Skip to content
הליכות ושיחות קודש וויען - אידיש

בשמחת בית השואבה בהסוכה שעל יד בית מדרשנו במאנסי

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מען שטייט אין די געהויבענע טעג פונעם יום טוב, ימי שמחה. יעדן יום טוב איז דא א מצוה פון שמחה, מען איז מחויב זיך צו פרייען יום טוב. אבער סוכות איז ריבה בה הכתוב שמחה יתירה. די תורה האט מרבה געווען, דריי מאל שטייט איבערגע'חזר'ט ביי סוכות, אז מען דארף זיך פרייען. ושמחת בחגך (דברים טז-יד), והיית אך שמח (דברים טז-טו), ושמחתם לפני ה' אלקיכם שבעת ימים (ויקרא כג-מ). וואס איז די ריבה בה הכתוב שמחה יתירה. וואס איז סוכות מער ווי יעדער יום טוב, אז מען דארף זיך פרייען מיט א שמחה יתירה.

אין פשטות איז עס נישט נאר א ריבוי פון שמחה יתירה, וואס מען פריידט זיך אין יום טוב אליין. רש"י טייטשט, והיית אך שמח (דברים טז-יד), דאס איז אן הבטחה פון די תורה. טאמער דו וועסט מקיים זיין ושמחת בחגך, דו וועסט זיך פרייען יום טוב, זאגט די תורה, איך בין דיר מבטיח אז איבערן יאר, והיית אך שמח. עס איז נישט א ציווי וואס מען הייסט אז ער זאל זיין שמח, נאר עס איז אן הבטחה. ווי מער שמחה א יוד גיט צו אין די טעג פון יום טוב, נעמט ער מיט מער שמחה אויף א גאנץ יאר. עס איז ריבה בה הכתוב שמחה יתירה, אז עס איז נישט נאר דא די שמחה פון יום טוב אליין, ווי ביי יעדן יום טוב וואס מען איז מחויב זיך צו פרייען. יעדע יום טוב וואס א יוד פרייט זיך, האט ער מקיים געווען א מצוה, ער האט געהאט שמחה די שעה, די טאג. ביי סוכות איז ריבה בה הכתוב שמחה יתירה, די תורה האט מרבה געווען שמחה, אז אויב מען פריידט זיך אין די טעג פון סוכות, והיית אך שמח, וועט מען האבן שמחה א גאנץ יאר אויך. עס קען זיין נאך אן ענין פארוואס עס איז ריבה בה הכתוב שמחה יתירה.

סוכות ווערט אנגערופן ראשון לחשבון עונות. ולוקחתם לכם ביום הראשון (ויקרא כג-מ), עס איז ראשון לחשבון עונות (תנחומא אמור כב). יום כפור האט מען מוחל געווען די עונות, יעצט הייבט זיך אן א פרישע חשבון אויף די עונות. די מפרשים שטעלן זיך, אז ממחרת יום כיפור וואלט געדארפט הייסן ראשון לחשבון עונות, נישט ווען מען האלט פינף טאג שפעטער, דעמאלטס איז די ראשון לחשבון עונות.

*

איך וועל זיך אפשטעלן אויף א מעשה וואס איז צוגעברענגט אין נ"ך (נחמיה ח-י). עס שטייט דארט, אז יודען זענען פארטריבן געווארן פון ארץ ישראל, און מען איז געווען אין בבל. דער אייבערשטער האט געזאגט מעיקרא, אז די גלות וועט נעמען זיבעציג יאר, און נאך זיבעציג יאר האט עזרא ארויסגענומען א גרויס חלק פון די יודען פון בבל, אז זיי זאלן צוריקגיין אויף ארץ ישראל. דער פסוק רעכנט אויס, עס איז געווען דארט ארום פערציג טויזנט מענטשן וואס זענען צוריקגעגאנגען אויף ארץ ישראל. ווען עס איז געקומען ראש השנה, האבן עזרא און נחמיה צוזאמגענומען דעם ציבור, און מען האט געברענגט א ספר תורה, און עזרא האט געליינט אין די ספר תורה, און דער עולם האט אנגעהויבן צו וויינען, אז מען האט זיך נישט אויפגעפירט אין גלות ווי עס דארף צו זיין, און מען האט חרטה געהאט. און עזרא און נחמיה האבן געזאגט פאר יודען, עס איז יעצט ראש השנה, עס איז נישט קיין צייט צו וויינען, עס איז א צייט פון שמחה, לכו אכלו משמנים ושתו ממתקים, כי קדוש היום לאדונינו, ואל תעצבו כי חדות ה' היא מעזכם. דאס איז געווען דעם ערשטן טאג ראש השנה.

