מוצאי יום טוב סוכות תשפ"ו לפ"ק
אונז שטיי מיר אין די אונטערשטע מינוטן פונעם גרויסן יום טוב וואס איז אדורכגעגאנגען. אזעלכע דערהויבענע טעג, באלד צוויי חדשים, פון חודש אלול אן, וואס יודען זענען געזעסן אין בתי כנסיות און בתי מדרשות, און מען האט פארברענגט כביכול מיטן אייבערשטען צוזאמען. יעדער יוד האט געהאט דערהויבענע מינוטן במשך פון די טעג, זמנים וואס מען האט נישט שטענדיג, הרהורי תשובה, און קבלות וואס מען האט גענומען אויף זיך. די עבודה איז, ווען עס גייט אדורך די טעג, זיך איינצופאקן און מיטנעמען מיט זיך, די אלע ענינים וואס מען איז נתעורר געווארן במשך פון די הייליגע טעג, און עס פראקטיצירן אין משך פונעם יאר.
אין הייליגע ספרים שטייט, אז וועגן דעם רופט מען עס נעילת החג, נישט אז מען שליסט דעם יום טוב. נאר מען נעמט דעם יום טוב, און מען שליסט איין אלע גוטע זאכן וואס דער יום טוב האט מעורר געווען דעם מענטש, אז מען זאל עס נישט פארלירן. א זאך וואס מען וויל האלטן, לייגט מען עס אוועק אין א פלאץ וואס איז משומר. דאס איז נעילת החג. ווען עס קומט דער סוף פונעם יום טוב, דארף א מענטש נעמען פאר זיך אלע זיינע קבלות טובות וואס ער האט געהאט, און טראכטן ווי אזוי גיי איך עס אויספירן למעשה במשך פונעם יאר.
מה יפו פעמיך בנעלים (שיר ז-ב), די גמרא (חגיגה ג.) דרש'נט, אז דער פסוק גייט ארויף אויף יודען וואס האבן עולה רגל געווען אין בית המקדש. מה יפו פעמיך, ווי שיין זענען רגליהן של ישראל, די פוס פון יודען, בשעה שעולין לרגל, בשעת מען האט עולה געווען לרגל, בת נדיב, בתו של אברהם אבינו וואס ווערט אנגערופן נדיב. מה יפו פעמיך, ווי שיין זענען די טריטן מיט וואס מען איז ארויפגעגאנגען אין בית המקדש. און ער גיט צו 'בנעלים'. די חשיבות פון מה יפו פעמיך איז נאר, ווען נאכדעם טוט מען עס איינשפארן. ווען מען נעמט מיט, מיט זיך, אויסצופירן וואס מען האט זוכה געווען איבערן יום טוב, דאס ווערט אנגערופן מה יפו פעמיך. אז מען האט געהאט א שיינעם יום טוב, און עס איז אדורכגעגאנגען, און מען נעמט זיך נישט מיט דערפון, בלייבט נישט איבער קיין סאך פון דעם יום טוב. מה יפו פעמיך, ווי שיין זענען רגליהן של ישראל, ווען מען האט עולה רגל געווען, בנעלים, ווען נאכדעם נעמט מען די אלע רצונות, און די אלע דברים טובים, און מען טוט עס איינשפארן אין זיך, כדי מען זאל עס קענען אויספירן.
דער פשוטער פשט איז, מה יפו פעמיך, ווי שיין זענען די טריטן, בנעלים, ווען מען איז געגאנגען עולה רגל זיין מיט די שיך. און עס דארף האבן א ביאור, ווייל מען ווייסט, אז אין בית המקדש האט מען נישט געקענט אריינקומען מיט שיך, אפילו אין הר הבית, האט מען נישט געטארט גיין מיט שיך (ברכות נד.). ווען ער וויל רעדן פון רגליהן של ישראל, אז די פוס פון יודען זענען שיין, ווען מען האט עולה רגל געווען, פארוואס רופט ער עס אן, מה יפו פעמיך 'בנעלים', מיט די נעלים האט מען דאך נישט געקענט עולה רגל זיין אינעם בית המקדש.
***
דער פסוק (דברים טז-טז) זאגט, שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך את פני ה' אלקיך, דריי מאל א יאר דארף זיך א יוד באווייזן פארן אייבערשטען, במקום אשר יבחר, בחג המצות, ובחג השבועות, ובחג הסוכות, ולא יראה את פני ה' ריקם, מען האט נישט געקענט אריינקומען אין בית המקדש ליידיג, אן א קרבן. יעדער האט געדארפט ברענגען א קרבן, איש כמתנת ידו, יעדער איינער לויט זיין מתנת ידו, כברכת ה' אלקיך אשר נתן לך. די ווארט 'ריקם' איז לכאורה איבריג, אז מען זאגט איש כמתנת ידו, אז מען זאל קומען כמתנת ידו, פארשטייט מען דאך אז עס איז נישט ריקם.
