווייטער, שפעטער זאגט דער אייבערשטער (שמות ו-ו) והוצאתי אתכם מתחת סבלות מצרים וגו', ולקחתי אתכם לי לעם. דו האסט דאך פריער געזאגט אז עס איז 'עמי'.
האדמו"ר מסערדאהעלי: ביים אייבערשטען איז נישט קיין קשיא. ביים אייבערשטען איז דער עבר מיטן עתיד איין זאך, ער הייסט שוין 'עמי'. אז ער וועט מארגן זיין 'עמי', איז ער שוין היינט אויך.
רבינו: זיי ווערן אנגערופן פאר פרעה שלח את עמי, ווייל מארגן וועט ער זיין עמי?
האדמו"ר מסערדאהעלי: עס איז דאך מפורש אז ער וועט הערשט נעמען שפעטער.
רבינו: ווענדט זיך וואס פאר א מדריגה עס מיינט ולקחתי אתכם לי לעם.
האדמו"ר מסערדאהעלי: און ווער זאגט ביי יציאת מצרים, אפשר טאקע נאר ביי קבלת התורה.
רבינו: איך ווייס נישט, דער באשעפער האט דעמאלטס געזאגט, ולקחתי אתכם לי לעם.
אויף דעם תרגום יונתן ברענגען זיי צו, אז אין פרקי דרבי אליעזר (פרק כד) שטייט, אז דער באשעפער האט דעמאלטס גענומען די שבעים מלאכים אין הימל, און ער האט גענומען די שבעים אומות, און מען האט געווארפן גורל אויף יעדן איינעם, וועלכער מלאך עס נעמט איבער צו זיין דער שר, און דעם אייבערשטען'ס גורל איז געפאלן אויף כלל ישראל. עס איז אתה גורלינו, עס איז געווען מיט א גורל.
און ער ברענגט צו דארט פון ספר מושב זקנים, איינע פון די בעלי תוספות, אז אין פסוק פאר דעם (דברים לב-ו) שטייט, הלא הוא אביך קנך, און רש"י זאגט, קנאך, דער אייבערשטער האט דיך געקויפט. ויש לשאול פון וועם האט ער זיי געקויפט? ברענגט ער פון רבי אלעזר פון וורמישא, אז יודען זענען געפאלן אינעם גורל, פאר מלאך מיכאל. אחר כך, האט דער אייבערשטער געזאגט פאר מלאך מיכאל, איך וויל פון דיר אפקויפן כלל ישראל וואס איז געקומען אין דיין חלק, און פארדעם וועל איך דיך מאכן א כהן אויבן אין הימל. און מיכאל האט פארקויפט כלל ישראל פארן אייבערשטען. דאס איז טייטש הלא הוא אביך, קנאך. נאר דארט שטייט נישט ווען דער אייבערשטער האט צוריקגעקויפט, דאס קען שוין זיין, אז עס איז געווען אסאך שפעטער.
האדמו"ר מסערדאהעלי: יא, קען טאקע זיין אזוי. קומט אויס אז אברהם אבינו איז נאך געווען אונטער מיכאל הייסט עס.
רבינו: וועגן דעם איז מיכאל געקומען מבשר זיין די בשורה (בלידת יצחק), ווייל עס איז דאך געווען זיין פאלק, ער דארף דאך האבן א פאלק, אז נישט האט ער דאך נאר אברהם.
האדמו"ר מסערדאהעלי: אברהם איז די ראשי תיבות א'תה ב'חרתנו מ'כל ה'עמים. דריי פערטל פון אברהם'ס נאמען.
רבינו: פיין.
האדמו"ר מסערדאהעלי: עס פעלט די רי"ש.
הרה"ג רבי יהושע: א'הבת א'ותנו, ר'צית ב'נו.
הר"ר יוסף רובין הי"ו: ר'וממתנו מ'כל ה'לשונות.
רבינו: באמת וואלט ער געדארפט הייסן אב הם. פון אברם, אב לארם, האט ער געדארפט הייסן אב המון גוים, די רי"ש קומט נישט דארט אריין.
