דברי תורה שנאמרו בסעודה שלישית
שבת חוה"מ סוכות תשפ"ו לפ"ק
דוד המלך זאגט אין תהלים, ער חזר'ט עס איבער צוויי מאל (תהלים ס-ח, קח-ח). אלקים דבר בקדשו, אעלזה, אחלקה שכם, ועמק סוכות אמדד. דער פשוט'ער פשט אין פסוק איז, אז דער אייבערשטער האט צוגעזאגט, אז ווען עס וועט קומען די צייט וואס עס וועט זיין די גאולה, וועט דער אייבערשטער נעמען די פארמעגן פון די אומות העולם, און ער וועט עס צוטיילן פאר יודען. אלקים דבר בקדשו, דער אייבערשטער האט געזאגט, אעלזה, עס וועט זיין א שמחה, אחלקה שכם, ווען איך וועל נעמען די פארמעגן פון שכם און איך וועל עס צוטיילן, ועמק סוכות, סכות איז א שטאט וואס הייסט סכות, די עמק פון סכות, אמדד, וועל איך אויסמעסטן, און געבן חלקים דערפון פאר יודען. דאס וועט זיין די שמחה שפעטער, ווען דער באשעפער וועט נעמען די פארמעגן פון די אומות העולם, און עס צוטיילן פאר יודען.
עס קען אפשר זיין, אז עס ליגט דערין א רמז אויף דעם יום טוב פון סוכות. אלקים דבר בקדשו אעלזה, עס איז א זמן פון שמחה, זמן שמחתנו, ריבה בה הכתוב שמחה יתירה, עס איז דא א עקסטערע חיוב פון שמחה, אין יום טוב סוכות. און אויף דעם ענדיגט ער, ועמק סוכות אמדד, איך וועל אויסמעסטן די עמק סוכות. וואס האט עס צו טון מיט אלקים דבר בקדשו, אעלזה, די שמחה פון סוכות.
עס שטייט אין הייליגע ספרים, אין זרע קודש (לסוכות ד"ה למען), און אין דברי חיים (דף ט ד"ה הנה). סוכות, ווען מיר זיצן אין די סוכה, האט אין זיך אסאך ערליי מדריגות, און אסאך ערליי השפעות. און ער זאגט, אז דער דעת פון א מענטש ווערט דערהויבן דורך די מצוה פון סוכה. די השגות וואס א מענטש האט אין תורה, די השגה וואס א מענטש האט אין השגה פונעם אייבערשטען, ווען מען זיצט אין די סוכה איז דאס משפיע, אז דער דעת פון א יוד זאל ווערן דערהויבן. און דאס מיינט דער פסוק, בסוכות תשבו שבעת ימים, למען "ידעו" דורותיכם (ויקרא כג-מב), מיט דעם וואס מען זיצט אין די סוכה, למען ידעו דורותיכם, וועט מען צוקומען צו די השגה פון דעת. און עס דארף האבן א ביאור, מה ענין שמיטה אצל הר סיני, וואס האט צו טון, ווען מען זיצט אין די סוכה, און מען דערמאנט זיך כי בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים, זאגט מען, אז דאס גיט אן השגה אין דעת, א השגה אין תורה, און א השגה אין יראת ה'. וואס איז דער קשר פון די מצוה פון סוכה, מיט דעם למען ידעו.
מען געפונט, אז כלל ישראל ווערט אנגערופן אין פסוק 'גוי אחד', מי כעמך ישראל 'גוי אחד' בארץ (שמואל ב ז-כג). פארוואס הייסן מיר 'גוי אחד'. עס איז דא אסאך פעלקער, עס איז דא שבעים אומות אויף די וועלט, שבעים גוים. מען קען זאגן, אונז זעמיר די אויסדערוועלטע, אונז זעמיר די מיוחד'דיגע וואס איז דא אין די וועלט. אבער זאגן 'גוי אחד', אונז זעמיר איינס. וואס איז טייטש איינס, עס איז דא שבעים אומות. פארוואס ווערן יודען אנגערופן, אז יודען זענען א 'גוי אחד' בארץ.
ביי אברהם אבינו געפונט אויך אזא לשון, אחד היה אברהם (יחזקאל לג-כד). אברהם אבינו איז געווען 'אחד', ער איז געווען איינס. וואס מיינט אז אברהם אבינו איז געווען איינס, יעדער מענטש איז איינס, וואס ברענגט דער פסוק ארויס, אחד היה אברהם. איך האב נאכגעקוקט אין פסוק אין יחזקאל, און רש"י ברענגט דארט צו א חז"ל (תוספתא סוטה ו-ג), אז רבי שמעון בר יוחאי איז געווען א תלמיד פון רבי עקיבא, און מיט פיר זאכן האט זיך רבי שמעון בר יוחאי געקריגט מיט זיין רבי'ן רבי עקיבא. און אויף דעם פסוק האט זיך רבי שמעון אויך געקריגט מיט רבי עקיבא. רש"י ברענגט נישט צו, ווי אזוי רבי עקיבא האט געטייטשט דעם אחד היה אברהם, אבער רש"י ברענגט צו, וואס רבי שמעון האט געטייטשט אחד היה אברהם, אז איין מצוה האט דער אייבערשטער געגעבן פאר אברהם, מצות מילה. אחד היה אברהם, ער איז מצווה געווארן, ער איז געווארן מיוחד מיט איין מצוה וואס דער אייבערשטער האט אים געגעבן, די מצוה פון מילה. עס איז ארויס פון פשוטו של מקרא, אבער אזוי טייטשט רש"י, אחד היה אברהם, ער איז נצטווה געווארן מיט איין מצוה.