אין הייליגע ספרים שטייט, ולא יראה את פני ה' ריקם, ווען א יוד איז געקומען אין בית המקדש, איז ער נישט ארויסגעגאנגען פון דארט ליידיג. יעדער יוד וואס איז אריינגעקומען, אפילו א ליידיגער מענטש, בשעת ער איז אנגעקומען אין בית המקדש, האט אים דער בית המקדש דערהויבן, אז ולא יראה את פני ה' ריקם. עס איז נישט דא א מציאות, אז א מענטש זאל זיך באווייזן אין פני ה', און ארויסגיין פון דארטן ליידיג. יעדער יוד האט מיטגענומען מיט זיך די קדושה פונעם בית המקדש, די קדושת המועדים, און מיט דעם איז ער אהיימגעגאנגען.
***
אונז זאג מיר ביים דאווענען, ומפני חטאינו גלינו מארצינו, ונתרחקנו מעל אדמתינו, אונז זעמיר דערווייטערט געווארן, מיר האבן נישט קיין בית המקדש, ואין אנו יכולים לעלות ולראות ולהשתחוות לפניך, מען קען נישט עולה רגל זיין, און מען זאל זיך באווייזן פארן אייבערשטען, און זיך בוקן פארן אייבערשטען, ולעשות חובותינו בבית בחירתך, בבית הגדול והקדוש שנקרא שמך עליו. און עס דארף האבן א ביאור. מילא מען זאגט, אונז קען מיר נישט לעלות ולראות, יא, עס איז נישט דא קיין בית המקדש, עס איז נישט דא וואו מען זאל גיין. אונז קען מיר נישט טון חובותינו בבית בחירתך, מען קען נישט מקריב זיין קרבנות. אבער וואס איז דער ואין אנו יכולים לעלות ולראות ולהשתחוות', זיך צו בוקן. דער פשוט'ער פשט איז, אז עס איז נישט דא קיין חיוב יעדע יום טוב זיך צו בוקן פארן אייבערשטען, עס איז נאר דא א חיוב פון לעלות ולראות. און אז מען האט געברענגט א קרבן פארן אייבערשטען, אפילו אינמיטן יאר, האט מען זיך געדארפט משתחוה זיין בשעת מען האט געברענגט דעם קרבן. אבער דער השתחואה דאס איז נישט א נקודה וואס געהערט דירעקט צום יום טוב, אז אונז קען מיר נישט לעלות ולראות ולהשתחוות לפניך. נאר אז מען האט געברענגט א קרבן, האט אויסגעפעלט השתחואה.
אין סידור הרב פונעם תניא שטייט, אז השתחואה קען מען היינט אויך זיך בוקן פארן אייבערשטען, דער אייבערשטער איז מלא כל הארץ כבודו, דער באשעפער איז איבעראל. ער איז אין בית המקדש, און ער איז אויסערן בית המקדש אויך. פארוואס קען מען זיך נישט בוקן פארן אייבערשטען? פארוואס זאגט מען, אז אונז קען מיר נישט להשתחוות לפניך. איז ער מסביר און ער זאגט, השתחואה איז נישט די טייטש אז מען לייגט זיך אראפ אויף דער ערד, מען גיט כבוד פארן אייבערשטען, מען האט זיך אראפגעבויגן. השתחואה דאס איז א פנימיות'דיגע זאך, וואס א מענטש איז זיך מבטל פאר יענעם. ער ברענגט ארויס זיין ביטול פאר יענעם, מיט השתחואה. ווען א מענטש בוקט זיך פאר א מלך, ער לייגט זיך אראפ ביז צו דער ערד, פישוט ידים ורגלים, דאס מיינט אז ער איז זיך מבטל. וויפיל א מענטש קען זיך מבטל זיין פאר יענעם, איז ער זיך מבטל אינגאנצן, ביז צו דער ערד.