דעם צווייטן טאג ראש השנה, מען האט דעמאלטס מעבר געווען אלול, געווענליך איז חודש אלול נישט מעובר, אבער דעמאלטס האט מען מעבר געווען דעם חודש. וביום השני, איז מען זיך נאכאמאל צוזאמענגעקומען די גאנצע ציבור, און מען האט אפירגענומען די ספר תורה, און מען האט געליינט דערין. וימצאו כתוב בתורה, מען האט געטראפן אז עס שטייט געשריבן אין די תורה, אשר צוה ה' ביד משה, די תורה וואס דער אייבערשטער האט געגעבן דורך משה רבינו, דארט שטייט אשר ישבו בני ישראל בסוכות בחג בחודש השביעי, אז אין דעם זיבעטן חודש, חודש תשרי, דארף מען זיצן אין די סוכה. מען האט געטראפן אז אזוי שטייט אין פסוק.

און מען האט אויסגערופן א קול, אז יעדער זאל גיין און מען זאל ברענגען עלה זית ועלה עץ שמן לעשות סכות, מען זאל מאכן א סוכה, ככתוב, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק, די תורה זאגט אז מען דארף מאכן סוכות. מען איז ארויסגעגאנגען, און יעדער האט געמאכט א סוכה. ויעשו כל הקהל השבים מן השבי סכות, דער גאנצער קהל וואס איז צוריקגעקומען פון די געפענגעניש פון בבל האבן געמאכט סוכות, וישבו בסוכות, און מען איז געזעסן אין די סוכה, כי לא עשו מימי יהושע בן נון כן בני ישראל עד היום ההוא, פון ימות יהושע בן נון האט מען אזאנס נאך נישט געטון אזוי ווי זיי האבן דעמאלטס געטון, ותהי שמחה גדולה מאד, און עס איז געווען א געוואלדיגע שמחה.

די גמרא (ערכין לב:) שטעלט זיך שוין אויף די עצם זאך אליין, אז זיי האבן נישט געמאכט קיין סוכה פון ימות יהושע בן נון, האט מען דען נישט געמאכט קיין סוכות ביז נאכן חורבן, ביז מען איז צוריקגעקומען פון בבל? דאס איז א חשבון פון כמעט טויזנט יאר. פון ווען מען איז אריינגעקומען אויף ארץ ישראל ביז מען האט געבויט דעם בית המקדש, איז געווען פיר הונדערט יאר, און דער בית המקדש איז געשטאנען פיר הונדערט יאר, און עס איז געווען גלות בבל זיבעציג יאר, און נאכדעם איז מען צוריקגעקומען. די גמרא דרייט עס אוועק אויף אן אנדערן ענין. די גמרא דרש'נט, אז מען רעדט נישט פון סוכות אליין, נאר מען האט נישט מבטל געווען יצרא דעבודה זרה. אבער על כל פנים, אין פסוק רעדט מען בפשטות פון סוכות. ווי אזוי קען מען זאגן אזא זאך, אז מען האט נישט געמאכט קיין סוכות פון דעמאלטס אן.

און ער זאגט, מען האט גענומען די ספר תורה, און מען האט געליינט, 'וימצאו' כתוב בתורה, מען האט געטראפן אז עס שטייט אין די תורה אז מען דארף מאכן סוכות. מען האט ערפינדען אמעריקע, מען האט געטראפן א מציאה, אז מען דארף מאכן א סוכה. מען האט געטראפן א פארשטופטע רמב"ם ערגעץ, אז מען דארף מאכן א סוכה. מען האלט שוין איבער טויזנט יאר פון מתן תורה, און יעצט האט מען געטראפן, אז עס שטייט אין פסוק אז מען דארף מאכן א סוכה. און מען איז ארויסגעגאנגען, יעדער האט געמאכט א סוכה, און מען האט נישט געמאכט אזא סוכה פון ימות יהושע בן נון.

