ניציצון לחים שנשמעו לאחרונה ע"י גדולי משפיעים שליט"א
מען איז מגלה די ציל פון די וועלט
הרה"ג ר' משה מנחם ווייס שליט"א רב דקהלתינו הק' בלאנדאן
די ערהוילונג נאך די הייליגע טעג
דער אייבערשטער האט אונז געגעבן א געוואלדיגע מתנה, "ותתן לנו ה' אלקינו מועדים לשמחה".א נחלה האבן מיר באקומען, דער אייבערשטער זאגט פאר א איד, גיי נישט גלייך אין עולם הזה, ס'איז נישט קיין טובה. אמאל מעג מען געבן א בעל הבית'ישע משל, אזוי ווי לא עלינו, א מענטש וואס חלילה פילט נישט גוט, איז פאר ער גייט צוריק צו די סדר החיים, פאר ער גייט אריין צוריק אין די רוטינע לעבן, גייט ער אריין אין א פלאץ וואס הייסט א ריהעב, ער גייט זיך צוגעוואוינען צו די נייע לעבן.
און די מאמעס שויס
מ'זאגט פאר א מענטש, גיי נישט גלייך אין עולם הזה, קום קודם כל אריין תחת כנפי ה'. ס'שטייט די לשון "כנשר יעיר קניו על גוזליו ירחף", אונז גייען מיר אריין אונטער די כנפי השכינה, עס איז דא א לשון אין מדרש, א בחינה פון "והיו שבעת ימים תחת אמו". "אמו" גייט ארויף אויף די שכינה הקדושה, די בחינה פון אמו. "אמו" ווערט אנגערופן אין חסידישע ספרים, תשובה. א מאמע זארגט אויף די קינדער, א מאמע וויל אייביג זען די קינדער אין א גוטן מצב. די שכינה הקדושה זארגט פאר אונז, נעמט אונז אריין תחת חיפתו. דער אייבערשטער רייסט אונז ארויס פון די הייזער, אונז גייען מיר אריין צוזאמען מיט די שכינה, בשמחה אין די סוכה.
זיך אויסלופטערן אין די סוכה
אין די סוכה איז דא א מצוה אז א מענטש זאל דארט אריינגיין. ער דארף נישט דארט דאווענען, אדער לערנען. די עיקר מצוה אין א סוכה איז אז א מענטש זאל אוועקשטעלן דארט זיין דירה. זאלסט דארט עסן, זאלסט דארט שלאפן, זאלסט דארט טרינקען, זאלסט דארט מטייל זיין, זאלסט פארברענגען דארטן. האסטו עפעס א שעה צייט, דארפסטו זיך אויסלופטערן? זאלסטו שמועסן דווקא אין די סוכה, צו קובע זיין פאר א מענטש מיט א געוואלדיגע קלארקייט אז די אלע מציאות אין עולם הזה, די אלע חלקי הבריאה וואס פארלאנגט זיך פאר תחתונים, קען א מענטש זיין ערליך אויכעט. און דאס איז א געוויסע שימוש וואס אונז באקומען די זיבן טעג סוכות, און דאס געבט אונז כוחות פאר א גאנץ יאר.
נאכן חטא עצבות
אויב מיר זענען זוכה צו אזא זאך יום טוב סוכות, פארשטייט דער עולם אליין אז דאס איז א געוואלדיגע ענין פון זמן שמחתנו. וואס איז די ענין פון זמן שמחתנו? די גאנצע מציאות שטייט ביי די חטא פון אדם הראשון, די ערשטע זאך נאכן חטא איז געווען, "בעצבון תאכלנה", "בעצב תלדי בנים". "בעצבון", "בעצב", דאס אלעס ווייזט אז א מענטש איז נישט צופרידן, א מענטש פילט זיך נישט אויף זיין פלאץ. ווען א מענטש איז זוכה צו באקומען די קלארקייט, צו באקומען די הכרה אז וואו ער איז, אפילו אין די עולם הזה איז עס דער אייבערשטער און דאס געבט פאר א מענטש א געוואלדיגע שמחה.