דער געפיל פון השתחואה, אז א יוד זאל זיך אינגאנצן מבטל זיין פארן אייבערשטען, ער זאל נישט טון קיין שום זאך אויף דער וועלט, נאר וואס איז דער רצון ה'. דאס האבן מיר געהאט ווען דער בית המקדש איז געשטאנען, ווען א יוד האט עולה רגל געווען, איז ער געקומען להשתחוות, ער האט זיך דעמאלטס אינגאנצן מבטל געווען פארן אייבערשטען. על כל פנים, בשעת ער איז געווען אין בית המקדש, האט ער געהאט אזעלכע מינוטען וואס ער איז נישט געווען פאר זיך אליין, ער האט זיך אינגאנצן איבערגעגעבן פארן רבונו של עולם. דאס האבן מיר נישט היינט. ומפני חטאינו גלינו מארצנו, ונתרחקנו מעל אדמתינו, מען איז אין גלות, עס איז נישט דא די כוחות וואס איז געווען אמאל, ואין אנו יכולים לעלות ולראות ולהשתחוות לפניך, מען קען זיך נישט בוקן. - עס קען אפשר זיין נאך א כוונה וואס מען ברענגט ארויס פון להשתחוות לפניך, אונז קען מיר זיך נישט היינט בוקן פארן אייבערשטען, מען טוט באדויערן וואס אמאל האט מען געהאט א השתחואה פארן אייבערשטען, און היינט פעלט עס.
***
דער בית המקדש האט געהאט א געוואלדיגע קדושה, אז ווען א יוד איז אריינגעקומען אין בית המקדש איז ער דערהויבן געווארן. די עצם זאך וואס מען געפונט זיך אין א מקום קדוש, אזוי ווי אין בית המקדש, א פלאץ וואו עס איז דא א השראת השכינה, האט דערהויבן יעדן מענטש. אבער עס איז געווען געוויסע זאכן אין בית המקדש, וואס האבן גאר דערהויבן דעם מענטש, ווען מען האט עס געזען. עס שטייט אין די גמרא (חגיגה כו:), אז יעדן יום טוב ווען מען איז געקומען אין בית המקדש, מגביהין את השלחן, האט מען אויפגעהויבן דעם שלחן, און מען האט עס געוויזן. די שלחן איז געווען אינעווייניג אין היכל, א זר האט נישט געקענט אריינגיין זעהן ווי אזוי דער שלחן זעהט אויס מיטן לחם הפנים. האט מען אויפגעהויבן דעם שלחן, און מען האט געוויזן, קוקטס די ברויט וואס מען האט ארויפגעלייגט, אז עס איז לחם חם ביום הלקחו (שמואל א כא-ז), עס איז געווען ווארעם. זעקס טעג איז עס געלעגן אויפן שלחן, און עס איז געווען אזוי ווארעם, אזוי ווי ווען מען האט עס ארויפגעלייגט. ווי עס שטייט אין די ראשונים (ריטב"א יומא כא.), אז מען האט געזעהן, אז עס איז געגאנגען א רויך דערפון, אזוי ווי א הייסע זאך וואס מען נעמט ארויס פון אויוון, וואס עס קומט א רויך דערפון, אזוי האט מען געזעהן פון די ווייטענס, אז עס איז לחם חם. ראו חיבתכם לפני המקום, זעהטס ענקער ליבשאפט וואס דער אייבערשטער האט ענק ליב, אז עס איז דא לחם חם אויפן שלחן.
וואס די ביאור דערפון איז. דער שלחן האט דאך משפיע געווען פרנסה פאר יודען. אלע פרנסות קומען פון הימל, דורכן בית המקדש. וועגן דעם האט געדארפט זיין אויפן שלחן לחם פנים לפני תמיד (שמות כה-ל), מען האט עס נישט געקענט אראפנעמען, א רגע זאל דער שלחן זיין אן קיין לחם, ווייל עס טוט מונע זיין די שפע. האט מען געוואלט ווייזן, אז דער באשעפער וויל אונז געבן פרנסה אויף א וועג עס זאל זיין לחם חם, עס זאל זיין ווארעם, עס זאל זיין בא'טעמ'ט, עס זאל נישט זיין מיט קיין שוועריגקייטן. ראו חיבתכם לפני המקום, ווען מען האט געזעהן ווי אזוי די לחם הפנים ליגט אויפן שלחן, האט מען געזעהן די חיבה פונעם אייבערשטען צו יודען. דאס איז איין זאך וואס מען האט געזעהן.
