Skip to content
הליכות ושיחות קודש וויען - אידיש

בשמחת בית השואבה בהסוכה שעל יד בית מדרשנו בוויליאמסבורג

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

בשמחת בית השואבה בהסוכה שעל יד בית מדרשנו בוויליאמסבורג

יום ה' - ליל ב' דחוה"מ סוכות תשפ"ו לפ"ק

דער יום טוב פון סוכות באשטייט פון צוויי מצוות, ישיבת סוכה, און די מצוה פון ארבעה מינים. ולְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן פְּרִי עֵץ הָדָר (ויקרא כג-לט), מען דארף שאקלען לולב מיט די איבריגע מינים. די מצוה פון סוכה איז מן התורה אלע זיבן טאג, אבער די מצוה פון לולב איז מן התורה נאר אין בית המקדש געווען זיבן טאג, אבער אין חוץ לארץ, אויסערן בית המקדש איז די מצוה נאר איין טאג. און מדרבנן, אלץ זכר למקדש, שאקלט מען אלע זיבן טעג (סוכה מא.). די מצוה פון נטילת לולב איז, מִדְּאַגְבִּיהּ נָפַק בֵּיהּ (סוכה מב.), אז מען האט אויפגעהויבן דעם לולב איין מינוט, האט מען יוצא געווען. די חכמים זענען געקומען און זיי האבן צוגעגעבן אז מען זאל מאכן נענועים מיט די לולב. מען מאכט נענועים בשעת נטילה, בשעת מען מאכט די ברכה, און שפעטער ביי הלל, מאכט מען אויך נענועים ביי די פלעצער וואו עס איז איינגעטיילט.

און די גמרא שטעלט זיך, וואס איז דער ענין פון די נענועים וואס מען מאכט. די גמרא (סוכה לז:) ברענגט צו א משנה (מנחות סא.), אז אין בית המקדש איז אויך געווען תנופה. יעדן שבועות איז געווען שני כבשי עצרת, צוויי כבשים פאר די קרבנות פונעם יום טוב, און שתי הלחם, צוויי ברויט פון חמץ, און מען האט געדארפט מאכן תנופה, מען האט עס געדארפט אויפהייבן. כֵּיצַד הוּא עוֹשֶׁה, ווי אזוי האט מען עס אויפגעהויבן. ער האט גענומען די שתי הלחם, און ארויפגעלייגט אויף די שני כבשים, עס איז געווען ביידע צוזאמען, וּמַנִּיחַ יָדוֹ תַּחְתֶּיהָן, און ער האט אונטערגעלייגט די האנט, וּמֵנִיף, און ער האט עס אויפגעהויבן. און עס איז נישט גענוג אז ער האט עס אויפגעהויבן, אגבהיה, נאר וּמוֹלִיךְ וּמֵבִיא, מַעֲלֶה וּמוֹרִיד. מוֹלִיךְ, ער האט עס געפירט צו אלע פיר זייטן, און ער האט עס צוריקגעברענגט. מַעֲלֶה וּמוֹרִיד, אויבן און אונטן, שנאמר (שמות כט-כז) אֲשֶׁר הוּנַף וַאֲשֶׁר הוּרָם. אזוי ווי דארט איז דא אן ענין פון נענועים, איז ביי לולב אויך די זעלבע.

אָמַר רַבִּי יוֹחָנָן, וואס איז דער ענין פון די נענועים. וואס איז דער מוֹלִיךְ וּמֵבִיא מַעֲלֶה וּמוֹרִיד. מוֹלִיךְ וּמֵבִיא לְמִי שֶׁהָאַרְבַּע רוּחוֹת שֶׁלּוֹ, מַעֲלֶה וּמוֹרִיד לְמִי שֶׁהַשָּׁמַיִם וְהָאָרֶץ שֶׁלּוֹ. טייטשט רש"י, ווען ער הייבט עס אויף, ווען ער מאכט די נענועים, דארף ער אינזין האבן, מצוה זו אנו עושים לשמו, איך טוה די מצוה פארן אייבערשטען. דער אייבערשטער איז דער בעל הבית אויף די וועלט, די פיר רוחות זענען זיינס, שמים וארץ איז זיינס, איך בין מקיים די מצוה פון לולב לשמו, איך טוה עס לשם ה', פארן אייבערשטען. ווי אזוי צייג איך אן, אז איך טוה עס פארן אייבערשטען, די ארבע רוחות און שמים וארץ, דאס איז דער אייבערשטער, פאר אים מאך איך עס.

בְּמַעֲרָבָא מַתְנוּ הָכִי, מוֹלִיךְ וּמֵבִיא כְּדֵי לַעֲצוֹר רוּחוֹת רָעוֹת. עס איז דא שלעכטע ווינטן וואס מאכן קאליע פאר די וועלט, און די רוחות קומען דאך פון די פיר זייטן, מאכט מען מוֹלִיךְ וּמֵבִיא, כדי צוריקצוהאלטן אז איבערן יאר זאל נישט קומען קיין רוחות רעות. מַעֲלֶה וּמוֹרִיד כְּדֵי לַעֲצוֹר טְלָלִים רָעִים. פון הימל קומען אראפ טל און גשם, הייבט מען עס אויף אויבן און אונטן, כדי צוריקצוהאלטן די טללים רעדים. - דאס איז טייטש, אז עס איז דא צוויי כוונות אין די נענועים. איין כוונה איז, איך מאך עס לשם שמים, למי שהארבע רוחות שלו. און די אנדערע כוונה איז, אז מען טוט עס כדי לעצור רוחות רעות וטללים רעים.