*

איך האב געטראכט אן ענין דערין. מען קוקט אריין אין פסוק ביי די מצוה פון סוכה. די תורה הייסט, מען דארף זיצן אין א סוכה, למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל, בהוציאי אותם מארץ מצרים (ויקרא כג-מב). עס האט א טעם פארוואס מען זיצט אין די סוכה, כדי אונז זאל מיר מאכן א זכר, אז מען איז געזעסן אין סוכות ווען מען איז ארויסגעקומען פון מצרים. אין די פוסקים שטייט (עיין ב"ח סימן תרכה), מצוות צריכות כוונה (פסחים קיד:), עס איז נישט גענוג אז בשעת מען זיצט אין די סוכה איז ער מכוון מקיים צו זיין מצות סוכה, נאר מען איז מחויב מכוון צו זיין דעם טעם. ווייל דארט וואו די תורה האט געשריבן א טעם, פארוואס מען דארף זיצן אין די סוכה, איז מען מחויב אינזין צו האבן דעם טעם בשעת מען גייט אריין אין די סוכה. איך זיץ אין די סוכה, למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל. קומט אויס, אז סוכות האט א הסבר. פאר דעם שטייט אין פסוק (ויקרא כג-מא) וחגותם אותו חג לה' שבעת ימים בשנה, מען זאל חוגג זיין סוכות זיבן טאג, חוקת עולם לדורותיכם, עס איז א חוק, בחודש השביעי תחוגו אותו, אז מען זאל עס חוגג זיין בחודש השביעי. פארוואס איז עס א חוק, עס איז דאך דא א הסבר, למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בני ישראל. און וואס גיט ער צו נאכדעם, בחודש השביעי תחוגו אותו, אינעם חודש השביעי זאל מען עס חוגג זיין. מען רעדט דאך פון חודש השביעי, די פרשה הייבט זיך דאך אזוי אן, בחמשה עשר יום לחודש השביעי הזה, חג הסכות שבעת ימים לה'. וואס איז דער 'חוקת' עולם לדורותיכם, 'בחודש השביעי' תחוגו אותו.

אין פסוק וואלט מען נאך געקענט זאגן א ביאור, אז אמת מען דארף מאכן א זכר אויף כי בסוכות הושבתי את בני ישראל, אבער דעם זכר וואלט מען לכאורה געדארפט מאכן אין חודש ניסן. ווען יודען זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים, בהוציאי אותם מארץ מצרים, דעמאלטס איז מען געזעסן אונטער די ענני הכבוד, אדער אין סוכות ממש. אבער ווי קומט עס אויף תשרי, ווי קומט עס אויף בחודש השביעי (עיין טור סימן תרכה). דער חלק אז מען מאכט עס בחודש השביעי, דאס איז חוקת עולם, דאס איז א חוק. ווייל אויב דו זאגסט אז דער טעם איז וועגן עס איז געווען א נס, די נס האט זיך נישט אנגעהויבן תשרי, עס האט זיך אנגעהויבן פריער. זאגט די תורה, וחגותם אותו חג לה' שבעת ימים בשנה, חוקת עולם לדורותיכם, בחדש השביעי תחוגו אותו. דו וועסט דאך זאגן אז די מצוה קומט אויף ניסן. זאג איך ניין, עס איז חוקת עולם, דער אייבערשטער וויל אז מען זאל עס מאכן בחודש השביעי. דאס איז א חוק, פארוואס מען האט אפגעשטופט סוכות אויף חודש תשרי.