נאכדעם איז געווען נאך א זאך אין בית המקדש. די גמרא (בבא בתרא צט.) זאגט, אז די כרובים וואס איז געווען אויף דעם ארון, איז געווען פארשידענע זמנים ווי אזוי די כרובים האבן אויסגעזען. איין מאל שטייט אין פסוק (דברי הימים ב ג-יג) אז די כרובים זענען געווען פניהם לבית, עס איז געווען אויסגעדרייט צום בית המקדש. און אין חומש (שמות כה-כ) שטייט, אז עס איז געווען פניהם איש אל אחיו, עס איז געווען איינס אקעגן די אנדערע. זאגט די גמרא, בזמן שישראל עושין רצונו של מקום, ווען יודען האבן געטון דעם רצון פונעם אייבערשטען, זענען די כרובים געווען פניהם איש אל אחיו, איינס איז געווען אקעגן איבער די צווייטע, דאס ווייזט אויף אהבה.
די צוויי כרובים האבן געוויזן אויפן אייבערשטען מיט כנסת ישראל (רבינו בחיי פרשת תרומה). עס שטייט אין זוהר הק' (ח"ג נט:), אז די צוויי כרובים, איינס האט געהאט די צורה פון א זכר, און איינס האט געהאט די צורה פון א נקבה, און דאס איז דער יחוד פון כנסת ישראל מיטן אייבערשטען. קול דודי דופק (שיר ה-ב), דער אייבערשטער איז דודי, און אונז זעמיר כלה קרואה בנעימה. כביכול די צורה פון די כרוב וואס איז געווען די זכר, איז מרמז אויפן אייבערשטען, און די אנדערע כרוב איז מרמז אויף כנסת ישראל. און בזמן שישראל עושין רצונו של מקום, ווען יודען פירן זיך ערליך, איז געווען פניהם איש אל אחיו, כביכול עס האט געלאכטן דעם אייבערשטנ'ס פנים אקעגן כלל ישראל, יאר ה' פניו אליך ויחנך. בזמן שאין עושין רצונו של מקום, ווען מען האט נישט געטון דעם רצון פון אייבערשטען, האט כביכול דער אייבערשטער אוועקגעדרייט די צורה פון איש אל אחיו, און עס איז געווען פניהם לבית, עס איז געווען אויסגעדרייט לבית. קומט אויס, אז עס איז געווען צוויי ערליי זמנים, ווען עס איז עושין רצונו של מקום, איז געווען פניהם איש אל אחיו, און ווען עס איז אין עושין רצונו של מקום, איז געווען פניהם לבית.
עס שטייט אין די גמרא (יומא נד.), יעדן יום טוב איז געווען אזא דערהויבנקייט, אזא עת רצון אויבן אין הימל, אז די צוויי כרובים זענען זיך צוזאמגעקומען און זיי האבן זיך ארומגענומען איינער דעם צווייטן, מעורין זה בזה. אזוי גרויס איז געווען די אהבה פון אייבערשטען צו יודען. נישט נאר אז עס איז געווען פניהם איש אל אחיו, אז דער אייבערשטער קוקט אויף אונז, נאר עס איז געווען אן אהבה, חבוקה ודבוקה בך, דער אייבערשטער טוט אונז מחבק זיין, ער נעמט אונז ארום. און דאס האט געוויזן די געוואלדיגע חיבור פון כנסת ישראל צום אייבערשטען.
מען קען דאך אבער נישט זעהן וואס טוט זיך אין קדשי קדשים, וכל אדם לא יהיה באוהל מועד, מען האט נישט געטארט אריינגיין אינעווייניג. האבן די כהנים געעפנט די פרוכת, און מען האט געקענט אריינזעהן אינעווייניג אין קדשי קדשים, און מען האט געזעהן ווי אזוי די כרובים זענען מעורין זה בזה. ראו חיבתכם לפני המקום, קוקטס ענקער פריינטשאפט צום אייבערשטען. יום טוב, בשעת עס איז געווען אן עת רצון, כלל ישראל איז געקומען אין בית המקדש, זענען די כרובים געווען אויסגעשטעלט אויפן העכסטן אופן פון נאנטשאפט.
קומט אויס, אז די כרובים וואס זענען די צורה פונעם אייבערשטען, און די צורה פון כנסת ישראל, האבן געהאט פארשידענע זמנים. עס איז דא אמאל וואס דער אייבערשטער בייגט זיך צו דער זייט, פניהם לבית, ניטאמאל קוקט ער אויף זיי, ער איז איינצל פאר זיך אליין, ער שטייט פאר זיך אליין, און קוקט נישט אויף קיין צווייטן. אמאל איז דא וואס מען איז זוכה, אז עס איז פניהם איש אל אחיו, ער איז נישט פאר זיך אליין, כביכול עס איז דא א קשר צווישן כנסת ישראל מיטן אייבערשטען, דער באשעפער איז פניהם איש אל אחיו. יום טוב איז געווען א העכערע מדריגה, יום טוב איז עס געווען מעורין זה בזה, דאס איז די גרעסטע סארט אהבה וואס איז שייך, און דאס האט מען געזעהן ביי די כרובים.