נאכדעם דארף האבן א ביאור. מען ווייסט אז אברהם אבינו האט נישט געקענט דעם אייבערשטען פון ווען ער איז געבוירן געווארן. עס איז א מחלוקת פון ווען אברהם איז הכיר את בוראו. איין דעה איז דא (נדרים לב.) פון די דריי יאר, ווען ער איז געקומען אביסל לכלל דעת, האט ער מכיר געווען דעם אייבערשטען. נאכדעם איז דא א דעה אין מדרש (פסיקתא רבתי כא), אז בן מ"ח שנה הכיר את בוראו. ביי די אכט און פערציג יאר, האט ער מכיר געווען דעם אייבערשטען. וואס איז געשעהן ביי די אכט און פערציג יאר, אז ער האט מכיר געווען את בוראו, פארוואס נישט ביי זיבן און פערציג, אדער ביי ניין און פערציג, וואס איז דער בן מ"ח שנה. עס האט געמוזט פאסירן עפעס א זאך, וואס ביי מ"ח שנים הכיר איז בוראו. עס איז נישט מסתבר אז עס האט אים גענומען אכט און פערציג יאר צו טראכטן און חוקר זיין, און דעמאלטס איז ער ארויפגעקומען אויף יחוד ה'. וואס איז די נקודה פון בן מ"ח שנה הכיר את בוראו.
אונז זאג מיר יעדן יום טוב ביי דאווענען, אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו ורצית בנו. דער באשעפער האט אונז בוחר געווען פון אלע פעלקער. אין מחזור המפורש שטייט, אז עס גייט ארויף אויף יציאת מצרים. אתה בחרתנו מכל העמים, ווען אונז זעמיר ארויס פון מצרים, האט דער אייבערשטער אונז בוחר געווען פון אלע פעלקער, אהבת אתנו ורצית בנו ורוממתנו מכל הלשונות. איך מיין אז דער אתה בחרתנו גייט נישט ארויף אויף יציאת מצרים, עס איז געווען נאך פריער. עס שטייט די פאריגע וואך אין די פרשה (דברים לב-ח), בהנחל עליון גוים, ווען דער אייבערשטער האט מנחיל געווען די פעלקער, בהפרידו בני אדם. טייטשט רש"י, בהפרידו בני אדם, ווען דער באשעפער האט צוטיילט די בני אדם ביים דור הפלגה, יצב גבולות עמים, האט דער אייבערשטער דעמאלטס אווועקגעשטעלט גבולות פאר די פעלקער, זיי זענען דעמאלטס צושפרייט געווארן אויף זיבעציג לשונות. נאכן דור הפלגה איז אויפגעבויט געווארן זיבעציג פעלקער. למספר בני ישראל, לויט וויפיל עס איז די מספר פון בני ישראל, וואס איז שבעים נפש, אזויפיל איז געווען די גבולות עמים. די שבעים אומות זענען אקעגן די שבעים נפש, וואס זענען אראפגעגאנגען מיט יעקב קיין מצרים כי חלק ה' עמו, ווען דער אייבערשטער האט צוטיילט די זיבעציג פעלקער, האט ער דעמאלטס גענומען חלק ה'. ווער איז געווען דער חלק פונעם אייבערשטען? עמו. ער האט דעמאלטס גענומען דעם כלל ישראל צו זיך. יעקב חבל נחלתו, יעקב איז חבל נחלתו. טייטשט רש"י, א חבל באשטייט פון דריי שטריקן, ווען מען טוט עס צוזאמדרייען, ווערט דערפון א דיקע שטריק, עס ווערט א חבל. יעקב איז חבל נחלתו, יעקב איז דער דריטער פון די אבות, ער איז דער חבל, און ער מיט זיינע קינדער זענען געווארן א נחלה פארן אייבערשטען. לא ישמעאל בן אברהם, ולא עשו בנו של יצחק, נאר יעקב איז געווען חבל נחלתו. - שטייט דאך דא אז ביי דעם דור הפלגה האט דער אייבערשטער צוטיילט די זיבעציג פעלקער, און דער באשעפער האט דעמאלטס אויסגעקליבן כלל ישראל, כי חלק ה' עמו, אונז זעמיר געווארן דער חלק פונעם אייבערשטען.
אויסגערעכנט אז דער גורל זאל אויסקומען, אז כלל ישראל זאל זיין חלק ה', עס זאל זיין, זיין חלק.