*

עס דארף אבער נאך אלץ האבן א ביאור, עס איז נישט קיין חוק, אויף דעם איז אויך דא א טעם, פארוואס מען זיצט נישט אין די סוכה ניסן, מען זיצט הערשט אין תשרי. עס איז א ילקוט (אמור תרנג), דער ילקוט פרעגט די קשיא, פארוואס זיצט מען אין די סוכה בחודש השביעי, דעם זיבעטן חודש. זאגט דער ילקוט, אזוי ווי עס איז אדורך ראש השנה, און מען האט אנגעשריבן פאר יעדן איינעם אויפן קומענדיגן יאר. עס איז אדורך יום כיפור, וואס מען האט שוין חותם געווען פאר יעדן איינעם, און מען ווייסט נישט וואס מען האט חותם געווען אויפן קומענדיגן יאר. אפשר האט מען אנגעשריבן אויף אים, אז דאס יאר וועט ער דארפן גיין אין גלות, ער דארף איבערלאזן די שטוב, ער זאל זיך ארומוואלגערן אין גלות. האט דער אייבערשטער געהייסן אז נאך יום כיפור זאל מען ארויסגיין פון שטוב, איבערלאזן די שטוב, און אריינגיין אין די סוכה. סוכה דאס איז א רמז אויפן גלות, איך האב איבערגעלאזט די שטוב. אויב איך בין מחויב געווארן גלות, זאל דאס ווערן גערעכנט פאר מיין גלות וואס איך האב געדארפט אדורכגיין. און דער מדרש ענדיגט, והקדוש ברוך הוא מעלה עליהן כאילו גלו לבבל, ווי מען וואלט אוועקגעגאנגען אין גלות אריין, ער האט יוצא געווען מיט דעם, דעם גלות.

מען קען אביסל מער מסביר זיין דעם מדרש. די גמרא (יומא פו.) זאגט, אז עס איז דא ד' חלוקי כפרה. אז מען איז עובר אן עשה, נוצט תשובה א גאנץ יאר. אז מען איז עובר אויף א לא תעשה, נוצט נישט קיין תשובה אליין, מען דארף ווארטן ביז יום כיפור. יום כיפור מיט תשובה טוט מכפר זיין אויף די עשה'ס און די לא תעשה'ס. טאמער מען האט געטון אן עבירה וואס איז פארבינדן מיט כריתות און מיתות בית דין, איז יסורים ממרקים. אפילו מען האלט שוין נאך יום כיפור, איז ער נאכנישט פארטיג. מען דארף אדורך גיין יסורים איבערן יאר, ממרק צו זיין דעם עון. קומט דאך אויס, אז אפילו מען האלט שוין נאך יום כיפור, דער באשעפער האט שוין מוחל געווען די עונות, אבער עס איז דא אמאל א חשבון אויפן מענטש, ער האט עובר געווען אויף א זאך וואס איז פארבינדן מיט כריתות און מיתות בית דין, און יסורים ממרקים. וואס איז יסורים? א חלק פון יסורים ממרקים איז, אז א מענטש פלאגט זיך, ער דארף איבערלאזן די שטוב, און ארויסגיין פאר ביזנעס, ער גייט פון איין פלאץ אויפן צווייטן פלאץ וכדומה, ער פלאגט זיך מיט זאכן וואס איז נישט אין שטוב. נאך די הייליגע טעג, האט דער אייבערשטער אונז געגעבן דעם יום טוב פון סוכות, סוכות דאס איז גלות. ווען מען גייט ארויס אין די סוכה, וועסטו אפקומען מיט דעם די יסורים ממרקים וואס עס פעלט אויס אמאל דורך גלות. - קומט אויס, אז עס איז שוין נישט קיין חוקת עולם, פארוואס בחודש השביעי תחוגו אתו. מען האט עס טאקע געקענט מאכן אין ניסן, ווען עס איז די צייט. אבער דער אייבערשטער האט עס אפגעשטופט, אז מען זאל עס מאכן שפעטער, עס זאל זיין בחודש השביעי, כדי אויב עס איז באשערט גלות, זאל מען האבן דעם גלות, וואס מען זאל מיט דעם אפקומען די יסורים.

*

מען קען זיך אבער דינגען, דאס איז א גוטער הסבר ווען א מענטש לעבט רואיג, און ער גייט ארויס אין די סוכה, א מקום פון גלות, האט ער געמאכט א זכר אויף גלות. עס איז אבער דא זמנים וואס כלל ישראל אליין איז נישט במקומם, זיי זענען נישט אין זייער פלאץ, זיי זענען נישט מסודר, און זיי זענען אין גלות א גאנץ יאר אויך. ער דארף נישט מאכן קיין זכר אויפן גלות, ווייל ער איז אין גלות, ער וואלגערט זיך ארום. כלל ישראל האט עס געהאט צוויי מאל. ווען מען איז אריין אויף ארץ ישראל. עס איז געווען שבע שכבשו ושבע שחלקו, עס האט גענומען זיבן יאר וואס מען האט כובש געווען ארץ ישראל. מען האט נישט געהאט קיין דירות, מען האט זיך געוואלגערט פון איין פלאץ אויפן אנדערן פלאץ. דא האט מען איינגענומען דעם שטעטל, דא האט מען איינגענומען א צווייטן שטעטל, עס האט גענומען זיבן יאר ביז מען האט כובש געווען גאנץ ארץ ישראל. מען האט נישט געהאט קיין מנוחה, מען איז נישט געזעסן אויף איין פלאץ.