אָמַר רַבִּי יוֹסִי, זֹאת אוֹמֶרֶת, שֶׁיִּירֵי מִצְוָה מְעַכְּבִין אֶת הַפּוּרְעָנוּת. ווען א מענטש טוט א מצוה, און ער טוט די מצוה בשלימות. און אפילו שירי מצוה, זאכן וואס וואלט נישט מעכב געווען די מצוה, פון דעסטוועגן דאך טוט ער עס אויך, האט עס א כח, אז עס איז מעכב את הפורעניות, עס האלט צוריק פורעניות. די חשיבות פון א מצוה איז אזוי גרויס, אז נישט נאר די מצוה אליין האט א כח וואס עס טוט אויף, נאר אפילו די זייטיגע זאכן פון די מצוה, וואס איז שיריים, וואס אפילו מען וואלט עס נישט געטון, וואלט מען אויך יוצא געווען די מצוה, האט עס אויך א כח אז עס איז מעכב פורעניות. שֶׁהֲרֵי תְּנוּפָה שִׁירֵי מִצְוָה הִיא, תְּנוּפָה ביי א קרבן, און ביי לולב, איז שִׁירֵי מִצְוָה, וְעוֹצֶרֶת רוּחוֹת וּטְלָלִים רָעִים. אָמַר רָבָא, וְכֵן בְּלוּלָב. אזוי ווי ביי תנופה, דאס זעלבע איז ביי לולב אויך. טייטשט רש"י, וכן בלולב, מוליך ומביא מעלה ומוריד. אזוי ווי מען האט געטון ביי די תנופה, דארף מען דא אויך טון.

זאגט די גמרא ווייטער, רַב אַחָא בַּר יַעֲקֹב מַמְטֵי לֵיהּ וּמַיְיתֵי לֵיהּ, ער האט געמאכט נענועים מיטן לולב, אָמַר, דִּין גִּירָא בְּעֵינֵיהּ דְּסָטָנָא, דאס איז א פייל אין די אויגן פונעם שטן. רש"י טייטשט, אז דער שטן זעהט אז ער האט נישט קיין כח אונז אוועקצונעמען פון די מצוות פונעם אייבערשטען, אונז זעמיר מקיים די מצוות, נישט נאר די מצוה אליין, נאר די שירי מצוה זעמיר אונז אויך מקיים. דאס שטערט פארן שטן, עס איז אזוי ווי מען וואלט אים אריינגעשאסן א חץ אין זיינע אויגן. זאגט די גמרא, וְלָאו מִלְּתָא הִיא, מען זאל נישט אזוי זאגן, דָּאֲתֵי לְאִיגְרוּיֵי בֵּיהּ, מען הייבט נישט אן זיך צו טשעפען מיטן שטן, ער קען זיך פארלייגן.

און עס איז א גרויסע פלא די גאנצע ענין פון די נענועים. וואס איז די טייטש, מען נעמט די מצוה, און מען מאכט דערמיט נענועים, צו ווייזן אז אונז טוה מיר עס פארן אייבערשטען, וואס ארבע רוחות שלו, און אזוי ווייטער. מילא תנופה וואס איז געווען אין בית המקדש, די כבשי עצרת צוזאמען מיט די שתי הלחם, האט מען געמאכט תנופה, ווייל די שתי הלחם האט מען נישט מקריב געווען אויפן מזבח, ווייל די שתי הלחם איז געווען חמץ, און כָּל שְׂאוֹר וְכָל דְּבַשׁ לֹא תַקְטִירוּ מִמֶּנּוּ אִשֶּׁה לַה' (ויקרא ב-יא), האט מען עס נישט געקענט מקריב זיין. יעדער קרבן, ווי אזוי געב איך עס איבער פארן אייבערשטען? ווען איך לייג עס ארויף אויפן מזבח, האב איך געברענגט אשה ריח ניחוח לה'. אבער א קרבן וואס קומט נישט אויפן מזבח, די שתי הלחם, וואס די כהנים האבן אויפגעגעסן, האט מען געמאכט תנופה, צו ווייזן, אז מען גיט עס איבער כביכול פארן אייבערשטען.

אבער וואס איז דער ענין צו נעמען ד' מינים, א מצוה וואס מען איז מחויב צו געבן א שאקל, און דריי עס צו אלע זייטן, כדי צו ווייזן אז דו טוסט עס פארן אייבערשטען? וואס עפעס פונקט מצות לולב, איין מצוה פון אלע תרי"ג מצוות וואס מען מאכט נענועים. פארוואס נעמט מען נישט די מצה, פאר ער גייט עסן מצה, זאל ער מאכן נענועים מיט די מצה, כדי צו ווייזן אז מען טוט עס פארן אייבערשטען וואס ארבע רוחות שלו. און די זכות פון מצה זאל אויך העלפן, עס זאל מעכב זיין רוחות רעות וטללים רעים. און ער דארף נישט ווארטן ביז פסח, ער קען נעמען זיינע תפילין יעדע צופרי, און מאכן דערמיט די נענועים. ער איז מקיים די מצוה לשם שמים, ער טוט עס פארן אייבערשטען. עס איז נישט דא נאך א מצוה אין די תורה, וואס די חכמים האבן מתקן געווען אז מען זאל מאכן נענועים נאר ביי מצות לולב. איך האב נישט געזען שטיין אין די מפרשים אויפן פלאץ א הסבר דערויף, פארוואס פונקט דא איז דא א ענין פון נענועים.