פאר דעם דור הפלגה מען האט גערעדט לשון הקודש. ווי אזוי האבן די זיבעציג פעלקער אנגעהויבן צו רעדן אנדערע שפראכן, און מען האט אויפגעהערט צו רעדן לשון קודש. טאמער זיי קענען ווייטער רעדן לשון הקודש, קענען זיי דאך ווייטער אנפירן די גאנצע אפאראט וואס זיי האבן געטון ביז יעצט. שטייט אין די מפרשים, אז מען האט זיי געמאכט פארגעסן לשון הקודש. די גאנצע וועלט האט פארגעסן די שפראך וואס מען האט גערעדט (עיין חזקוני ואבן עזרא בראשית יא-ז).
איך האב נישט געהאט קיין סאך צייט אדורכצוטון דעם ענין, אבער אביסל וועלן מיר עס יא אויסשמועסן. וואס איז געווען ביי די מעשה פון דור הפלגה? דור הפלגה האבן געוואלט מאכן א מגדל, און דער אייבערשטער האט געזאגט, אז עס קומט זיי אן זייער גרינג צו מאכן א מגדל, זיי קענען אלע איין שפראך, און עס וועט זיי גארנישט פעלן אויפצושטעלן וואס זיי ווילן. הן עם אחד, עס איז איין פאלק, אלע פעלקער זענען געווען נאר איין עם, ושפה אחת לכולם, זיי האבן איין שפראך, וזה החילם לעשות וגו', און דאס האט זיי צוגעברענגט אז זיי גייען עס טון. הבה נרדה, לאמיר אראפגיין, ונבלה שם שפתם, אשר לא ישמעו איש שפת רעהו, אז איינער זאל נישט פארשטיין די שפראך פון דעם צווייטן. ויפץ ה' אותם משם על פני כל הארץ, ויחדלו לבנות העיר (בראשית יא-ו), אזוי האט זיך עס געענדיגט. רש"י טייטשט, בעפאר דעם איז געווען שפה אחת, יעדער האט געקענט נאר איין שפראך, לשון הקודש. ביז דור הפלגה איז לשון הקודש געווען די איינציגסטע שפראך וואס די גאנצע וועלט האט גערעדט, אלע גוים האבן גערעדט איין שפראך. און דעמאלטס האט דער אייבערשטער זיי צושפרייט אויף זיבעציג פעלקער, און עס איז געווארן זיבעציג לשונות, זיבעציג שפראכן.
עס שטייט אין פרקי דרבי אליעזר (פרק כד), אז יעדער מלאך וואס האט באקומען זיין חלק פון די שבעים אומות, האט אויסגעלערנט א נייע שפראך פאר אלע גוים וואס זענען געווען אונטער אים. פאר איינעם פראנצויזיש, פאר איינעם אונגאריש, און פאר איינעם ענגליש, ער האט אויסגעלערנט יעדן איינעם זיין שפראך. און ער איז אראפגעקומען מיט א פארטיגן כתב, יעדער האט דאך אן אנדערע שריפט ווי אזוי מען שרייבט, און מען האט געטוישט די וועלט אויף זיבעציג לשונות. און כלל ישראל האט דער אייבערשטער גענומען פאר זיך, און זיי זענען געבליבן מיט לשון הקודש. זיי האט מען נישט געדארפט אויסלערנען א נייע שפראך, זיי האבן נישט פארגעסן די שפראך וואס מען האט געהאט פון פריער, און זיי זענען געבליבן מיט לשון הקודש.
קומט אויס אז די גאנצע וועלט איז געטוישט געווארן די שפראך. עס איז איינס פון די גרעסטע נסים וואס דער אייבערשטער האט געטון זייט בריאת העולם. עס איז דא א גאנצע וועלט וואס רעדט איין שפראך, און יעדער איינער ווען ער שטייט אויף צופרי, פארגעסט וואס ער האט געקענט ביז יעצט, און ער קען אן אנדערע שפראך, און ער קען נאר רעדן מיט זיין אומה וואס האט באקומען די זעלבע שפראך ווי ער. אזוי האט דער אייבערשטער דעמאלטס אויסגעשטעלט די שבעים אומות. דאס איז א נס כמעט אזוי ווי יציאת מצרים, אז די גאנצע וועלט זאל זיך טוישען פון איין טאג אויפן אנדערן טאג. מענטשן זאלן אויפשטיין צופרי, און זיי זאלן נישט געדענקען זייער שפראך, און קענען א נייע שפראך. דאס קען נאר מאכן א בורא עולם, נאר דער באשעפער, עס איז נישט שייך אז א בשר ודם זאל קענען טון אזא פעולה וואס איז געווען ביים דור הפלגה.
ווען איז געווען דער דור הפלגה? זאגט רש"י (בראשית י-כה), אז עס איז געווען בימי פלג, אין די צייטן פון פלג. אזוי שטייט אין פסוק, כי בימיו נפלגה הארץ, אין זיינע טעג האט דער אייבערשטער צוטיילט הארץ. רש"י ברענגט צו פון סדר עולם, וואס מיינט בימיו, וועלכע טעג פון פלג? בסוף ימיו, אין סוף פון זיינע טעג. אין סדר עולם (פרק א) שטייט, אז עס איז געווען די לעצטע יאר וואס פלג האט געלעבט, דעמאלטס איז געווען דער דור הפלגה וואס דער אייבערשטער האט צוטיילט יעדן איינעם.