דאס זעלבע איז געווען ווען עס איז געווען דער חורבן, מען איז אוועקגעגאנגען פון ארץ ישראל, מען איז געגאנגען אויף בבל, און מען איז צוריקגעקומען אויף ירושלים פאר די הייליגע טעג, עס איז געווען די מעשה אז מען האט געליינט ראש השנה אין די תורה. מען איז צוריקגעקומען צו א מדבר שממה, זיבעציג יאר איז קיינער נישט געווען אין ארץ ישראל. מען האט איבערגעלאזט די הייזער, און מען האט געדארפט אנהייבן זיך צו מסדר זיין פון אנהייב, פארשאפן א דירה, בויען א הויז וכדומה. מען האט נישט געדארפט מאכן קיין זכר אויפן גלות, ווייל ער איז אין גלות. ער דארף נישט סוכות ארויסגיין פון שטוב כדי צו גיין אין גלות, ער האט נישט וואו צו וואוינען. ווען כלל ישראל איז צוריקגעקומען פונעם שבי, איז מען געזעסן אין א גלות. - קומט דאך אויס, וואלט מען לכאורה געדארפט זאגן אז מען דארף נישט האבן קיין סוכות. ווייל סוכות איז דאך נאר געמאכט געווארן, כדי אז טאמער איך בין מחויב גלות, זאל איך אפקומען מיט דעם, דעם גלות. איך בין אין גלות! איך וואלגער זיך ארום! די סוכות וועט נישט צוגעבן מער גלות ווי ערב סוכות. איך בין דאך אין גלות.

קומט אויס, אז עס איז דא אמאל א פאל וואס עס האט נישט קיין הסבר אז מען דארף מאכן דעם זכר פון בסוכות הושבתי את בני ישראל, אין חודש תשרי, כדי טאמער איך בין מחויב גלות, זאל איך אפקומען דעם גלות. איך בין אין א מצב וואס איך בין אין גלות גאנץ אלול און גאנץ תשרי, און איך וועל זיין אין גלות גאנץ חשון. וואלט איך דאך געקענט מאכן דעם יום טוב בזמנו, ווען עס קומט ניסן, מען דארף נישט ווארטן ביז תשרי. אויף דעם זאגט די תורה, ניין, חוקת עולם. אפילו עס וועט בטל ווערן דער טעם, עס וועט בטל ווערן די סיבה פארוואס מען דארף עס מאכן אין תשרי, כדי אז טאמער עס איז דא אן עונש פון גלות, זאל מען עס אפקומען. און מען וועט זאגן, איך בין דאך אין גלות, איך האב נישט קיין מנוחה, איך האב נישט קיין פלאץ וואו צו וואוינען, איך דארף עס נישט מאכן יעצט, איך קען עס מאכן אן אנדערס מאל. זאגט די תורה, ניין, וחגותם אותו חג לה' שבעת ימים, חוקת עולם לדורותיכם, בחודש 'השביעי' תחוגו אותו. דאס וואס עס דארף זיין בחודש השביעי איז א חוק. אפילו עס וועט אוועקפאלן דער טעם וואס עס שטייט, דארף מען עס אויך מאכן אין חודש תשרי.

יודען האבן געוואוסט אז מען דארף זיצן אין סוכה. מען האט עס נישט ערפינדען דעמאלטס, עס שטייט אין חומש, וימצאו כתוב, אז מען דארף זיצן אין די סוכה. אלע יארן, פון ווען מען האט געגעבן די תורה, אפילו אין בבל, זענען זיי געזעסן יעדעס יאר אין א סוכה. ווען מען איז אבער צוריקגעקומען פונעם שבי, און דער עולם האט נישט געהאט קיין דירות, מען האט נישט געהאט וואו צו וואוינען, מען איז געווען אין גלות די גאנצע צייט. אז מען איז געווען אין גלות די גאנצע צייט, האבן זיי געטראכט, דארף מען דאך נישט מאכן יעצט סוכות בחודש השביעי, כדי אפצוקומען גלות, ווייל איך בין דאך ממילא אין גלות. מען דארף טאקע מאכן א זכר אויף בסוכות הושבתי את בני ישראל בהוציאי אותם מארץ מצרים, אבער מען קען דאך מאכן דעם זכר בזמנו, אין חודש ניסן.