האדמו"ר מסערדאהעלי: פארוואס טאקע איז די רי"ש?
רבינו: ווייל עס איז געבליבן פון פריער, ער האט געהייסן פאר דעם אברם, האט מען נישט געטוישט, און מען האט נאר צוגעשטעלט. אבער באמת דער רי"ש קומט שוין נישט אין עצם נאמען פון אברהם.
האדמו"ר מסערדאהעלי: עס האט געמוזט בלייבן די רי"ש וועגן רמ"ח, אברהם איז בגימטריא רמ"ח, עס קען טאקע זיין נאר דערפאר האט עס דער אייבערשטער געלאזט.
רבינו: רבי יענק'ל מיללער פלעגט צו זאגן, אז מען פרעגט אויף א פסוק אז די ווארט איז איבריג. וואס איז טייטש, עס איז איבריג, אז נישט וואלט די ספר תורה געווען פסול...
רבינו: האסט אריינגעקוקט אביסל? (בספר החדש ולאשר אמר - ויגד משה על ירח האיתנים, שיצא לאור בחודש אלול תשפ"ה, ע"י מכוננו מעדני מלך וויען)
האדמו"ר מסערדאהעלי: זיכער, זיכער, עס איז א כלילת יופי, איך גלייב עס וועט ארויסקומען נאך. עס גייט מסתמא ארויסקומען אויף פסח. פסח איז דאך דא די הגדה, אויף שבועות.
רבינו: אויף חנוכה איז דא א גאנצע באנד (ויצא לאור בשנת תשפ"ו).
האדמו"ר מסערדאהעלי: עס שטייט דא (בולאשר אמר לסוכות אות ג') א גרויסער חידוש. שבתי בבית ה' כל ימי חיי, כי יצפנני בסכה (תהלים כז-ד), ווען ער זיצט אין די סוכה, איז כאילו ער זיצט אין בית המקדש". אבער נאר יעצט זיצט ער, נישט א גאנץ יאר, פארוואס זאגט ער שבתי בבית ה' 'כל' ימי חיי, מיין גאנץ לעבן.
רבינו: כל ימי חיי מיינט נישט אז דריי הונדערט פינף און זעכציג טעג, קען איך האבן קדושת הסוכה. נאר יעדעס יאר, אין מיין ימי חיי, קען איך האבן די מצוה פון סוכה, וואס ווערט גערעכנט ווי איך בין בבית ה'.
האדמו"ר מסערדאהעלי: מיט די זיבן טאג קען איך האבן כל ימי חיי?
רבינו: ווען מען איז ארויפגעגאנגען אין בית המקדש איז ער אויך נישט געווען א גאנצן טאג אין בית המקדש, ער האט אבער געהאט א געלעגענהייט צו קומען אין בית ה'. כל ימי חיי, זאל איך האבן די געלעגענהייט צו האבן קדושת בית המקדש. איך האב עס טאקע נאר זיבן טאג, כל ימי חיי מיינט נישט מיין גאנץ לעבן.
האדמו"ר מסערדאהעלי: נאר יעדע יאר פון ימי חיי, קען איך האבן געוויסע טעג.
רבינו: יא. געווענליך קוקט מען דאך אן, אז אונז האב מיר נישט היינט קיין קדושת בית המקדש, אין אונזער ימי חיי איז נישט דא קיין בית המקדש. מען בעהט, אז אין אונזער ימי חיי, זאל אויך קענען זיין א קדושת בית המקדש.
רבינו: איך מיין אז עס איז שוין געדרוקט אין נחלי בינה אויף סוכות (בקונטרס ולאשר אמר בסוף הספר).
האדמו"ר מסערדאהעלי: דער מפתח איז שוין באלד אזוי גרויס ווי דער ספר.
רבינו: אזוי קען מען כאטש טרעפן.
האדמו"ר מסערדאהעלי: עס איז א גוטע זאך, עס איז א גוטע זאך.
