שביבי אש ופניני קודש מרבותינו עצי התמרים
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אצל עריכות שלחון הטהור לבחורי קהלתינו חוה"מ סוכות תשפ"ה
ווען א איך גייט אריין אין די סוכה, קען ער שפירן אין די סוכה מעין פון די ענני הכבוד. אזוי זאגט דער ערוגת הבושם, וואס הייסט מעין פון די ענני הכבוד? די ענני הכבוד האט אריינגעברענגט קדושה אין א איד, אז ער זאל שפירן אן עונג רוחני, ער זאל פילן א טעם אין א מצוה, א לעבעדיגקייט אין א מצוה, א פרישקייט אין א מצוה. די סוכה איז מעין פון די ענני הכבוד, און דורך די סוכה קען דאס א איך שפירן, און מרגיש זיין.
מ'הייבט אן זיך מתבונן זיין, מ'זאגט יעדן טאג יום טוב, "אתה בחרתנו מכל העמים, אהבת אותנו ורצית בנו, ורוממתנו מכל הלשונות". וואס מיינט דאס "אהבת אותנו ורצית בנו, ורוממתנו מכל הלשונות"? אונז זענען מיר געהויבן פון אלע אומות. וואס מיינט דאס? מ'עסט קניידלעך אחרון של פסח? מ'עסט קרעפלעך שבועות? דאס הייסט "ורוממתנו מכל הלשונות"? ניין, דאס הייסט נישט "ורוממתנו מכל הלשונות".