זאגט דער פסוק, ויעשו כל הקהל 'השבים מן השבי', די וואס זענען צוריקגעקומען פונעם שבי. כאטש זיי זענען דאך אין גלות, זיי זענען דאך צוווארפן, זיי האבן נישט קיין שטוב וואו צו זיין. פון דעסטוועגן דאך האבן זיי געמאכט סוכות אין חודש תשרי, כאטש עס איז בטל די טעם. פארוואס האבן זיי טאקע געמאכט? ווייל מען האט גענומען דעם ספר תורה. וימצאו כתוב בתורה, זיי האבן געטראפן אז עס איז דא א פסוק וואס שטייט 'חוקת עולם' לדורותיכם, בחודש השביעי תחוגו אותו, אז אפילו עס וועט אוועקפאלן דער טעם פון גלות, פון דעסטוועגן דאך זאל מען עס מאכן בחודש השביעי, דאס האבן זיי געטראפן. וימצאו כתוב בתורה אשר צוה ה' ביד משה, אשר ישבו בני ישראל בסוכות בחג 'בחודש השביעי'. די תורה האט געשריבן אז עס איז דא א חוק עס דארף זיין בחודש השביעי. ויעשו כל הקהל השבים מן השבי סוכות, וישבו בסוכות, האבן זיי דעמאלטס געמאכט סוכות.

זאגט דער פסוק ווייטער, אזא סארט סוכה וואס עס איז נישט דא דער טעם פון גלות, און פון דעסטוועגן דאך מאכט מען א סוכה ווייל עס איז א חוקת עולם, דאס איז נאר געווען איינמאל פאר דעם. כי לא עשו מימי יהושע בן נון כן בני ישראל עד היום ההוא. פון ימי יהושע בן נון, דעמאלס איז מען דאך אויך אריין געקומען אויף ארץ ישראל, און מען האט נישט געהאט קיין דירות. און דעמאלטס האט מען אויך געמאכט סוכות בחודש השביעי, ווייל עס איז א חוק צו מאכן דווקא אין חודש תשרי. אלע יארן האט מען טאקע געמאכט סוכות, אבער לא עשו 'כן', עס איז נישט געווען די סוכות וואס מיר מאכן יעצט, אזא סוכה וואס עס איז נישט דא דער טעם פון גלות, און מען מאכט עס בחודש השביעי, אזאנס האבן זיי נישט געטון מימי יהושע בן נון. אין יהושע בן נון'ס צייטן איז אויך געווען אזא מצב. די צייטן פון יהושע בן נון רופט אן די גמרא געווענליך אז דאס איז געווען ביאה ראשונה, די ערשטע מאל וואס מען איז אריינגעקומען אויף ארץ ישראל, און ימי עזרא, דאס איז ביאה שניה. ווען מען איז אריינגעקומען אויף ארץ ישראל, איז מען דאך נישט געווען מסודר, און דעמאלטס האט מען געמאכט דעם סוכות, ווייל עס איז א חוק אז עס מוז זיין בחודש השביעי.

*

קומט אויס, אז דער יום טוב פון סוכות האט אין זיך א געוואלדיגע ענין פון שמחה. אפילו עס איז באשערט געווארן פאר איינעם אין די הייליגע טעג, אז ער דארף גיין אין גלות, פון דעסטוועגן דאך, אז מען גייט ארויס פון שטוב, און מען זיצט אין די סוכה, איז דאס דער גלות וואס מען קומט אפ, אויב עס איז נגזר געווארן פון פריער. קומט אויס, ביז מען גייט נישט אריין אין די סוכה, האבן מיר נאך א חשבון פון די עונות פונעם פארגאנגענעם יאר. מען האט טאקע מוחל געווען יום כיפור אויף אלעס וואס מען האט געזינדיגט, אבער אויף כריתות און מיתות בית דין איז מען נאך נישט פארטיג מיטן חשבון ביז יעצט, ווייל עס איז דאך יסורים ממרקים. קומט אויס, אז מען הייבט נישט אן נאך יום כיפור א פרישע חשבון, ווייל עס איז נאך דא חשבונות פון פריער. כריתות און מיתות בית דין האט יום כיפור נישט מכפר געווען.

