שטייט אין פסוק "בסוכות תשבו שבעת ימים וכו' למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי את בנ"י", מען זיצט אין די סוכה בצלא דמהימנותא, א זכר צו די ענני הכבוד. פון איין זייט זעט מען אז דערפאר האבן חז"ל מתקן געווען אז מ'זאל אריינברענגען די שענסטע כלים אין די סוכה, ס'איז דא אן ענין פון כבוד הסוכה, מ'טאר זיך נישט פירן בדרך בזיון. ווייטער זעט מען אז די סוכה דארף זיין דווקא צוזאמגעקלאפט "באספך מגרנך ומיקבך", דווקא פון די אפפאל פון די שוואכסטע סחורה וואס א איד פארמאגט. לכאורה ס'איז א זמן אסיפה, מ'שניידט אפ די פירות, זמן הקציר, און מ'פרייט זיך. איז פון וואס מאכט מען א סוכה? נישט מיט די שענסטע פירות וואס א מענטש פארמאגט אזוי ווי ביכורים. נאר "באספך מגרנך ומיקבך", די אפפאל פון די גרנך ומיקבך, פון דעהם דארף מען מאכן די סוכה, לכאורה אויב מ'וויל ארויסברענגען די שמחה, וואלט געפאסט צו מאכן פון די שיינע פירות וואס מ'האט צוזאמענגענומען אזוי ווי מ'זעט דאך טאקע, בעצם די נוי סוכה וואס מ'מאכט דארף טאקע זיין פון די שענסטע. און אפי' די מענטשן וואס האבן יא א שיינע סוכה, זיי האבן אן אייגענע הויז וואס מ'מאכט פאר א סוכה, די ווענט קען זיין פון אלע מיני סארטן.פונדעסטוועגן דאך ביי די סכך, וואס דאס איז די עיקר הסוכה, דארט זענען די עשירים מיט די ארעמעלייט צוגלייך, סיי די עושר, סיי די ארעמאן, יעדער איינער האט די זעלבע סארט סכך. ס'איז אפשר ביי איינעם אביסל א טייערע סכך, און ביים צווייטן אביסל א ביליגערע סכך, אבער די דאך וואס דאס איז די סכך די עיקר סוכה, דארטן איז ביי יעדן "באספך מגורנך ומיקבך" די אפפאל פון די העלצער וואס מען האט צוזאמענגעקלויבט. לכאו', אויב איז די צייט פון ארויסברענגען שמחה פון "באספך מגורנך ומיקבך", וואלט לכאורה געדארפט זיין אויסגעשטעלט אז מ'זאל אויסגעלייגן אויפ'ן דאך פון די שיינע פירות פאר סכך, כדי אוועקצוגעבן דאס שענסטע און דאס בעסטע וואס א איד פארמאגט פאר'ן אייבערשטן. און בכלל, אויב איז עס זכר לענני הכבוד, וואס האט עס מיט "באספך מגורנך ומיקבך"?
די גאנצע תכלית צוצוקומען אז אין עוד מלבדו
נאר קען זיין דער ענין איז אזוי, סוכות איז א זמן נאך וואס עס איז שוין דורך ראש השנה יום כיפור. זאגט ר' משה קאברינער, אנדערע זאגן עס פון די הייליגער רוז'ינער זי"ע אז די גאנצע תכלית פון סליחות, אלול, ראש השנה, יום כיפור, סוכות איז צוצוקומען צום "אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו", אז ס'איז גארנישט דא חוץ דעם בוכ"ע. ר"ה יו"כ, איז זיך א מענטש מטהר, און ער קומט צו יו"כ צום תכלית השלימות פון ביטול גמור, און דעמאלטס איז די זמן א מענטש דארף אנערקענען און וויסן אז אין עוד מלבדו, ס'איז גארנישט דא חוץ דעם בוכ"ע, א איד דארף וויסן אז ס'עקזיסטירט נישט גארנישט אויף דער וועלט, נישט אין עניני גשמיים, נישט אין עניני רוחניים, חוץ דעם "אין עוד מלבדו". זיין עבודת ד' איז דער אייבערשטער, זיין דאווענען איז דער אייבערשטער, זיין תפילה איז דער אייבערשטער, און זיין לולב איז דער אייבערשטער, און זיין סוכה איז דער אייבערשטער, און זיין פירות איז דער אייבערשטער, און זיין הויז איז דער אייבערשטער.