מען קוקט נאך לויט די סדר הדורות, ווי אלט איז אברהם אבינו געווען דעמאלטס. אברהם אבינו איז אלט געווען אכט און פערציג יאר ווען פלג איז געשטארבן (בשנת א'תתקצו). דאס מיינט אז ווען עס האט פאסירט די דור הפלגה, איז אברהם אבינו אלט געווען אכט און פערציג יאר (שהרי נולד בשנת א'תתקמח). אברהם אבינו האט געזעהן, וואס עס האט פאסירט ביי די דור הפלגה. עס איז געשען אזא נס, וואס די גאנצע וועלט האט געזעהן, איז ער ארויפגעקומען אז עס מוז זיין א בורא עולם! בן מ"ח שנה הכיר אברהם את בוראו, אברהם אבינו האט מכיר געווען אז עס איז דא א באשעפער ווען ער איז געווען בן מ"ח שנה, ווייל ביי די מ"ח שנה פון אברהם, איז געווען דער דור הפלגה, און דעמאלטס האט דאך די גאנצע וועלט געזעהן אז עס האט זיך אלעס געטוישט. ביי יציאת מצרים האט מען נאר געהערט אז עס האט עפעס פאסירט, עס איז נאר געווען 'שמעו' עמים ירגזון, אבער מען האט עס נישט געזעהן. דא האט יעדער מענטש געזעהן, נעכטן האט ער געקענט לשון הקודש, און היינט קען ער נישט די שפראך, ער קען נאר א צווייטע שפראך. דאס האט צוגעברענגט דאס וואס אברהם אבינו האט מכיר געווען את בוראו ביי מ"ח שנה, ווייל ביי מ"ח שנה פון אברהם אבינו, דעמאלטס איז געווען דער דור הפלגה.
ביי דעם דור הפלגה האט דער אייבערשטער בוחר געווען כלל ישראל. ווער איז געווען כלל ישראל וואס דער אייבערשטער האט בוחר געווען. וועמען האט דער אייבערשטער גענומען דעמאלטס פאר א פאלק. עס איז געווען טויזענטער גוים, און דאס איז געווארן צוטיילט אויף שבעים לשונות. ווער איז געווען יודען וואס דער אייבערשטער האט בוחר געווען. נח האט נאך געלעבט דעמאלטס, שם האט אויך געלעבט, אבער זיי האט דער אייבערשטער נישט בוחר געווען, אז נח זאל זיין דער עם ישראל, ווייל דעמאלטס זענען דאך אלע גוים עם ישראל, אלע זענען דאך קינדער פון נח, און קינדער פון שם. איז דאך על כרחך, אז דער אייבערשטער האט דעמאלטס בוחר געווען אין איין מענטש, אין אברהם אבינו. אברהם אבינו איז געווען דער איינציגסטער מענטש וואס איז געווען כלל ישראל. ווען דער אייבערשטער האט בוחר געווען, אז ער נעמט יודען פאר זיין חלק, כי חלק ה' עמו, האט ער בוחר געווען אין אברהם אבינו, פון דיר גיי איך מאכן דעם כלל ישראל. איך בין נאכנישט קלאר, אויב אברהם אבינו איז געווען דער איינציגסטער מענטש וואס האט דעמאלטס געקענט לשון הקודש, מיט וועם האט ער גערעדט? לויט די ראשונים האט קיינער נישט פארשטאנען קיין לשון הקודש, און ער האט נישט געהאט קיין פאלק, מיט וועמען ער זאל קענען אנהאלטן לשון הקודש". - על כל פנים, ווען אונז זאג מיר אז דער אייבערשטער האט בוחר געווען יודען, איז עס געווען נאר אין אברהם אבינו.
עס שטייט אין פסוק (דברים ז-ז), לא מרובכם מכל העמים חשק ה' בכם, ויבחר בכם, כי אתם המעט מכל העמים, אונז זעמיר א מעט מכל העמים. עס איז נישט קיין הכרח אז ביי יציאת מצרים זענען יודען געווען די קלענסטע פאלק וואס איז דא אויף דער וועלט. אבער ווען דער אייבערשטער האט אונז בוחר געווען ביי דור הפלגה, וואס כי חלק ה' עמו, דער אייבערשטער האט אונז דעמאלטס גענומען, איז כלל ישראל באשטאנען פון איין מענטש, פון אברהם אבינו. כי אתם המעט מכל העמים, פון אלע עמים זענט עטץ געווען דער 'מעט'. כלל ישראל איז געווען איין מענטש, אברהם אבינו, און אים האט דער אייבערשטער בוחר געווען, פון אים גייט ער ארויפברענגען דעם כלל ישראל.