פונעם אר"י הק' שטייט גרויסע סודות וואס איז דא אין די נענועים. אונז מאך מיר די נענועים, מען שאקלט דעם לולב אויף זעקס זייטן, יעדע מאל איז דא דריי הולכות והובאות. קומט אויס, אז עס איז דא אכצן נענועים יעדע מאל וואס מען שאקלט. דריי מאל מוליך ומביא, און אויף די זעקס זייטן, דריי מאל זעקס, איז אכצן. ביי הלל שאקלט מען פיר מאל, ביי הודו, ביי אנא ה' הושיעה נא צוויי מאל, נאכדעם נאכאמאל ביי הודו. דאס איז פיר מאל אכצען, דאס איז צוויי און זיבעציג נענודים וואס מען מאכט מיט די לולב. צוויי און זיבעציג איז דער מנין פון חס"ד. זאגט דער אר"י הק', אז דאס איז מעורר חסד אויף די וואס דארפן האבן חסד. עס שטימט מיט די גמרא, אז עס איז לעצור רוחות רעות און טללים רעים. - אבער לויט דעם, קען מען ביי יעדע מצוה מאכן אזויפיל נענועים. און מען געפונט נישט אין ערגעץ, אז עס זאל זיין א ענין אז מען זאל עס טון.

עס קען אפשר זיין א געדאנק, פארוואס פונקט דא ביי לולב איז דא אן ענין פון נענועים. מען האט גערעדט נעכטן ביי שמחת בית השואבה (בעיר מאנסי), אז סוכות איז ראשון לחשבון עונות (תנחומא אמור כב). יום כיפור האט מען מוחל געווען אלע עונות, ווען עס גייט אדורך יום כיפור, וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן (ויקרא כג-מ), הייבט זיך אן יעצט א פרישע חשבון אויף די עונות. מען האט דאך אלעס מוחל געווען ביז יעצט, מען עפענט יעצט א נייע בוך, א נייע פנקס פאר די עונות. און די מפרשים שטעלן זיך, מִמָּחֳרַת יוֹם כִּפּוּר וואלט געדארפט זיין ראשון לחשבון עונות, פארוואס רופט מען אן סוכות ראשון לחשבון עונות.

די ביאור דערפון איז, דער ילקוט (אמור תרנג) פרעגט, פארוואס מאכט מען סוכות אין חודש השביעי, אין חודש תשרי? סוכות איז דאך א זכר אויף כִּי בַּסֻּכּוֹת הוֹשַׁבְתִּי אֶת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל בְּהוֹצִיאִי אוֹתָם מֵאֶרֶץ מִצְרַיִם, וואס דאס איז דאך געווען אין חודש ניסן. וואלט מען געדארפט זיצן אין די סוכה אין חודש ניסן. פארוואס האט מען עס אפגעשטופט, און מען מאכט עס בחודש השביעי? דער טור (סימן תרכה) פרעגט אויך די קשיא, און דער טור זאגט, מען זיצט נישט אנהייב זומער, נאר ווען עס ווערט שוין קאלט אינדרויסן, עס איז א זמן פון גשמים, פון דעסטוועגן דאך גייט מען זיצן אין די סוכה, כדי עס זאל זיין ניכר אז מען זיצט אין די סוכה לשם מצוה.

דער ילקוט זאגט א צווייטן תירוץ, ווייל אזוי ווי מען האלט נאך ראש השנה און יום כיפור, ווען מען האט אנגעשריבן אויף אונז אלעס וואס גייט זיין די קומענדיגע יאר. מען האלט שוין נאך א כתיבה, און נאך א חתימה, און מען ווייסט נישט וואס מען האט אונז אנגעשריבן אויף די קומענדיגע יאר. קען זיין אז מען איז מחויב געווארן גלות, דאס איז דער עונש וואס מען דארף אדורכגיין. האט דער אייבערשטער געגעבן די מצוה פון סוכה, אז מען זאל איבערלאזן די שטוב, און ארויסגיין אין די סוכה, דאס איז א בחינה פון גלות, ער לאזט איבער זיין שטוב, און ער גייט ארויס אין די סוכה. און דער אייבערשטער איז דאס מחשיב, כְּאִלּוּ עָלָה עֲלֵיהֶם כְּאִלּוּ גָּלָה לְבָבֶל, כאילו ער וואלט געגאנגען אין גלות צו בבל. קומט אויס, אז מיט דעם האט מען אוועקגענומען דעם גזר, אויב מען וואלט געדארפט גיין אין גלות.