ווען עס קומט אבער דעם ערשטן טאג סוכות, וואס מען גייט ארויס אין די סוכה, קומט דאך אויס אז אפילו עס איז געווען יסורים ממרקים, מען האט געדארפט האבן גלות, איז מען שוין יעצט ארויסגעגאנגען אין דעם גלות. יעצט איז ראשון לחשבון עונות, יעצט הייבט זיך אן א נייע חשבון פון עונות. מען האט שוין אלעס מוחל געווען פון פאר יום טוב, און אפילו יסורים וואס איז נגזר געווארן, ווען מען האט זיך אריינגעזעצט אין די סוכה, איז דאס אויך אוועקגעגאנגען. מען איז ארויסגעגאנגען פון דירת קבע, און מען איז געגאנגען אין א דירת עראי, מען וואלגרט זיך אין א דירת עראי, דעמאלטס איז ראשון לחשבון עונות, הייבט זיך אן יעצט א נייע חשבון, עס הייבט זיך יעצט אן א נייע יאר, ווייל וואס עס איז געווען פון די פארגאנגענע יאר, אפילו עס איז געבליבן יסורים ממרקים אויף די עונות פון ביז יעצט, טוט עס די סוכה אוועקנעמען.

סוכה איז נישט נאר אז עס איז דא א מצוה פון שמחה, ווייל מען פריידט זיך יעצט מיטן יום טוב, מען פריידט זיך מיטן טאג אליין. נאר ווען מען קומט אריין אין די סוכה, האט מען מיט דעם אוועקגענומען די יסורים ממרקים וואס מען דארף אדורכגיין במשך דעם יאר. אפילו מען האט געהאט א חשבון פון פריער, עס איז נאך געבליבן אן עונש פון גלות, וואס א מענטש וואלט געדארפט מיטמאכן. אבער יעצט ווען מען קומט אריין אין די סוכה, גייט אוועק דער גלות, מען איז אויך אפגעקומען, אז עס איז נישט דא קיין יסורים ממרקים אויפן קומענדיגן יאר. ממילא קומט אויס, אז עס איז נישט נאר א שמחה פון יום טוב, עס איז נישט נאר די שמחה וואס מען האט יעצט, יעצט איז ער בשמחה, די וואך איז ער פרייליך. נאר ריבה בה הכתוב שמחה יתירה, די וואך פרייליכקייט, דאס ברענגט אז א גאנץ יאר זאל זיין פרייליך. מען איז ארויסגעגאנגען אין די סוכה, מיט דעם איז מען אפגעקומען דעם גלות, והיית אך שמח.

*

איז צורודערט, ער האט נישט קיין מנוחת הנפש, עס פעלט אים די הרחבת הדעת, דאס איז א גלות וואס איז ביי זיך אליין. זאגט דער בעלזער רב, די ערשטע צוויי גלות'ער, דאס איז א שוואכערע גלות, עס איז א פיזישע גלות, צווישן א גוי, צווישן א יוד. די גלות וואס א מענטש איז ביי זיך אליין אין גלות, דאס איז א ביטערערער גלות, וואס אויף דעם דארף מען האבן א גרויסן פדות.

דאס איז די מסורה פון די דריי מאל פדות, ושמתי פדות בין עמי ובין עמך, אמאל איז דא וואס א יוד איז צוזאמען מיט א גוי, און ער דארף א פדות. דאס איז פדת חסר, דאס איז א שוואכערע פדות. אמאל איז דא וואס עס איז פדות שלח לעמו, צווישן איין יוד און א צווייטע יוד, וואס דארף האבן א פדות, דאס איז אויך א גרינגערע פדות. אבער והרבה 'עמו' פדות, א פדות וואס מען דארף האבן מיט זיך אליין, דאס איז שוין והרבה, דארט דארף מען האבן אסאך א שטערקערן פדות. דאס איז די דריי פדות וואס איז דא.