יודען ווערט אנגערופן, אונז זעמיר א 'גוי אחד'. אונז זענען מיר א גוי, א פאלק, וואס איז באשטאנען אמאל פון איין מענטש. א פאלק איז דער טייטש, אז עס איז דא אין דעם הונדערטער טויזנטער מענטשן, אז נישט איז עס דאך נישט קיין פאלק. אבער ווען דער אייבערשטער האט צוטיילט ביי דור הפלגה, און ער האט גענומען חלק ה' עמו, האט ער גענומען 'אחד', ער האט גענומען איין מענטש, און ער האט געזאגט, דו ביסט מיין פאלק. און דאס איז געווען אחד היה אברהם (יחזקאל לג-כד). און דאס איז דער גוי אחד בארץ, אונז זעמיר א גוי, א פאלק, וואס איז באשטאנען פון 'אחד', פון איין מענטש. ווער איז דער אחד, אחד היה אברהם, אברהם אבינו איז געווען דער ערשטער וואס דער אייבערשטער האט אים בוחר געווען, אים האט ער גערופן, דו ביסט כלל ישראל, פון דיר וועט ארויסקומען כלל ישראל, אין דיך בין איך בוחר, אז דו וועסט זיין אונטער מיר.
איז געווען הערשט א זמן שפעטער. עס איז ניתן להאמר אז דער אייבערשטער האט הערשט אפגעקויפט כלל ישראל שפעטער ביי מתן תורה. ווען יודען זענען געווען גרייט מקבל צו זיין די תורה, דעמאלטס איז געשען דער קנין וואס דער אייבערשטער האט געבעטן פון מיכאל, אז מען זאל אים איבערגעבן. לויט דעם קען מען יא טייטשן, אז 'אתה בחרתנו מכל העמים' גייט ארויף אויף יציאת מצרים, ווייל ביי דור הפלגה זענען מיר נאך נישט געווען אונטערן אייבערשטען, דעמאלטס זענען מיר נאך געווען אונטער מלאך מיכאל. נאר שפעטער בשעת יציאת מצרים האט זיי מלאך מיכאל פארקויפט פארן אייבערשטען. - על כל פנים, אין פרקי דרבי אליעזר זעהט אויס, אז דער אייבערשטער האט אונז אפגעקויפט ביים דור הפלגה.
אזוי ווי מלאך מיכאל איז געווען אמאל אונזער שר, איז ער געבליבן דער מליץ יושר פאר יודען (זוה"ק ח"ב רנד.). יעדער שר נעמט זיך אן אויבן אין הימל פאר זיין פאלק. אונז זעמיר אמאל געווען דאס פאלק וואס איז געשטאנען אונטער מלאך מיכאל. איז אפילו מלאך מיכאל האט אונז שפעטער פארקויפט פארן אייבערשטען, איז מלאך מיכאל דער אפוטרופסא דישראל, וואס ער נעמט זיך אייביג אן אויבן פאר כלל ישראל. ווען מען דארף האבן א מליצת זכות, איז דא מלאך מיכאל.
אין די עוז והדר חומשים, האבן זיי אריינגעדרוקט אינעם חומש, א פירוש אויף תרגום יונתן. ברענגען זיי דארט (דברים לב-ח) צו דעם פרקי דרבי אליעזר, אז דעמאלטס האט דער אייבערשטער צוטיילט אלע פעלקער, און כלל ישראל איז ארויסגעקומען פארן גורל צום אייבערשטען. און זיי ברענגען צו פון ספר מושב זקנים [א פריערדיגע ספר, נאך פון די ראשונים], וואס ער שרייבט אנדערש. ער שרייבט, אז דער אייבערשטער האט געווארפן א גורל אויף אלע פעלקער, און כלל ישראל איז אויסגעקומען פאר מלאך מיכאל. מלאך מיכאל האט געדארפט זיין דער שר פונעם כלל ישראל, ווען מען האט געווארפן דעם גורל. שפעטער האט דער אייבערשטער געזאגט פאר מלאך מיכאל, איך וויל פון דיר אפקויפן כלל ישראל וואס איז אויסגעקומען פאר דיר, און איך גיי דיר באצאלן, אז טאמער דו פארקויפסט מיר דעם כלל ישראל, וועסטו זיין דער כהן אויבן אין הימל, - און דאס איז דער פשט אין פסוק (דברים לב-ו), הלא הוא אביך, קנך, דער אייבערשטער האט דיר געקויפט. וואו האט ער דיך געקויפט? ווייל אונז זעמיר אויסגעקומען אין דעם גורל ביים מלאך מיכאל, און דער אייבערשטער האט נאכדעם אפגעקויפט דעם כלל ישראל, פון מלאך מיכאל. עס שטייט נישט פונקטליך ווען דער אייבערשטער האט זיי אפגעקויפט. צו עס איז געווען תיכף, צו עס ווען אברהם אבינו האט נישט געהאט קיין קינדער, און דער באשעפער האט געשיקט דריי מלאכים צו אברהם אבינו, און איינער איז געקומען לבשר את שרה. דער וואס איז געקומען לבשר את שרה, איז געווען מלאך מיכאל (בבא מציעא פו:). וואס עפעס איז מלאך מיכאל געקומען מבשר זיין שרה? ווייל מלאך מיכאל איז דאך געווען דער שר איבער גאנץ כלל ישראל, און ער האט נישט געהאט אונטער זיך מער ווי איין אברהם. עס איז נישט געווען קיין אנדערע יודען. קומט אויס, אז די אינטערעסע פון מלאך מיכאל איז געווען, עס זאל ארויסקומען א פאלק פון אברהם אבינו, דעמאלטס וועט ער האבן א פאלק פאר זיך. איז מלאך מיכאל געווען דער וואס איז געקומען מבשר זיין פאר שרה, אז עס גייט זיין יצחק, און עס וועט ארויסקומען שפעטער פון אים דורות, כי ביצחק יקרא לך זרע. - על כל פנים אונז זעמיר א חלק פונעם אייבערשטען, דער באשעפער האט אונז אויסגעקליבן פון אלע פעלקער. ווען דער אייבערשטער האט צוטיילט אלע שבעים אומות, האט דער אייבערשטער אונז גענומען אונטער זיין חלק, כי חלק ה' עמו, יודען זענען א חלק פונעם אייבערשטען.