די ביאור דערפון איז. עס שטייט אין די גמרא (יומא פו.), יום כיפור איז נישט מוחל אלע עונות. ווען א מענטש טוט תשובה, איז עס מכפר אויף א מצות עשה, אבער א לא תעשה איז נאך תולה. כדי א לא תעשה זאל ווערן מכופר, מוז אנקומען יום כיפור. יום כיפור איז מכפר אויף אלע עשה'ס און אלע לא תעשה'ס. כריתות ומיתות בית דין איז יום כיפור אויך נישט מכפר, עס איז נאך תולה, עס מוז נאך זיין יסורים וואס זאלן ממרק זיין דעם חטא. קומט אויס, אז מען האלט נאך יום כיפור, מען האט נאר מוחל געווען די עשה'ס מיט די לא תעשה'ס. ווען א מענטש איז ל"ע נכשל געווארן אין כריתות ומיתות בית דין, האט ער נאך א פעקל אויף זיך, ער דארף אדורכגיין יסורים, איז דאך מעגליך אז ער דארף האבן גלות. האט מען נאך יום כיפור געגעבן סוכות, ווען מען גייט ארויס אין די סוכה, האט מען אויך יוצא געווען די חיוב פון גלות, איז ממילא האט מען אוועקגענומען דעם דין פון גלות. אזוי שטייט אין מדרש.

קומט דאך אויס, אז ווען מען גייט אריין אין די סוכה, דעמאלטס ווערט הערשט אפגעווישט אלע עבירות פונעם פארגאנגענעם יאר. ווייל ביז סוכות, אפילו עס איז אדורך יום כיפור, איז דאך נאך געבליבן כריתות ומיתות בית דין וואס מען האט נאכנישט מסדר געווען, אפשר איז נאך דא א חיוב פון גלות דערויף. אבער אז מען גייט אריין אין די סוכה, און סוכה נעמט אוועק דעם גלות, איז ממילא דעמאלטס ראשון לחשבון עונות, עס הייבט זיך אן א נייע חשבון פון די עונות.

אין די גמרא (סנהדרין לז:) איז דא א מחלוקת, וויפיל גלות נעמט אוועק פון די יסורים וואס א מענטש איז מחויב צו האבן. איינער וואס איז מחויב יסורים, און ער גייט נאכדעם אין גלות, וויפיל כח האט דער גלות אראפצונעמען פון די יסורים. עס איז דא אפאר דעות אין די גמרא. איין דעה איז, גלות מכפרת הכל. אז מען איז געגאנגען אין גלות, איז אפגעווישט געווארן אלע פעקלעך פון יסורים וואס מען דארף האבן. א צווייטע דעה איז דא, אז גלות איז מכפרת מחצה. די האלבע עונש וואס דו האסט געדארפט האבן, איז אפגעווישט געווארן מיט דעם וואס מען איז געגאנגען אין גלות. עס זענען דא נאך דעות אין די גמרא, אבער על כל פנים אונז וועל מיר זיך באציען צו די צוויי דעות, אז גלות איז מכפר אלעס, און איין דעה איז דא, אז גלות האט מכפר געווען די העלפט.

דער וואס זאגט אז גלות איז מכפר די העלפט, ברענגט א ראיה פון קין. קין, איז געווען דער ערשטער וואס האט גע'הרג'ט זיין ברודער הבל, און דער אייבערשטער האט אים געזאגט, דיין שטראף וועט זיין, נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ (בראשית ד-יב), דו וועסט זיין נע ונד בארץ. און נאכדעם שטייט אין פסוק, וַיֵּשֶׁב בְּאֶרֶץ נוֹד, קין האט זיך באזעצט אין ארץ נוד.

עס איז נישט קלאר, וואס מיינט נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ. וואס איז די דאפלטע לשון, 'נע' און 'נד' זאלסטו זיין בארץ. עס איז דא צוויי פשטים דערין. איין פשט איז, 'נד' איז די טייטש, א מענטש וואוינט אויף א פלאץ, און ער הייבט זיך אויף פון זיין פלאץ און ער גייט אוועק ערגעץ אנדערש, האט ער נודד געווען ממקומו, ער איז אוועקגעגאנגען פון זיין פלאץ, און ער קען זיך דארט באזעצן. ער גייט אוועק פון דא אויף ארץ ישראל, אדער ער קומט פון ארץ ישראל אויף אמעריקא, ער האט נודד געווען, און ער טוט זיך מסדר זיין וואו ער איז. נע איז די טייטש, אז ער געפונט זיך נישט אויף איין פלאץ א לענגערע צייט, ער גייט אייביג ארום פון איין מקום צום אנדערן מקום. מען זאגט אויף צדיקים אז זיי זענען געגאנגען גלות ליידן. וואו מען איז געשלאפן איין נאכט, איז מען נישט געשלאפן די צווייטע נאכט. ער איז נישט נאר 'נד', ער האט איבערגעלאזט די שטוב און ער איז ארויסגעגאנגען דערפון. ער האט דארט אויך נישט קיין מנוחה, ער גייט פון איין מקום אויפן אנדערן מקום. וואו ער איז געווען נעכטן איז ער נישט היינט, נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ, דו זאלסט זיין ביידע.

קין האט דאך געהאט אויף זיך צוויי קללות, נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ, און וַיֵּשֶׁב בְּאֶרֶץ נוֹד, ער איז אוועקגעגאנגען פון זיין שטוב, און ער האט זיך באזעצט אויף נוד, און מען רעדט נישט מער פון דעם 'נע'. זאגט די גמרא, ווייל גלות איז מכפרת מחצה. קומט אויס אז די צווייטע קללה פון 'נע' וואס ער האט געהאט, איז אפגעווישט געווארן דורכן נוד. דורכדעם וואס ער איז געגאנגען אין גלות, איז גלות מכפרת מחצה.