רבינו: אזוי קען מען טרעפן עפעס, און נישט ווען מען וויל עפעס זוכן, טרעפט מען נישט. אזוי מען געדענקט א ווארט, אמאל געדענקט מען דעם פסוק, אמאל געדענקט מען דעם ענין.
האדמו"ר מסערדאהעלי: זייער גוט, זייער שיין.
רבינו: עס נעמט נאר אסאך צייט.
האדמו"ר מסערדאהעלי: אוודאי זענען זיי ממליץ זכות. עס איז א נייח נפשיה פאר זיי.
רבינו: דער באשעפער זאל העלפן.
*
רבינו: איך האב פונקט געפרעגט מיין זון יהושע, וואס מיינט מלך מלכי המלכים?
האדמו"ר מסערדאהעלי: דער אייבערשטער איז דער קעניג פון די וואס זענען מלכי המלכים.
רבינו: ווער זענען די מלכי המלכים.
האדמו"ר מסערדאהעלי: די מלאכים אין הימל זענען די מלכי פון די מלכים. און דער אייבערשטער איז דער מלך אויף זיי,
רבינו: דאס הייסט דער אייבערשטער איז דער מלך אויף די מלאכים.
האדמו"ר מסערדאהעלי: מלך אויף די מלאכים, וואס די מלאכים זענען מלכי מלכים.
רבינו: די מלאכים זענען ממליך מלכים?
האדמו"ר מסערדאהעלי: נישט ממליך, זיי זענען די קעניג, זיי זענען ממונה. דער קעניג פון דעם קעניג ווי מען זאגט.
רבינו: דאס הייסט אז מען רעדט נישט, אז דער אייבערשטער איז דער קעניג פון אלע קעניגן דא, נאר מען רעדט פון אויבן, די מלאכים.
האדמו"ר מסערדאהעלי: אסאך העכער, ער איז דער קעניג פון די קעניג פון די קעניגן'.
*
בדרך צאתו עבר רבינו שליט"א בבית, והבחין שאופין חלות לכבוד יום טוב, ואמר: א גוטן מועד, אה! ב"ה מען באקט חלות, געלויבט דער אייבערשטער.
האדמו"ר מסערדאהעלי: דער טאטע ז"ל פלעגט דערציילן, אז ביים זיידע, איך בין כמעט זיכער אויף דעם זיידן רבי יונתן בנימין זצ"ל (אביו של הגה"ק מסערדאהעעלי זצ"ל), האט מען געדארפט קומען זעהן די כלה, מען האט אפגעמאכט אז מען וועט קומען זעהן מיטוואך. אמאליגע צייטן איז מען געקומען מיט די באן, און מען איז נישט אנגעקומען, נו פארפאלן. דעם אנדערן טאג, דאנערשטאג, פלעגט מען צו וואשן. און די כלה איז געווען דארט אינעם הויף, מיט די וואכענדיגע קליידער, און אזוי געוואשן, און פלוצלינג רוקט זיך אן דער חתן. און די כלה איז געווען אזוי... האט דער זיידע געזאגט, דאס איז די בעסטע בעשו"י! מען קען זעהן אז זי איז א גוטע בעל הבית'טע, מען האט איר אזוי געטראפן. דאס איז נישט קיין בזיון, דאס איז נאך גאר די בעסטע...
רבינו: מען זאל האבן א גוט קוויטל, מיטן אייבערשטען'ס הילף. מען זאל זיך צוזאמקומען אויף שמחות אי"ה.
האדמו"ר מסערדאהעלי: עס הייבט זיך אן מיט די שמחה, דער באשעפער זאל העלפן ווייטער.
רבינו: מען זאל קענען זיין פרייליך.
האדמו"ר מסערדאהעלי: א גאנץ יאר פרייליך.
רבינו: א גוטן מועד, א גוט קוויטל, מיט אלעם גוטן, כל טוב.
האדמו"ר מסערדאהעלי: א גוטן מועד, א גוט יאר.