מען ווייסט אז יעדע זאך איז דא אין עולם, שנה, נפש (ספר יצירה פרק ו). יעדע זאך איז דא אין די וועלט, און אין די זמן, און אין נפש. ווען דער כהן גדול איז אריינגעגאנגען יום הקדוש אין קדשי קדשים, איז עס געווען אין דעם הייליגסטן טאג, דאס איז אין זמן, דער כהן גדול איז געווען דער הייליגסטער אין נפש, און דער קדשי קדשים איז געווען דער הייליגסטער מקום אין די וועלט. האט זיך צוזאם גענומען אלע סארט קדושות פון עולם, שנה, נפש.
דער אייבערשטער האט בוחר געווען יודען. אין נפש האט ער בוחר געווען יודען פון אלע נפשות וואס איז דא אויף דער וועלט, כי יעקב בחר לו י-ה, ישראל לסגולתו (תהלים קלה-ד), אין נפש זענען מיר די בחירה פונעם אייבערשטען. אין עולם, אין די וועלט, האט דער אייבערשטער בוחר געווען ארץ ישראל, כי בחר ה' בציון, אוה למושב לו (תהלים קלב-יג), אין די וועלט האט דער אייבערשטער גענומען ארץ ישראל, און דאס האט ער בוחר געווען. וה' שוכן בציון (יואל ד-כא), דער באשעפער רוהט אין ציון, דארט איז עיני ה' אלקיך בה, מראשית השנה ועד אחרית שנה (דברים יא-יב). אין נפש האט דער אייבערשטער בוחר געווען יודען. און אין עולם, אין די וועלט, האט דער אייבערשטער בוחר געווען ארץ ישראל. אין שנה, האט דער אייבערשטער בוחר געווען סוכות. סוכות האט דער אייבערשטער מצווה געווען מצות סוכה, וואס סוכה דאס איז צילא דמהימנותא (זוה"ק אמור קג:), מען זיצט אין די צל פונעם אייבערשטען. אזוי ווי אין ארץ ישראל איז מען אונטערן צל פונעם אייבערשטען, תמיד עיני ה' אלקיך בה, מראשית השנה ועד אחרית שנה, אזוי איז אין חוץ לארץ, וואס אונז האב מיר נישט די מעלה אז אונז זאל מיר קענען זיין אונטער עיני ה', האט דער אייבערשטער אונז געגעבן די מצוה פון סוכה, די מצוה פון סוכה דאס איז צילא דמהימנותא, אונז זיץ מיר אין דעם צל פונעם אייבערשטען, אכט טאג זיצט א יוד אין ארץ ישראל (עיין בקב הישר פרק צה, ובתפארת שלמה לסוכות ד"ה ויסעו).
אין הייליגע ספרים שטייט, ויהי בשלם סוכו ומעונתו בציון (תהלים עו-ג), ויהי בשלם סכו, ווען א מענטש איז מקיים מצות סוכה בשלימות, ווען עס איז שלם, ומעונתו, וואוינט ער דעמאלטס בציון. ווען מען זיצט אין די סוכה, וואוינט מען אין ארץ ישראל, וואס דאס איז די זעלבע צל פונעם אייבערשטען אזוי ווי אין ארץ ישראל. און אז יעדע זאך האט דער אייבערשטער בוחר געווען אין עולם, שנה, נפש, קומט אויס, אז ישראל, דאס איז דער נפש. און עס קומט יום טוב סוכות, דאס איז די בחינה פון שנה, און ווען אונז זיץ מיר אין די סוכה, דאס איז געווען די בחינה פון עולם.
דער אייבערשטער איז דאך דער מקור הדעת, מען קען נישט משיג זיין דעם דעת פונעם רבונו של עולם, כי לא מחשבותי מחשבותיכם, ולא דרכיכם דרכי נאום ה', כי גבהו שמים מארץ, כן גבהו דרכי מדרכיכם, ומחשבותי ממחשבותיכם (ישעיה נה-ח). דאס וואס דער אייבערשטער איז בוחר פאר זיין חלק, דארט איז דא א עילוי אין דעת. כלל ישראל האט דער אייבערשטער בוחר געווען פאר זיך, איז רק עם חכם ונבון הגוי הגדול הזה (דברים ד-ו), חכמה איז דא ביי יודען. אונז זעמיר א חלק פונעם אייבערשטען, דער אייבערשטער איז דער מקור הדעת, איז וואס עס געהער צום חלק פונעם אייבערשטען, האט אין זיך די עילוי אין דעת.