די תורה זאגט, ווען דו וועסט קומען אין בית המקדש, שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך את פני ה' אלקיך, און דו וועסט קוקן דעם 'פני' ה' אלקיך, ווי אזוי די כרובים, וואס דאס איז פני ה' אלקיך, ווי אזוי די כרובים זענען, ולא יראה את פני ה' ריקם, דו וועסט נישט זעהן דארט אז דער פני ה' איז ליידיג, עס איז פניהם לבית, נאר די כרובים וועלן זיין אויסגעדרייט. נישט נאר עס וועט זיין פניהם איש אל אחיו, נאר עס וועט זיין מעורין זה בזה. ולא יראה את פני ה' ריקם, מען וועט נישט זעהן דעם פני ה' וואס איז דא אין די כרובים, אז עס זאל זיין ריקם, עס וועט נישט זיין פאר זיך אליין. מען וועט זעהן די געוואלדיגע חיבה וואס איז דא, אז עס איז מעורין זה בזה.
***
די צוויי זאכן וואס מען האט יעצט אויסגערעכנט, נישט יעדער האט עס געזעהן, מען האט נישט געעפנט דעם פרוכת א גאנצן טאג, און מען האט נישט אויפגעהויבן דעם שלחן א גאנצן טאג צו ווייזן דעם לחם. די יודען וואס זענען געווען דארט בשעת מען האט אויפגעהויבן דעם שלחן, אדער בשעת מען האט אוועקגערוקט דעם פרוכת, די האבן געהאט די זכיה אז זיי האבן עס געקענט זעהן. אבער יודען זענען דאך געקומען אין בית המקדש צוועלף שעה איבערן טאג, נישט יעדער איינער האט געזעהן דעם נס וואס האט פאסירט.
עס איז אבער געווען נאך א נס, וואס יעדער יוד וואס איז געקומען אין בית המקדש האט מיטגעהאלטן. פון די עשרה ניסים וואס איז אויסגערעכנט אז עס איז געווען אין בית המקדש, איז געווען עומדים צפופים ומשתחוים רווחים (אבות ה-ה). עס איז געווען א קליינע עזרה, הונדערט פינעף און דרייסיג אמות, וואס עס זענען געווען דארט הונדערטער טויזענטער יודען וואס זענען געקומען יום טוב עולה רגל זיין. עס איז געווען א קליינע עזרה, עומדים צפופים, מען האט זיך נישט געקענט רירן, מען איז געשטאנען צוזאמגעפרעסט איינער מיטן אנדערן, אבער ווען מען האט זיך געוואלט בוקן פארן אייבערשטען, משתחוים רווחים, יעדער וואס האט זיך געבוקט, האט געהאט ד' אמות ארום זיך, וואס איז געווען ליידיג, כדי אז דער חבר זאל נישט הערן זיינע תפלות און זיין ווידוי. דער נס פון משתחוים רווחים, האט יעדער יוד געזעהן. ווער עס איז אריינגעקומען אין בית המקדש האט זיך דאך געדארפט משתחוה זיין, און ער האט געזעהן די געוואלדיגע נס פונעם אייבערשטען, אז דער באשעפער מאכט אז עס איז משתחוים רווחים.
עס שטייט אין רמב"ן (סוף פרשת בא), יעדע נס וואס מען זעהט, דאס ווייזט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט. די וועלט איז נישט איבערגעגעבן געווארן צו א טבע, דער באשעפער האט עס נישט איבערגעגעבן פאר די טבע, עס איז דא א מנהיג פארן עולם! עס איז דא א בורא עולם, און עס איז דא א מנהיג את העולם. דער באשעפער האט באשאפן די וועלט, און ער פירט די וועלט, אלעס איז פון זיין האנט. זאגט דער רמב"ן, יעדע זאך וואס גייט ארויס פון טבע, ווי אזוי איז עס ארויסגעגאנגען פון טבע? מוז דאך זיין, אז עס איז דא א בעל הבית אויף דעם. יעדע זאך וואס איז חוץ לדרך הטבע, יעדע נס, האט געוויזן אז יש אלו-ה מחדשו, עס איז דא א באשעפער וואס איז מחדש די וועלט, ויודע, דער אייבערשטער ווייסט וואס טוט זיך אויף די וועלט, ויכול, און ער האט די מעגליכקייט משנה צו זיין.