דער מהרש"א ברענגט צו א מדרש תנחומא (בראשית ט), אז נע איז א צווייטער עונש. וואו ער איז געגאנגען, האט די ערד אנגעהויבן צו ציטערן, און אלע בהמות און חיות וואס זענען געשטאנען ארום אים האבן אנגעהויבן צו ציטערן. און זיי האבן געפרעגט וואס גייט דא פאר, פארוואס ציטערט מען? האט מען געזאגט, ווייל דא דרייט זיך ארום א קין וואס האט גע'הרג'ט א מענטש. האבן די חיות געוואלט צוגיין, און מען האט אים געוואלט הרג'נען. און דער אייבערשטער האט אים אפגעהיטן. אויף דעם האט ער געזאגט שפעטער פארן אייבערשטען, וְהָיָה כָל מֹצְאִי יַהַרְגֵנִי (בראשית ד-יד). קומט אויס, אז 'נע' איז די טייטש, אז וואו ער גייט, האט געציטערט די ערד, און 'נד' איז א צווייטע קללה, אז ער וועט דארפן גיין אין גלות.

און אויף דעם זאגט די גמרא, שירי מצוה זענען מעכב את הפורעניות. דו וועסט פרעגן, וואס איז דער ענין פון די נענועים וואס מען דארף מאכן מיט די ד' מינים סוכות. דאס איז שירי מצוה, דאס איז שיירים פון די מצוה. עס איז נישט די עיקר מצוה, עס איז שירי מצוה. און די שירי מצוה, די נענועים וואס דו מאכסט, דאס איז מעכב את הפורעניות. עס איז מעכב די פורעניות פון גלות וואס א מענטש דארף אמאל אדורך גיין, טוט עס צוריקהאלטן.

על כל פנים, קין האט גע'הרג'ט א מענטש, און ער איז געווען מחויב מיתה בידי שמים, עס איז נאכנישט געווען מיתה בידי אדם, נאר מיתה בידי שמים. תשובה איז נישט מכפר דערויף, יום כיפור איז נישט מכפר אויף כריתות ומיתות בית דין, עס מוז זיין יסורים ממרקין, און די יסורים ממרקין איז געווען נע ונד תהיה בארץ. און עס האט נישט מכפר געווען אינגאנצן, גלות אליין איז נאר מכפר מחצה, עס איז נאר מכפר האלב. האט ער געמוזט גיין קיין נוד, אבער ער איז פטור געווארן פון דעם נע, וואס איז געווען די צווייטע קללה.

עס איז ניתן להאמור, אזוי ווי נאך יום כיפור מאכט מען א זכר כדי מכפר צו זיין, טאמער מען איז מחויב יסורים, זאל מען עס אפקומען דורך גלות, גלות איז דאך מכפרת. מאכט מען צוויי זאכן, איינס, מען גייט אריין אין די סוכה, וואס דאס איז 'נוד', ער האט איבערגעלאזט די שטוב, און אריינגעגאנגען אין די סוכה. וואס טוט מען, אויב עס איז דא נאך א גזירה פון 'נע'. פאר 'נע' מאכט מען די נענועים. מען נעמט די ד' מינים, מען איז עס מנענע, עס רוהט נישט אויף איין פלאץ, ער איז מוליך ומביא, ארויף און אראפ. אז טאמער עס איז אים באשערט איבערן יאר אז ער דארף זיין נישט נאר נוד, ער דארף זיין נע ונד, זאל קומען די מצוה פון סוכה, און עס זאל ביישטיין אז מען זאל עס נישט דארפן אדורכגיין. מיטן ארויסגיין אין די סוכה, קומט מען אפ די גזירה פון 'נוד', און מיט די 'נענועים', וואס איז פון לשון 'נע', דאס איז מעכב די פורעניות פון נע ונד.

און אונז מאך מיר עס מיט די ד' מינים. ווייל עס שטייט אין מדרש (ויק"ר ל-יד), אז די ד' מינים איז א רמז אויף די פיר עיקר אברים פון א מענטש. די לולב איז די שדרה, די הדס איז די אויג, די ערבה דאס איז די שפתים, און די אתרוג איז די הארץ. טאמער פאר א מענטש איז געווען באשערט אז ער דארף גיין אויף ארבע רוחות העולם, און ער דארף זיין נדח בקצה השמים, נעמט מען דעם מענטש, מען נעמט די ד' מינים, און מען טוט אים מנענע זיין אויף אלע זייטן, אז מיט דעם וועט ער אפקומען, אויב ער האט אויף זיך א גזירה פון נע ונד תהיה בארץ, מען האט אויף זיך א גזירה פון גלות, קען ער אפקומען דעם גלות.

קומט אויס ביי אלע אנדערע מצוות איז נישט דא קיין ענין אז מען זאל מאכן דערמיט נענועים, ער איז מקיים די מצוה וואס דער אייבערשטער האט געהייסן. דא האבן די חכמים מתקן געווען מען זאל מאכן נענועים, אזוי ווי מען האלט דאך נאך די הייליגע טעג, און מען דארף האבן א פדות, ארויסצוגיין פון די גזירה אז עס איז נגזר געווארן נע ונד תהיה בארץ. און מען האט מתקן געווען וועגן דעם סוכות, כדי עס זאל זיין א בחינה פון גלות, האבן די חכמים צוגעגעבן דערצו, אז מען זאל אויך מאכן נענועים, וואס נענועים טוט אויך ארויסנעמען פון דעם גזר דין וואס איז געווען.