אין עוד מלבדו אין עבודה רוחניות
און אין עניני רוחניות איז אויך דא אזא מושג פון "אין עוד מלבדו". לא מיבעי' ווען ער האט געהאט לעכטיגע שלימותדיגע זמנים, דאס דאווענען, די לערנען, די תשובה, די התעוררת, אלע מצוות, אלעס איז געווען ברום המעלה דארף ער געדענקן לויבן אין דאנקן דעם אייבערשטען פאר דעהם, ווייל אלץ איז נאר בכוחו ובזכותו ווייל "אין עוד מלבדו" אין אלעס טוט דער רבוש"ע, וויטער איז דא זייער אסאך מענטשן וואס האבן א "בלו-פרינט" אין עבודת ד'. אוודאי דארף זיך א מענטש משתדל זיין און זיך אנגרייטן מיט הכנה דרבה צום יום הדין, צו ימי רחמים ורצון. אבער צו האבן א "בלו-פרינט" אין עבודת ד', אין כך וכך, אויף דעם און דעם מצב הדביקות קען איך דינען דעם בוכ"ע, און אויב איך בין נישט אין די מדרגה קען איך נישט דינען דעם בוכ"ע (דאס איז אביסל א העכערע בחינה) אבער ביי צדיקים איז דאס געווען א סתירה צו "אין עוד מלבדו", און דאס מאכט זיך זייער אסאך מאל, בפרט ביי בני עליה. ס'קומט ראש השנה, אלול, מ'לייגט אריין סליחות, און מ'לייגט אריין א גרויסע עבודה פון יגיעה מיט עצומה, מיט תעניתים, סיגופים, יעדער לויט זיין מדריגה און די שפיץ איז אז ס'גייט קומען ר"ה ביי תקיעת שופר, ער איז אנגעגרייט מיט כוונות מיוחדות. און ער שטייט שוין ענדליך ביי די למנצח, און פלוצלינג ס'איז אויסגעלאשן. ס'זאגט זיך נישט די למנצח. די אלע כוחות וואס ער האט אריינגעלייגט א גאנץ אלול מיט די ימי הסליחות און זיך אנגעגרייט, ס'איז עפעס געווארן אויסגעלאשן און ס'איז פארטרוקנט. ער האט געוואלט אזויפיל טרערן פארגיסן, ס'קומט א יאר, מ'דארף זיך אויף דעם יאר אזויפיל בעטן, און ער וויל מתפלל זיין, און ס'רוקט זיך עפעס נישט. אדער ביי "ונתנה תוקף", א צווייטער ביי יום כיפור מ'האט שוין אלעס אלעס געמאכט, מ'שטייט שוין ביי נעילה, מ'גייט יעצט זאגן די פסוקי יחוד ביי נעילה, ד' הוא האלקים, און ס'זאגט זיך נישט, דער עולם קאכט אין בית המדרש, און ביי אים קומט עפעס אן אויסגעלאשנקייט, און ס'כאפט אים א צעבראכנקייט און א פארלוירנקייט מיט א יאוש, חלילה, אז זיין עבודת ד' איז נישט ווערד. דא קומט אריין דער רעיון פון אין עוד מלבדו. אוודאי, די יגיעה צוצוקומען צו דעם, צו האבן א הרגשה און א דביקות אינעם בוכ"ע, דארף זיין, מען דארף מתפלל זיין און פארגיסן טייכן טרערן נאנט צו ווערן צום אייבערשטען, אויב אבער ער האט אריינגעלייגט די יגיעה, און למעשה די מחשבה וואס ער האט זיך גע'חלומ'ט אז ער גייט צו דעם צוקומען איז נישט אנגעקומען, צו ווערן צעבראכן פון דעם און אויפגעבן, דאס איז א סתירה צו אין עוד מלבדו. ער דארף זיין גרייט צו דינען דעם בוכ"ע אפילו אין א מצב ווען ס'דאוונט זיך נישט, זיין למנצח האט זיך נישט געזאגט וויאזוי ער האט זיך פארגעשטעלט ס'וועט זיין, זיין פסוקי יחוד יו"כ האט זיך נישט געזאגט וויאזוי ער האט זיך פארגעשטעלט ס'וועט זיין, און פון דעסטוועגן דאך זאגט ער ד' הוא האלקים בלויז ווייל ער גלייבט אז ד' הוא האלקים. אפילו ס'איז נישט מיט'ן קאך, ס'איז נישט מיט'ן ברען, אבער איך טו דעם רצון ד'. און איך וואלט אוודאי געוואלט טון דעם רצון ד' אויף א העכערע בחינה, אבער דער בוכ"ע וויל יעצט פון מיר איך זאל טון דעם רצון ד' אזוי. און דאס איז די זמן און די עכטע הכרה פון אין עוד מלבדו.