יעדער יוד וואס איז געקומען יום טוב אין בית המקדש, און ער האט געזעהן די נסים וואס האט פאסירט דארט, איז אהיימגעגאנגען מיט א געוואלדיגע דערהויבענקייט. ער האט געזעהן מיט די אייגענע אויגן, אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט. עס איז דאך נישט דא יעדן טאג א נס. ווען ער איז ארויפגעקומען אין בית המקדש, האט ער געזעהן די נסים וואס איז געווען דארט יעדן יום טוב. און דעם נס האט ער געזעהן אפילו ווען ער איז נישט געווען דארט ווען מען האט געוויזן דעם שלחן, אדער ווען מען האט אוועקגעריקט דעם פרוכת. ווען ער האט זיך געדארפט בוקן פארן אייבערשטען, און עס איז געווען עומדים צפופים ומשתחוים רווחים, דעם נס האט יעדער יוד געזעהן.
און עס ליגט דערין נאך א גרעסערער חידוש. ווען מען זעהט דעם שלחן, אז די לחם הפנים איז חם, מען זעהט אז די כרובים זענען מעורין זה בזה, דאס ווייזט נאכנישט אז 'ער' איז א חלק פון די וואס דער אייבערשטער האט ליב. עס איז דא א גרויסער כלל ישראל, עס איז דא אזויפיל יודען וואס פירן זיך ערליך, און דער אייבערשטער טוט יעדע זאך רעכענען לויט די רוב, און אז רוב כלל ישראל איז ווי עס דארף צו זיין, קען פאסירן נסים עס זאל זיין מעורין זה בזה, אפילו עס איז דא צווישן זיי אזעלכע וואס זענען נישט ראוי דערצו. אבער ווען עס איז געקומען זיך צו בוקן, און מען האט געמאכט א נס פאר דעם מענטש אליין. יעדער יוד וואס איז אריינגעקומען אין בית המקדש, ווי אזוי ער האט אויסגעקוקט א גאנץ יאר, ווען ער האט זיך געוואלט בוקן פארן אייבערשטען, ווען דו ביסט מחליט אז דו ווילסט זיך צוריקקקערן צום אייבערשטען, און דו ביסט גרייט זיך צו בוקן פארן באשעפער, האט דער באשעפער געמאכט א נס, אז עס איז געווען משתחוים רווחים.
דאס האט געגעבן א געוואלדיגן חיזוק פאר יעדן יוד וואס איז געקומען אין בית המקדש. דעם דערהויבענקייט וואס ער האט צובאקומען פון דעם וואס ער האט געזעהן אז ווען ער בוקט זיך פארן אייבערשטען, כאטש ווי אזוי ער קוקט אויס, פון דעסטוועגן דאך געשעהנט א נס, וואס דער באשעפער טוט אז עס זאל זיין משתחוים רווחים. פאר רשעים מאכט נישט דער אייבערשטער קיין נסים. אז דער אייבערשטער האט געטון דעם נס, איז א סימן אז יעדער יוד איז מלא מצוות כרימון (חגיגה כז.). עס האט אים געגעבן א געוואלדיגן חיזוק, אז ווען ער גייט אהיים, זאל ער קענען ווייטער דינען דעם אייבערשטען. עס האט אים דערלאכטן די אמונה וואס א יוד דארף האבן אינעם באשעפער. געווענליך ווען א מענטש זינדיגט, איז עס דאך ווייל עס פעלט אים די ריכטיגע אמונה, אז עס איז דא א באשעפער וואס קוקט אלעס וואס ער טוט. די אלע זאכן וואס דער מענטש טוט, אמאל עפעס וואס מען דארף נישט, טראכט ער אז עס איז בטבע, אין דרך הטבע דארף ער אזוי טון. ווען ער איז אהיימגעקומען פון בית המקדש, איז יעדער יוד געווען דערהויבן, יעדער יוד האט געזעהן בשעת ער האט זיך געבוקט, אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט.