*

וועגן דעם שטייט די מצוה פון שמחה, דריי מאל. ריבה בה הכתוב שמחה יתירה, ווייל די שמחה פון סוכה איז, אז אפילו עס איז געווען אן עונש פון גלות, ווערט מען פטור פון די גלות, ווען מען גייט ארויס אין די סוכה. און מען האט דאך פריער גערעדט, אז עס איז דא דריי גלות'ער, גלות ביי א גוי, גלות ביי א יוד, און גלות ביי זיך אליין. האט די תורה געשריבן דריי מאל שמחה ביי סוכות. צו ווייזן, אז די יום טוב פון סוכות, וואס איז ריבה בה הכתוב שמחה יתירה, מען איז מקיים די מצוה ווי עס דארף זיין, מען עסט און מען שלאפט אין די סוכה, דאס נעמט אוועק די גזירה פון גלות, און עס ווערט זמן שמחתנו.

*

און מען דארף נישט איבערלאזן די געלעגנהייט. יום טוב דארף מען זיין פרייליך. יעדע רגע וואס א מענטש איז פרייליך אין די טעג, האט ער אן עקסטערע מצוה וואס ער איז מקיים, א מצוה פון שמחת יום טוב. און ווי מען האט פריער גערעדט, דאס ברענגט שמחה אויף א גאנץ יאר אויך. אין הייליגע ספרים שטייט, עס ווערט אנגערופן זמן שמחתנו. זמן איז פון לשון זימון, זימן שחורים ומצא לבנים (ביצה ז.). עס איז 'זמן' שמחתנו, עס איז א צייט וואס מען גרייט זיך אן, מען איז מזמין שמחה אויף א גאנץ יאר. און עס איז כדאי אוועקצוגעבן צייט אויף שמחה אין די טעג פון סוכות, ווייל מיט דעם ברענגט מען שמחה אויף א גאנץ יאר שפעטער. דאס איז די ריבה בה הכתוב שמחה יתירה, מען דארף אוועקלייגן יעדע עגמת נפש. יעדע שטוב האט דאך זיין פעקל וכדומה, נישט טראכטן, נישט רעדן אין שטוב, פון קיין שום זאך וואס איז גורם עגמת נפש. אויסנוצן די טעג זיך צו פרייען מיטן אייבערשטען, זיך פרייען מיט מצוות היום, זיך פרייען מיט די תורה. און דאס ברענגט צו, אז עס זאל זיין שמחה א גאנץ יאר אויך. דער אייבערשטער זאל געבן, אז די שמחה זאל נמשך ווערן אויף א גאנץ יאר שפעטער, עס זאל זיין והיית אך שמח, יעדער יוד קען נוצן די שמחה א גאנץ יאר. דער באשעפער זאל צונעמען יעדע עגמת נפש וואס איז אנגעשריבן געווארן וואס מען דארף אדורך גיין, און מען זאל אפקומען מיט דעם עגמת נפש וואס מען גייט ארויס פון די שטוב, און מען דארף זיצן אין די סוכה, זאל מען אפקומען וואס מען דארף אדורך גיין.

אין די סוכה לייגט מען נוי סוכה. אפילו מען דארף גיין אין גלות, זאל אבער זיין א שיינע סוכה, עס זאל זיין שיין. מען זאגט נישט, דו ביסט אין גלות, זאל עס זיין א גלות בתוך גלות. ניין, גלות דארף זיין א גלות. אבער דער אייבערשטער זאל העלפן אז יעדן גלות וואס א יוד דארף אדורך גיין, זאל זיין מיט נוי סוכה, עס זאל זיין ארומגענומען מיט שיינקייט, מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטען מתוך שמחה ובטוב לבב, און מען זאל זיך קענען שטענדיג פרייען איינער מיטן צווייטן. מען ווארט דאך אויף די גרויסע שמחה בביאת בן דוד, וואס דעמאלטס וועט דאך זיין תחיית המתים, יקיצו וירננו כל שוכני עפר, אלעס וועט זיך דאך טוישן, עס וועט זיין א שמחה אין אלע ענינים וואס דער מענטש דארף האבן. זאל דער באשעפער געבן, אז מען זאל זוכה זיין צו די גרויסע שמחה, בביאת בן דוד, במהרה בימינו אמן.

More in this printout

View the whole printout