דער באשעפער האט בוחר געווען אין ארץ ישראל, זאגט די גמרא (בבא בתרא קנח:), אוירא דארץ ישראל מחכים. אין די גאנצע וועלט איז נישט דא א אויר וואס גיט חכמה, נאר אוירא דארץ ישראל איז מחכים. חכמה איז דא אין ארץ ישראל, ווייל דאס איז וואו דער אייבערשטער האט בוחר געווען. אז דער אייבערשטער איז בוחר די סוכה, וואס דארט איז דא די צילא דמהימנותא פונעם אייבערשטען אויף יודען, ברענגט סוכות דעת, למען ידעו דורותיכם (ויקרא כג-מג), ווייל אין די סוכה איז מען זוכה צו די זעלבע בחינה וואס יודען האבן אין ארץ ישראל. עס איז אוירא דארץ ישראל מחכים, ווייל עס איז אונטערן אייבערשטען. ווען מען זיצט אין די סוכה וועט זיין למען ידעו דורותיכם, עס וועט צוברענגען דעת, און מען וועט זיין א עם חכם ונבון, ווייל אונז זעמיר א חלק פונעם אייבערשטען.
יעדע זאך האט א רמז אין די מצוה אליין. אין די תורה איז דא מ"ט פנים לתורה, אזוי שטייט אין מדרש אויף איין פלאץ (במדב"ר ב-ג). און אויף איין פלאץ שטייט, אז עס איז דא שבעים פנים לתורה (במדב"ר יג-טו). שטייט אין ערבי נחל (דרוש ב' לפסח) אז דער באשעפער האט באשאפן חמשים שערי בינה בעולם (ראש השנה כא:), עס איז דא פופציג שערי בינה אויף דער וועלט, וכולן ניתנו למשה חסר אחת, משה רבינו האט באקומען אלעס, אויסער איין שער, ותחסרהו מעט מאלקים (תהלים ח-ו), ער האט באקומען ניין און פערציג פון די שערי בינה, די פופציגסטע חלק האט ער נישט באקומען. די מ"ט פנים לתורה, דאס איז אקעגן די מ"ט שערי בינה. אז מען האט נאר ניין און פערציג שערים פון בינה, איז מען זוכה צו ניין און פערציג פנים לתורה. די פופציג'סטע שער פון בינה, דארט איז דא איין און צוואנציג פנים לתורה, און דורך דעם קען מען צוקומען צו ע' פנים לתורה. מ"ט פנים לתורה, דאס איז וואס מען קען זוכה זיין נארמאל, דורך די ניין און פערציג שערי בינה. דער וואס איז זוכה צו חמשים שערי בינה, ביי אים איז דא ע' פנים לתורה.
דער אר"י הק' (ליקוטי תורה פרשת ואתחנן) זאגט, אז משה רבינו [עס איז היינט די אושפיזא פון משה], האט באקומען אין אנהייב אלע פופציג שערי בינה, נאר ווען עס איז געווען דער חטא העגל, דעמאלטס האט ער פארלוירן דעם פופציגסטן שער. 'ל"ך רד', 'לך' איז פופציג. 'לך רד', דו וועסט האבן א ירידה פון די פופציג, 'כי שחת עמך', דורך דעם חטא וואס יודען האבן געזינדיגט מיטן עגל, האט משה רבינו פארלוירן דעם פופציגסטן שער. זאגט דער אר"י הק', חמשים שערי בינה נבראו בעולם, וכולן ניתנו למשה, קודם האט משה רבינו באקומען כולן, ער האט באקומען אלע פופציג, חסר אחת, שפעטער ווען יודען האבן געזינדיגט ביים חטא העגל, האט מען צוגענומען פון אים איינס.
אויף יהושע בן נון שטייט (שמות לג-יא) 'ב"ן נו"ן', ער האט געהאט 'בינה' אין נו"ן, אין אלע חמשים שערי בינה. ווי אזוי קען זיין, אז יהושע זאל האבן מער ווי משה רבינו, א תלמיד קען נישט האבן מער ווי דער רבי? איז דאך על כרחך, אז משה רבינו האט אויך געהאט קודם חמשים שערי בינה, נאר עס איז צוגענומען געווארן פון אים. און ביי יהושע איז נישט צוגענומען געווארן דער פופציגסטער שער, יהושע בן נון, ער האט געהאט בינה אין דעם פופציגסטען שער. פארוואס איז צוגענומען געווארן פון משה רבינו איין שער, און נישט פון יהושע. ווייל דעם חטא העגל האבן דאך געמאכט די ערב רב. רש"י (שמות לב-ז) זאגט, לך רד כי שחת 'עמך', די ערב רב וואס משה רבינו האט אריינגעברענגט אין כלל ישראל. קומט דאך אויס, אז אינעם חטא פונעם עגל, האט משה רבינו אויך עפעס א נגיעה, ער האט אריינגעברענגט דעם ערב רב, און דורכדעם איז געווארן דער עגל. ממילא האט ער אויך געליטן דערפון, מען האט אים צוגענומען דעם פופציגסטן שער. יהושע האט דאך נישט געהאט קיין חלק מיט די ערב רב, און ער האט מקבל געווען די תורה פון לוחות הראשונות, אזוי ווי מיר האבן שוין גערעדט (בסעודה שלישית פרשת האזינו), ווען משה רבינו איז אראפגעקומען, האט יהושע מקבל געווען די גאנצע אור פון די לוחות, איז ער געבליבן יהושע 'בן נון', מיט די גאנצע פופציג.