און דִּין גִּירָא בְּעֵינֵיהּ דְּסָטָנָא. דער שטן האט זיך געפלאגט אין די הייליגע טעג, און מען האט געברענגט אלע עבירות פון יודען, מען זאל זיי מעניש זיין. און עס איז אמאל ארויסגעקומען אן עונש, וואס מען האט אין הימל נישט מוחל געווען אויף די עבירה וואס מען האט געטון. יום כיפור איז נישט ממרק אלעס, מען דארף אדורך גיין אנדערע זאכן אויך. און דער שטן האט אויסגע'פועל'ט אז פאר דעם מענטש דארף קומען יסורים. עס קומט אבער סוכות, און ער מאכט די נענועים מיטן לולב, מיט דעם ווערט ער פטור, אפילו עס איז געווען אויף אים א גזירה פון נע ונד תהיה בארץ. דִּין גִּירָא, מיט דעם האט ער אריינגעשאסן בְּעֵינֵיהּ דְּסָטָנָא. דער שטן האט זיך שוין געפרייט אז ער האט ארויסגעברענגט א גזר דין אויפן מענטש פון גלות, דִּין גִּירָא בְּעֵינֵיהּ דְּסָטָנָא, מיט דעם האט ער מבטל געווען דעם גלות וואס ער האט געדארפט אדורכצוגיין.

קומט אויס אז סוכה מיט לולב, איז פארבינדן איינס מיט דאס אנדערע. סוכה איז גלות וואס מען גייט אוועק פון די שטוב, דאס איז נוד. נאכדעם איז דא דעם 'נע' ונד תהיה בארץ, אז א מענטש וועט זיין אמאל צוווארפן מיט פיזור הנפש, ער האט נישט קיין מנוחת הנפש, ער האט נישט קיין רואיגקייט, ער גייט דא און ער דארף גיין דארט, ער דארף מסדר זיין, אין דעם ווינקל און יענעם ווינקל. אויף דעם קומט די נענועים, און עס איז דאס מסדר. טאמער איז מען אנגעוויזן אויף ארבע רוחות העולם, זאל ער פטור ווערן פון די גזירה, דורך די נענועים וואס מען האט געמאכט.

מען זעהט ביי די מצוה פון ד' מינים, אז יודען געבן אויס ימים מיט געלט. א פרי וואס קאסט נישט מער ווי א פאר צענט, און יעדער איינער גיט אויס אסאך געלט, מען צאלט טייערע פרייזן פאר די ארבעה מינים. און בעצם מן התורה מוז עס נישט קאסטן קיין געלט, מען מוז נישט קויפן קיין ד' מינים. איינער קען קויפן ד' מינים, און די גאנצע וועלט קען יוצא זיין מיט דעם. מען נעמט עס איבער, בִּמְתָּנָה עַל מְנָת לְהַחֲזִיר. מצה דארף קאסטן געלט, ווייל דו קענסט נישט עסן יענעמס מצה. אבער אתרוג און לולב דארף נישט קאסטן קיין געלט, מען קען יוצא זיין מיט יענעמס. קומט אויס אז איך האב א מצוה וואס איך קען יוצא זיין אן א פרוטה. איך גיי צום חבר און איך בעהט אים, געב מיר די ד' מינים. און פון דעסטוועגן דאך, זאגט די משנה (סוכה מא:), אז רַבָּן גַּמְלִיאֵל הָיָה מְשַׁלֵּם אֶלֶף זוּז, לְהוֹדִיעֲךָ כַּמָּה מִצְוֹת חֲבִיבִין עָלָיו.

די זעלבע איז מצות סוכה. א סוכה קאסט נישט קיין געלט, מען קען יוצא זיין בְּסֻכַּת חֲבֵירוֹ (סוכה כז:). ווען ער וויל עסן, גייט ער אריין צום שכן, און ער זעצט זיך אראפ, און ער איז דארט יוצא מצות סוכה. כָּל יִשְׂרָאֵל רְאוּיִין לֵישֵׁב בְּסֻכָּה אַחַת, איין סוכה איז גענוג פאר גאנץ כלל ישראל. קומט אויס אז די עצם מצוה פון סוכה קאסט נישט קיין געלט, מען קען מקיים זיין מצות סוכה אן א פרוטה, און מען קען אויך מקיים זיין די מצוה פון ד' מינים אן א פרוטה. און פון דעסטוועגן דאך זעהט מען אז מען גיט אויס דערויף אסאך געלט. עס איז איינע פון די טייערסטע ימים טובים ביי א יוד. עס קאסט אים די סוכה, עס קאסט אים די אתרוג מיטן לולב. ער וואלט געווען פטור, און ער גיט אויס פאר הידור מצוה. פארוואס האט מען זיך אנגעטשעפעט מער אויף די מצוה. אז יודען טוען אזוי, מוז דאך זיין, אז עס ליגט עפעס דערין, אז מען גיט אוועק א הון רב פאר די מצוה.