די גריבער
אבער צו בשלימות אוועקשטעלן די שמחה איז געקומען דער ענין פון ניסוך המים. אזוי ווי מיר האבן פריער מקדים געווען אז בשעת אדם הראשון האט חוטא געווען, איז געווארן א ענין פון נתמלא עפר וצרורות. קודם כל ווייסן מיר אלע אבות הקדושים, אברהם יצחק ויעקב, זענען אראפגעקומען אויף דער וועלט צו מתקן זיין די חטא פון אדם הראשון, און אויף דעם טרעפט מען טאקע אברהם אבינו, וואס האט געהאט א ענין פון חפירת בארות. וכל הבארות וואס אברהם האט אויפגעגראבן סתמום פלשתים, יצחק איז געקומען און צוריק אויפגעגראבן די בארות. מ'קוקט אריין אין די חומש שווערע פסוקים, ס'ליגט אבער טיפער דערין, קען זיין פשט גייט פשוט. די חפירת הבארות ברענגט ארויס די נקודה, דער עולם הזה האט געהאט זיין שלייער, פון די חטא פון אדם הראשון איז די גאנצע צוויי טויזנט יאר ביז אברהם אבינו איז געווען א געוואלדיגע הסתר אויף די וועלט, עס איז געווען א דור אנוש, א דור המבול, א דור הפלגה, זיי האבן אנגעהויבן צו חופר זיין. די חפירה ברענגט ארויס די ענין, זיי האבן אנגעהויבן צו חופר זיין די ענין,
דוד המלך'ס תיקון פאר די וועלט
איז פארשטייט זיך, עס קומט יום טוב סוכות, ווען מיר האלטן ביי זמן שמחתנו, נאך די טהרה פון ראש השנה יום כיפור, און מיר האבן זוכה געווען ומצא בארות מים. יצחק האט זוכה געווען צו מגלה זיין, און מ'האט זיך געשלאגן מיט אים, אבער למעשה, צום סוף האט ער מגלה געווען חפר ומצא בארות מים, ער איז זוכה געווען צו מגלה זיין די בארות מים. אבער ארויסצוגיין פון די חטא פון אדם הראשון, האט זיך שטערקער פון דעם, בשלימות האט עס געענדיגט דוד המלך ביים מאכן די שיטין אין בית המקדש, און דוד המלך איז די רגל רביעי במרכבה, דוד המלך האט געהאט א געוואלדיגע כח, אונז ווייסן טאקע אז דוד המלך בעצם האט בעצם גארנישט געהאט קיין מציאות פון יארן, אלע זיינע יארן האט ער באקומען במתנה פון אדם הראשון, קען זיין פשט טאקע איז, אדם הראשון האט געוואוסט אז דוד המלך גייט ענדיגן מתקן זיין די חטא. און ס'האט זיך פארלאנגט דערויף א געוואלדיגע מסירות נפש וואס דוד המלך האט געהאט. דוד המלך האט נישט געארבעט נאר פאר זיך, דוד המלך האט געארבעט פאר אלע אידן און פאר אלע דורות. שטייט די לשון דארטן אין שמואל ביי דוד המלך, "ויאספו אליו כל מצוק וכל מר נפש", יעדע פארווייטאגטע הארץ, יעדע פארביטערטע נשמה האט געהאט פלאץ ביי דוד המלך. ס'איז געווען אזא שטייגער, ס'האט זיך געדרייעט דארט צעבראכענע נשמות, דער ענין פון דעם ברענגט ארויס די ענין אז דוד המלך האט געזארגט פאר אלע דורות.
מגלה זיין די פנימיות פון די וועלט
מיר ווייסן דאך אז עס איז געווען א שבועה פון דוד המלך: "אשר נשבע לה' נדר לאביר יעקב אם אבא באהל ביתי אם אעלה על ערש יצועי עד אמצא מקום לה'". עס קען זיין אז דאס וואס ער זאגט "אמצא מקום לה"" מיינט נישט נאר דעם פלאץ פון בית המקדש, נאר "אמצא מקום לה"" מיינט אויך אוועקצושטעלן די שיטין. דאס אוועקצושטעלן די שיטין ברענגט ארויס די נקודה אז עס איז דא א נקב און א חלל שממנו הושתת העולם, וואס דארט ווערט נתגלה דער גאנצער מסך המבדיל. די מחיצה המבדילה צווישן עליונים ותחתונים ווערט א שיטין, און דער שיטין געפינט זיך טאקע נאר אויף איין ספעציפישן פלאץ אין מקום המקדש, אבער דאס איז א כח אויף די גאנצע בריאה, וואס פון דארט נעמט מען ארויס כוחות פאר איבעראל.
די נחמה
און שטעלט זיך א שאלה, דאס איז א נחמה? לכאורה, די בכיה איז, אז אנן בעינן למהיוא כמה מלכה, די מים העליונים זענען דאך א גאנץ יאר אויבן, און די ניסוך המים איז דאך נאר בזמן הבית, און נאר סוכות, די איינמאל א יאר, און פון די תקופה פון ניין הונדערט יאר, פיר הונדערט אין בית ראשון און פיר הונדערט אין בית שני, איז געווארן א נחמה פאר די וואסער? אלא מאי, די ווארט גייט דא טיפער. די נחמה איז נישט נאר געווען דעמאלטס, די נחמה איז געווען אז מ'גייט מנסך זיין המים על החג, דאס מיינט אז יעדע יום טוב סוכות באקומט א מענטש כוחות, און ס'איז לאו דוקא סוכות, אונז גייען מיטנעמען די כוחות אויף א גאנץ יאר. שטייט פון טשערנאבלער מגיד אז זמן שמחתנו. זמן איז די לשון, מיר צוגרייטן. אונז ארבעטן טאקע יעצט, אבער מיט דעם גרייטן מיר צו גרויסע כוחות אויף א גאנץ יאר. דוד המלך, ער האט מתקן געווען, האט ער געהאט די כוחות אז מ'האט מנסך געווען די מים, און די מים איז אנגעקומען ביז די מים התחתונים, ביז אין תהום אריין איז די וואסער דורך די שיתין, און רמב"ם איז משמע אזוי ווי די וואסער איז נישט אנגעקומען ביז אונטן, איז מען נישט יוצא געווען. ווייל די עיקר מציאות הדברים איז דא, אז אונז זענען ארויסגעברענגט אז אונז זענען מקשר און אונז ברענגען ארויס די ענין פון מים התחתונים צוריק ביזן מזבח, און דאס איז די גרויסע שמחה וואס איז געווען, "ושאבתם מים בששון ממעיני הישועה".