ווען מען האט זיך געבוקט, איז נתגלה געווארן פאר יעדן איינעם צוויי זאכן. איינס, אז עס איז דא א בעל הבית אויף די וועלט, דער באשעפער מאכט משתחוים רווחים, עס איז נישט דא קיין טבע. און נאכדעם, אז ער האט אויך א חלק דערין. פאר אים אליין האט מען אויך געמאכט דעם נס פון משתחוים רווחים. דאס פעלט אונז היינט. די אמונה וואס א יוד האט זיך קונה געווען ווען ער איז אהיימגעגאנגען פונעם בית המקדש, ער איז ארויסגעקומען מיט א געוואלדיגע דערהויבנקייט, פון די נסים וואס ער האט געזעהן ביי די השתחואה ווען מען האט זיך געבוקט, דאס פעלט אונז. אונז קען מיר זיך היינט אויך בוקן פארן אייבערשטען, אבער די השתחואה וואס אונז בוק מיר זיך פארן אייבערשטען איז נישט קיין עומדים צפופים ומשתחוים רווחים. די סארט השתחואה וואס איז געווען דעמאלטס, אויף דעם טוט מען באוויינען אז מיר האבן עס נישט. ומפני חטאינו גלינו מארצנו, ונתרחקנו מעל אדמתינו, ואין אנו יכולים לעלות ולראות ולהשתחוות לפניך, אונז באדויערן מיר צוויי זאכן, אז אונז קען מיר נישט צוצוקומען צו די הייליגע טעג, און צו די מצוות וואס איז פארבינדן מיט די הייליגע טעג. וואס מען טוט עס מיט א געוואלדיגע שמחה, מיט א געוואלדיגן השתוקקות. אסאך מאל ווען עס קומט שוין צו די מצוה אליין, טוט מען עס שוין קאלטערהייט, אבער די הכנה וואס א יוד מאכט צו די מצוה, מיט א געוואלדיגע דערהויבענקייט אין הארץ, וואס ער וויל דאך זיין נאנט צום אייבערשטען, כמה יפה רגליהן של ישראל בשעה שעולין לרגל במנעלים, ווען מען איז נאך ארויפגעגאנגען מיט די שיך, ווען מען האט עולה רגל געווען, ווי שיין זענען די רגליהן של ישראל.
דוד המלך זאגט (תהלים סג-ב), צמאה לך נפשי, כמה לך בשרי וגו', כן בקודש חזיתיך לראות עוזך וכבודך. שטייט אין הייליגע ספרים, צמאה לך נפשי, איך בין אויסגעגאנגען פאר דורשט צום אייבערשטען, כמה לך בשרי, בארץ ציה ועיף, אזוי ווי א מענטש וואס איז אין א ארץ ציה ועיף, ער האט נישט קיין טראפ וואסער, ער האט א געוואלדיגע צמאון, אזוי איז געווען די צמאון פון דוד המלך צום אייבערשטען. זאגט דוד המלך, איך בעהט דיך אבער, אז די צמאון זאל בלייבן, כן בקודש חזיתיך, איך זאל האבן דעם זעלבן צמאון נישט נאר בעפאר איך קום אריין אינעם קודש, בעפאר איך קום אריין צו מקיים זיין די מצוות, נאר ווען איך קום שוין צו דעם קודש, זאל זיין 'כן', איך זאל בלייבן מיט דעם זעלבן צמאון וואס איך האב פאר די מצוה, אזוי זאל איך בלייבן ווען איך בין מקיים די מצוה. אסאך מאל ווען עס קומט דער יום טוב אליין, דער יום טוב איז שוין אנגעקומען, די הכנות וואס א יוד גרייט זיך צו, צו דעם יום טוב, זענען אסאך מאל שענער, ווי די עצם מצוה אליין, וואס ער איז מקיים שפעטער. דאס איז כמה נאים רגליהן של ישראל בנעלים, בשעת מען איז נאך געגאנגען מיט די שיך, מען איז געגאנגען עולה רגל זיין.
און כל שכן ווען מען האלט שוין נאכן יום טוב, ווען מען איז ארויסגעגאנגען פון בית המקדש, מען איז אהיימגעגאנגען, כמה יפה רגליהן של ישראל בנעלים, ווען מען איז שוין געגאנגען מיט די שיך, מען איז שוין אוועקגעגאנגען פון בית המקדש, מען האלט שוין נאכן יום טוב, און ער האט אנגעהויבן איבערצוטראכטן וואס האב איך אלץ קונה געווען אין דעם יום טוב, די דערהויבענקייט וואס ער האט געהאט ווען ער איז געווען אין בית המקדש, מיט דעם איז ער אהיימגעגאנגען, איך לאז נישט איבער די קדושה אינעם בית המקדש, עס איז בנעלים, ער טוט עס איינשפארן אין זיך, און ער נעמט עס מיט, בנעלים, ווען ער גייט שוין מיט די שיך, ער איז שוין ארויסגעגאנגען פונעם הר הבית. מה יפו פעמיך, ווי שיין זענען רגליהן של ישראל, ווען מען גייט אוועק פונעם יום טוב, און מען נעמט מיט זיך מיט, וואס מען האט קונה געווען דעם יום טוב. דאס איז די שענסטע וועג פון דינען דעם אייבערשטען.