עס איז דא א גמרא (ברכות כ:), אז די מלאכים האבן געפרעגט דעם אייבערשטען, דו שרייבסט אין די תורה (דברים י-יז) אֲשֶׁר לֹא יִשָּׂא פָּנִים וְלֹא יִקַּח שֹׁחַד. דער באשעפער איז נישט נושא פנים, ער פירט א משפט אן נשיאת פנים. און ווען מען דוכענט, זאגן די כהנים, יִשָּׂא ה' פָּנָיו אֵלֶיךָ (במדבר ו-כו), דער אייבערשטער זאל דיר נושא פנים זיין. דער באשעפער איז דאך נישט נושא פנים. זאגט די גמרא, אז דער אייבערשטער האט געענטפערט, וְכִי לֹא אֶשָּׂא פָּנִים לְיִשְׂרָאֵל, ווי אזוי קען איך זיי נישט נושא פנים זיין, אז איך האב געשריבן (דברים ח-י) וְאָכַלְתָּ וְשָׂבַעְתָּ וּבֵרַכְתָּ, מען איז נישט מחויב צו בענטשן נאר ווען מען האט געגעסן כדי שביעה, וְהֵם מְדַקְדְּקִין עַל עַצְמָם עַד כַּזַּיִת וְעַד כַּבֵּיצָה.

זעהט מען פון די גמרא, אז ווען א יוד איז מדקדק צו טון א מצוה מער פון וויפיל ער איז מצווה צו טון, האט ער א זכות אז דער אייבערשטער זאל אים נושא פנים זיין. דאס איז עברי מיט טייטש אין די גמרא. דער באשעפער איז נושא פנים, און איך האב געפרעגט א קשיא, דער באשעפער איז דאך נישט נושא פנים. האט ער געענטפערט, ער איז יא נושא פנים. ווען? ווען א מענטש איז מדקדק עד כזית ועד כביצה. דאס איז טייטש, דו טוסט א מצוה מן המובחר, איך האב דיר נישט געהייסן בענטשן נאר ווען דו האסט געגעסן כדי שביעה, און דו ביסט מוסיף צו בענטשן אפילו פאר דעם, קומט זיך אז דער אייבערשטער זאל דיר נושא פנים זיין.

עס איז א מוסר השכל, ווען א מענטש גיט אויס געלט פאר א מצוה, ער וואלט געקענט מקיים זיין די מצוה פאר ביליגער, אבער פאר הידור מצוה, עס זאל זיין א שענערע מצוה, איז ער מוסיף מער געלט פון וויפיל ער וואלט געווען מחויב צו טון פאר די מצוה, איז דא א עקסטערע שכר דערויף, אז דער אייבערשטער איז אים נושא פנים, אז אפילו ווען עס קומט זיך אים נישט, פון דעסטוועגן דאך וועט דער אייבערשטער נושא פנים זיין פאר אים. דאס איז א מפורש'דיגע גמרא, וואס מען קען זיך נישט דינגען דערויף, אז דער באשעפער איז פאר דעם נושא פנים.

מען האלט נאך די הייליגע טעג, מען ווייסט דאך נישט ווי אזוי דער משפט איז געווען ראש השנה און יום כיפור. עס איז דאך נאך דא הושענא רבה, עס איז נאך דא איין געלעגנהייט וואס דעמאלטס איז די חתימה אינגאנצן. אפשר זענען מיר נישט געווען ראוי פאר א גוט יאר, און מען דארף האבן נשיאת פנים פונעם אייבערשטען, דער באשעפער זאל פארקוקן. וואס יִשָּׂא ה' פָּנָיו מיינט, אז אפילו ער איז אומגערעכט, פון דעסטוועגן דאך בין איך אים נושא פנים. אונז דארף מיר האבן נשיאת פנים פונעם אייבערשטען. וועגן דעם געבן יודען אויס אזויפיל געלט אויף די מצוה פון ד' מינים, וואס דאס איז דאך צווישן יום הקדוש און הושענא רבה, אז אפילו אונז זעמיר ארויסגעגאנגען אין א משפט, וואס עס איז נישט אזוי ווי אונז וואלט מיר געוואלט, אבער דורך דעם וואס אונז געב מיר אויס געלט פאר מצוות ה', מער פון וויפיל אונז זעמיר מחויב, האבן מיר א רעכט צו פארלאנגען אז דער אייבערשטער זאל אונז נושא פנים זיין.

און דאס איז די סיבה פארוואס אויף די מצוה פון סוכה, מיט ד' מינים, געבן יודען אויס געלט, מער פון וואס מען איז מחויב. און דאס איז די פשט וואס די גמרא (בבא קמא ט:) זאגט, אז הִדּוּר מִצְוָה איז עַד שְׁלִישׁ. עס איז דא די חיוב פון די מצוה וואס מען דארף טון, און נאכדעם איז דא א מצוה פון זֶה אֵלִי וְאַנְוֵהוּ (שמות טו-ב), הִתְנָאֵה לְפָנָיו בְּמִצְוֹת (שבת קלג:). וויפיל איז די שיעור פון הִתְנָאֵה לְפָנָיו בְּמִצְוֹת, וויפיל דארף מען צוגעבן מער פאר הידור מצוה. זאגט די גמרא, ביז א שליש פון די מצוה. א דריטל מער ווי די פרייז, דארף מען צוגעבן פאר הידור מצוה. זאגט די גמרא, עַד כָּאן, ביז א שליש, דאס איז מִשֶּׁלּוֹ, דאס איז פון אייגנס. מִכָּאן וְאֵילָךְ, וואס מען גיט צו נאך מער פאר די מצוה, דאס איז מִשֶּׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, דאס איז פונעם אייבערשטען. רש"י טייטשט, מִשֶּׁלּוֹ איז די טייטש, אז וואס מען גיט ביז א דריטל, ביסטו מחויב צו טון, עס איז דא א מצוה פון הִתְנָאֵה לְפָנָיו בְּמִצְוֹת, באקומט מען נישט קיין שכר אויף די וועלט, מען באקומט נאר שכר אויף יענע וועלט. אבער וואס א מענטש גיט צו מער געלט פאר א מצוה פון א שליש, דאס איז מִשֶּׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, באצאלט אים דער אייבערשטער עקסטער אויף דעם וואס ער האט געטון.