אז סוכות איז מען זוכה צו דעת, איז טייטש, אז אין די סוכה קען א מענטש ארויפגיין, אז אפילו זיין שערי בינה איז נאר אין די מ"ט שערי בינה, אויב ער איז זוכה, ויהי בשלם סוכו, קען ער זוכה זיין צוצוקומען ביז די חמשים שערי בינה וואס איז דא, וואס דאס איז שבעים פנים לתורה. געווענליך קען מען נאר צוקומען צו די מ"ט פנים לתורה, אבער אין די סוכה קען מען זוכה זיין צו שבעים פנים לתורה.
אז מען קוקט ווי אזוי א סוכה איז אויסגעשטעלט. א סוכה איז ז' על ז' (סוכה טז:). די קרקע פון די סוכה, איז זיבן טפחים אויף זיבן טפחים. זיבן מאל זיבן, איז ניין און פערציג. די אויר פון די סוכה איז ניין און פערציג, דאס איז א רמז אויף די מ"ט פנים בתורה. דאס איז די נידריגסטע חלק פון תורה. ווען מען קוקט אויף די הייך פון די סוכה, ווי הויך דארף זיין א סוכה, אז א מענטש זאל קענען גיין אין די סוכה. אז עס איז הויך צען טפחים, דעמאלטס איז די סוכה כשר. קומט אויס, אז א וואנט פון א סוכה, איז זיבן טפחים די ברייט, און צען טפחים די הייעך. זיבן אויף צען, איז זיבעציג. די קרקע פון די סוכה איז מ"ט פנים, און די וואנט פון די סוכה, וואס הייבט זיך ארויף אין די הייעך, איז שבעים פנים. ווייל אזוי ווי אין די סוכה באקומט מען דאך דעת, למען ידעו דורותיכם. אז מען באקומט דעת, קען מען נתעלה ווערן פון מ"ט פנים לתורה, צו שבעים פנים לתורה. וועגן דעם איז די סוכה אויסגעשטעלט, אז די שיעור פון סוכה, די לענג און די ברייט, איז מ"ט, און די הייך האט א דופן פון זיבעציג, וואס דאס איז אקעגן די שבעים פנים לתורה, ווייל סוכות דאס גיט דעם כח פון למען ידעו דורותיכם, אז מען זאל זוכה זיין צו דעת. ווי אזוי איז מען זוכה צו דעת? ווייל אזוי ווי יודען זענען א חלק פונעם אייבערשטען, און עס איז דא אן השראת השכינה פונעם אייבערשטען אין די סוכה, און אוירא דארץ ישראל מחכים, קען מען זוכה זיין צו חכמה, דורך די סוכה.
הנותן מתנה לחבירו צריך להודיעו, מען דארף זיך איינ'חזר'ן. אונז האב מיר באקומען א מתנה פונעם אייבערשטען, דער באשעפער האט אונז געגעבן דעם יום טוב פון סוכות. עס איז זמן שמחתינו כפשוטו, און עס איז זמן שמחתינו, וואס מען קען זוכה זיין צו תורה, דורך די מצוה פון סוכה. פקודי ה' ישרים משמחי לב, תורה איז אויך א חלק פון זמן שמחתינו. ווי מען האט פריער גערעדט, אפילו מען איז אין א שוואכערע מדריגה אין חכמה, למען ידעו דורותיכם, דורך די מצוה פון סוכה קען מען זוכה זיין צוצוקומען צו השגות פון דעת און יראת ה'.
זאגט דוד המלך, אלקים דבר בקדשו, דער באשעפער האט אונז געגעבן דעם יום טוב פון סוכות, אעלזה, וואס מען דארף זיך פרייען, עס איז זמן שמחתינו. ווייל אחלקה שכם, דעמאלטס טוה איך צוטיילן נאך א חלק וואס איז דא אין חלק ה' עמו. דער באשעפער איז דאך א חלק אין 'נפש', אין 'עמו', און ער האט א חלק אין 'עולם', אין 'ארץ ישראל'. און ער האט א חלק אין 'שנה', אין 'סוכות'. סוכות דאס איז א חלק פונעם אייבערשטען, וואס דער באשעפער רוהט דעמאלטס אין די סוכה, אפילו אין חוץ לארץ, און דעמאלטס קען מען זוכה זיין צו דער אייבערשטער זאל געבן, אונז זאל מיר קענען זיצן אין די סוכה, מיט די כוונות וואס מען דארף צו זיצן. און קענען נהנה זיין פון די סוכה, עס זאל משפיע זיין אויף אונז אלעס וואס סוכה ברענגט מיט זיך מיט. דער עיקר איז, אונז זאל מיר שוין זוכה זיין אקעגן צו גיין משיח צדקנו, און זיצן בסוכת עורו של לויתן, בביאת בן דוד, במהרה בימינו אמן.