שאלה: ווען ס'קומט צו מצות לולב, בין איך זייער טרוקן. איך פיל מיך ממש ווי איך כאפ סתםאן עפעס א זאך אן קיין שום געפיל.
תשובה: מצות לולב זעט מען ביי די צדיקים, און ס'איז בעצם דא זייער זייער זייער טיפע זאכן אין דעם, און ס'איז זייער א ברייטע ענין בכלל. כדי עפעס צו קענען אריינגיין אין די מצוה, און עפעס קענען פארשטיין בשעת'ן האלטן די ד' מינים, און עפעס זיך מקשר זיין מיט דעם, וועט מען אנכאפן איין קליינע געוויסע נקודה וואס ווערט דערמאנט אין ספרים, וואס וועט דארפן זיין בחינת תן לחכם ויחכם עוד, אריינצוקוקן אין ספרים הקדושים, אויסצוברייטערן די ענין, און די עיקר איז די דעת, ארויסצוהאבן די ענין טיפער.
די פרעזענליכע קשר
די ד' מינים שטייט אין ספרים הקדושים אז ס'איז מינים, בלעטער און פירות וואס איז מעורר א מורא'דיגע שמחה. נאך ווערט דערמאנט אין בני יששכר, אז יעדע זאך וואס וואקסט האט א שר, א מלאך וואס נעמט קער. די ד' מינים איז נישטא קיין שר וואס איז שולט, ס'קומט גלייך פונעם אייבערשטן אליין. ס'ווערט אנגערופן שרביטו של מלך, ס'איז די אברים פונעם אייבערשטן, וואס דער אייבערשטער אליין פארעט זיך מיט דיר.
זיין פנימיות'דיגע חפץ
דער בני יששכר און נאך ספרים ברייטערן עס אויס, אז מיר האלטן יעצט נאך די דערהויבענע טעג פון ראש השנה יום כיפור, די אידן האבן תשובה געטון, מ'איז צוריק געווארן נאנט צום אייבערשטן, מ'האט זיך צוריק מבטל געווען פאר'ן אייבערשטן, מ'האט זיך מקשר געווען צום אייבערשטן, גייען מיר אונז יעצט, און דער אייבערשטער זאגט אונז זאלן מיר נעמען זיין פנימיות'דיגע חפץ, די חפץ וואס דאס איז זיין טשאטשקע, זיין שפילצייג, וואס דאס איז די נענטסטע זאך צום אייבערשטן כביכול. און מיר זאלן עס נעמען און ארומגיין מיט דעם.
אההה, די אייבערשטער וויל מיך
איז אין דעם איז דא אפאר חלקים, ס'איז דא די חלק פון געפיל פאר דעם מענטש, די אהבה, דער אייבערשטער גיבט פאר דעם מענטש, נעם מיין חפץ, נעם דאס, און גיי ארום מיט דעם, שאקל דאס, און זיי מיך מייחד אין אלע פיר זייטן, אויבן און אונטן, און סיי מייחד זיין דעם אייבערשטן אין די וועלט, און אויפטון גרויסע זאכן, און נאכדעם אריינלייגן אין דיך אליינס, מגלה זיין אין דיך די אהבה, די קשר צום אייבערשטן. אויך ווערט דערמאנט אין ספרים, ס'איז א בחינה פון "אני לדודי ודודי לי" - מ'נעמט דעם אייבערשטן און מ'ברענגט עס אריין אין זיך, און ס'איז א זמן וואס מ'קען רעדן צום אייבערשטן, תשובה מאהבה. און חוץ פון דעם שטייט אין ספרים אז ס'פארטרייבט די אלע חיצונים פון אלע זייטן, וואס ווען מ'איז מגלה אויף א פלאץ אז דער אייבערשטער איז דארט, ווערט מבורר דער אמת. און ווען ס'איז דא דער אמת, קען די שקר און די קליפות נישט דארט זיין. דאס איז איין געוויסע נקודה.
און "תלך חכם ויחכם עוד", די עיקר איז, די מוח זאל קענען זיין אפן, און מ'זאל קענען אנהייבן אריינצוגיין, און פון דארטן ווייטער קען מען עס נעמען ווייטער און ווייטער, עס צו אויסברייטערן.