לויט דעם איז דער פשט, ביז א מענטש גיט אויס א שליש, האט ער געטון וויפיל ער דארף צו טון. אז ער האט געטון וויפיל ער דארף צו טון, איז דער אייבערשטער נישט נושא פנים, ער וועט נאר באקומען זיין שכר אויף יענע וועלט. אבער מכאן ואילך, ווען א מענטש גיט אויס מער געלט פון וויפיל ער איז מחויב, ער איז מדקדק עַד כַּזַּיִת עַד כַּבֵּיצָה וואס ער איז נישט מחויב, דאס איז מִשֶּׁל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא, דא וועט ער באצאלט ווערן פונעם אייבערשטען. וואס וועט ער באצאלט ווערן? דער אייבערשטער איז דאך לֹא יִשָּׂא פָּנִים וְלֹא יִקַּח שֹׁחַד. אבער אז מען טוט מער, איז דער אייבערשטער נושא פנים.

עס איז א געוואלדיגער זכות, ווען מען האלט נאך יום הקדוש, מען האלט פארן ענדע פון דעם משפט, מען דארף דאך האבן זכותים, אז דער אייבערשטער זאל אונז נושא פנים זיין. דאס וואס יודען געבן אויס אזויפיל געלט אויף די מצוה, דאס איז א זכות אז דער באשעפער זאל נושא פנים זיין. וועגן דעם האט מען גענומען די ד' מינים, וואס מען האט אויסגעגעבן דערויף אזויפיל געלט, און מען האט געזאגט, דִּין גִּירָא בְּעֵינֵיהּ דְּסָטָנָא. אפילו דער שטן האט שוין גע'פועל'ט אין יום הקדוש אויף וואס ער האט גע'פועל'ט, אבער דִּין גִּירָא, מיט דעם קען מען נאך אוועקנעמען די כח פונעם שטן. מיט דעם וואס מיר זענען מקיים די מצוה, מען האט אויסגעגעבן אזויפיל געלט אויף די ד' מינים, פארן אייבערשטען, לְמִי שֶׁאַרְבַּע רוּחוֹת שֶׁלּוֹ, שָׁמַיִם וָאָרֶץ שֶׁלּוֹ, דאס ברענגט צו, אז אונז זאל מיר קענען געווינען די משפט אין הושענא רבה.

די תמצית הדברים איז, די געוואלדיגע חשיבות פון זיצן אין די סוכה, דאס נעמט אוועק די גלות וואס א מענטש איז מחויב. די חשיבות פון מקיים זיין די מצות פון נענועים, וואס די נענועים נעמט אוועק די גזירה, פון נָע וָנָד תִּהְיֶה בָאָרֶץ. מען ווייסט דאך קיינער נישט, וואס א מענטש דארף אדורך גיין איבערן יאר, שוועריקייטן אין שטוב, שוועריקייטן אינדרויסן, וואסערע סארט גלות עס איז אלץ דא, אז מען זאל קענען דערמיט אפקומען. מיט דעם וואס יודען זענען מקיים מיט א שמחה, די מצוה פון ד' מינים, און די מצוה פון סוכה, האבן מיר א זכות אז דער באשעפער זאל אונז נושא פנים זיין, און מיט דעם גלות זאל מען אפקומען עפעס אנדערש אויך.

איך טראכט אלץ, פארוואס מען לייגט שטערנס אין די סוכה, און עס דארף זיין כוכבים נראים בתוכה (סוכה כב.), מען זאל זעהן די שטערנס פונעם סכך. ווייל די סוכה איז דאך מרמז אויפן גלות. ווען א מענטש איז אין גלות, שטייט ער דאך איין אין א האטעל ווי ער איז. אמאל שטייט ער איין אין א שוואכן פלאץ, אמאל שטייט ער איין אין א פיי"וו סטא"ר האטעל, עס איז דא אסאך שטערנס דארט. דער אייבערשטער האט געגעבן א סימן, אונז דארף מיר טאקע גיין אין גלות, אבער עס זאל זיין נישט נאר איין שטערן, צוויי שטערנס, עס זאל זיין אסאך שטערנס, עס זאל אנקומען גרינג דער גלות וואו מען קומט אן. דער באשעפער זאל העלפן, מען זאל נישט דארפן צוקומען דערצו, און וואו עס קומט יא אויס, אז מען דארף צו גיין, זאל דער באשעפער העלפן עס זאל זיין מיט א רואיגקייט, און מיט א צופרידנהייט, אז מען זאל האבן די הרחבת הדעת צו טון דעם רצון ה'. און מיר זאלן זוכה זיין אלע אינאיינעם, צו זיצן בסוכת עורו של לויתן, בביאת בן דוד, במהרה בימינו אמן.

More in this printout

View the whole printout