הערליכע שיעורים הכנה פאר די בחורים
מאנטריאל: איז פארגעקומען א גאר גויבענער מעמד הכנה צום הייליגן יום הקדוש פאר בחורי קהלתנו הקדושה, וואו עס האבן אויפגעטרעטן מיט גאר שיינע און ציענדע דרשות: דער חשוב'ער מגיד מישרים הרה"ג ר' יואל וויינבערגער שליט"א מיט דברי הכנה והתעוררות, און הרה"ג ר' חיים דוד דעמביצער שליט"א וואס האט באלויכטן בטוב טעם ודעת די עבודת היום פון יוה"ק. (דאס קומט נאך די גאר פראכטפולע פעולות און שטארקע סדרי הלימוד אין דער ישיבת בין הזמנים, וואו אלע בחורים פון די קהילה האבן הנאה בשבת אחים גם יחד מיט אן אויסנאמליכן דיבוק חברים און אחדות נפלאה,)
מאנסי: א פראכטפולער שיעור בהלכה ובאגדה, איז געהערט געווארן דורך דורך איינע פון די דינים אין מאנסי, ווי דער דיין שליט"א האט באלויכטן מיט אן אויסנאמליכער בהירות, עמקות און רייכקייט די הלכות ומנהגים פון די ארבעת המינים, ווען די בחורים שעפן דערפון קלארע ידיעות און א ברענענדיגן שיינקייט און שמחה צום קומענדיגן יום טוב סוכות.
די שיעור איז פארגעקומען נאך א קנאקעדיגע סדר הלימוד אין ראם פון כולל בין הזמנים.