אז מען דינט דעם אייבערשטען יום טוב אליין, בשעת ער האט א צמאון צום אייבערשטען, בשעת ער געפונט זיך אין בית המקדש, דאס איז דאך נאטורליך, ער געפינט זיך דאך אין א מקום קדוש, אין א זמן פון קודש. ווען מען גייט אוועק פונעם קודש, און מען נעמט מיט זיך מיט, וואס מען האט קונה געווען אינעם קודש, ווי שיין זענען רגליהן של ישראל בנעלים, בשעת מען גייט שוין מיט די שיך. - די עבודה פון א יוד איז, מיטצונעמען וואס מען האט קונה געווען אין די הייליגע טעג, און זיך פירן דערמיט א גאנץ יאר.
***
יעדן ראש חודש זאגט מען הלל. עס שטייט אין שבלי לקט (סימן קעב), אז עס איז דא א רמז דערויף אינעם פסוק (תהלים קנ-א), אין די לעצטע קאפיטל אין תהלים שטייט דערמאנט צוועלף מאל דאס ווארט 'הללו'. הללו א-ל בקדשו, הללוהו ברקיע עוזו, הללוהו בגבורותיו, הללוהו כרוב גדלו, הללוהו בתקע שופר הללוהו בנבל וכנור וכו'. צוועלף מאל איז אויסגערעכנט די לשון הללוהו. צוועלף חדשים זאגט מען הלל, שטייט דארט צוועלף מאל הללוהו. עס איז דא אמאל מער פון צוועלף חדשים, אדר איז אמאל מעובר, וועגן דעם זאגט מען דעם לעצטן פסוק צוויי מאל, כל הנשמה תהלל י-ה הללוי-ה, דאס קומט אויס אקעגן חודש אדר, וואס מען זאגט הלל צוויי חדשים (הובא בבית יוסף סימן תכב).
זאגט דער ישמח משה (הובא בייטב פנים אלול אות ד), אז מען הייבט אן צו ציילן פון אנהייב, הללו א-ל בקדשו, הללוהו ברקיע עזו. קומט אויס, אז הללוהו בתקע שופר, איז אקעגן חודש אלול. זאגט דער ישמח משה, דא איז א רמז, אז חודש אלול בלאזט מען שופר. הללוהו בתקע שופר, דאס איז דער זעקסטער חודש, וואס מען לויבט דעם אייבערשטען מיט תקיעת שופר.
א חודש שפעטער איז חודש תשרי, הללוהו בנבל וכנור, דאס גייט ארויף אויף חודש תשרי. עס שטייט אין ויגד משה (לסוכות אות לה), חודש תשרי האט אין זיך צוויי דערהויבענע זמנים. אין חודש תשרי איז דא די עשרת ימי תשובה, צען טאג פון ראש השנה ביז יום הקדוש, וואס דער אייבערשטער איז נאנט צו אונז, וואס מען דארף נישט אסאך צו טון, אז מען זאל זיך קענען מקרב זיין צום אייבערשטען. נאכדעם איז דא זיבן טעג פון סוכות, וואס מען זיצט אין די סוכה. 'נבל' איז א כלי שיר וואס האט אויף זיך צען סטרינעס, בנבל עשור זמרו לו (תהלים לג-ב), א נבל האט עשור, עס האט צען חוטין. א כינור, זאגט די גמרא (ערכין יג:) אז כינור של מקדש איז געווען פון זיבן סטרונעס, פון זיבן חוטין איז עס געווען. קומט אויס, אז הללוהו בנבל וכנור, איז דער נבל דאס האט צען חוטין, און דער כינור, האט זיבן חוטין, דאס איז א רמז אויף חודש תשרי, וואס עס איז דא עשרת ימי תשובה דאס איז נבל. און נאכדעם איז דא די זיבן טעג פון סוכות, וואס דאס איז כינור. קומט אויס, אז איז דעם ליגט אויך א רמז אויף חודש תשרי, וואס דאס איז די עבודה פון נבל וכינור.
גייען מיר ווייטער, נאך חודש תשרי קומט חודש חשון. הללוהו בתוף ומחול דאס גייט ארויף אויף חודש חשון, ווען מען גייט ארויס פון יום טוב, מען גייט אריין אין חודש חשון, דארט איז די עבודה פון לויבן דעם אייבערשטען בתוף ומחול. וואס איז דער תוף ומחול וואס איז נוגע נאך יום טוב.