ענני הכבוד קומט ווען עס אין עוד מלבדו
ס'קומט יעצט די הייליגע יו"ט סוכות, דארף מען צוקומען צו די הכרה סיי בעניני רוחניות דארף מען וויסן אז מ'דארף טון און זיך משתדל זיין און פרובירן וואס מ'קען. אבער וויאזוי דער בוכ"ע פירט צו למעשה אפי' ס'ארבעט זיך נישט אויס וויאזוי מ'וויל, איך האב נישט קיין בלו-פרינט אז אזוי און אזוי מוז זיין מיין עבודה, איך טו די עבודה וויאזוי דער אייבערשטער וועט מיר צופירן, ווייל ווען עס גייט איז דאס אויך ער ווייל אין עוד מלבדו, ווייטער בגשמיות ס'איז א זמן פון "באספך מגרנך ומיקבך". סיי ווען א איד האט טאקע יא דעם "גרנך ומיקבך", ער האט א שיינע הויז, האט ער אפילו א הערליכע אן אינווענדיגסטע סוכה, דארף ער געדענקען איין זאך די סכך, וואס דאס איז מרמז אויף די ענני הכבוד, דאס דארף טאקע זיין דוקא פון פסולת גורן ויקב דארף זיין צוזאמענגעשטעלט דער סכך, ווייל דיין הויז ארום דארפסטו זיך משתדל זיין און זען וואס דו קענסט האבן. אבער געדענקען דארפסטו אלעס אז דו אליין ביסט א פסולת גורן ויקב, דו קענסט גארנישט אן דעם בוכ"ע, און ווייטער דער איד וואס ווי געשמועסט האט נאר נאכן גאנצן יאהר אינגאנצן צוזאמען געקליבן פסולת גורן ויקב און דאס איז זיין גאנצע פארמעגן, ער קען נאר צוזאמענגעקלאפן א סוכה פסולת גורן ויקב מיט א לומדות, א שוואכע סוכה, מיט גיד אחית ואסיק, אין דאס איז בעצם זיין גאנצע פארמעגן, פון דעם קען ער אויכעט מאכן ענן הכבוד. וויאזוי ווערט ענן הכבוד? וואס איז ענן הכבוד? מ'איז געזיצן אין מדבר מ'האט גארנישט, נישט קיין אכילה, נישט קיין שתיה, נישט קיין נייע קליידונג. אבער אז מען האט דעם בוכ"ע, עס איז דא השראת השכינה, איז דא לבוש, איז דא אוכל, איז דא שתיה, האסטו אלעס, ווייל דער בוכ"ע איז דא מיט דיר. און דאס איז דיין ענן הכבוד. דיין ענן הכבוד איז טאקע דעם פסולת גורן ויקב. דאס דארפסטו נעמען און ווייזן צוויי נקודות: דו ביסט בעצם א פסולת גורן ויקב, דו קענסט גארנישט אן דעם בוכ"ע. און אפילו דו ביסט אין א מצב וואס דו דארפסט אפילו נישט מדמה זיין אז דו ביסט פסולת גורן ויקב ווייל די פארמאגסט באמת נאר פסולת גורן ויקב, דאס אליין קענסטו אויך מאכן אן ענן הכבוד. דאס דארף ווערן דיין שענסטע שטוב, "תשבו כעין תדורו". איך פריי זיך מיט דעם איין נקודה. מ'קען צונעמען פון א מענטש זיין ווייב, זיינע קינדער, זיין הויז, מיט זיין קהילה, מיט זיין פארמעגן, אבער זיין בוכ"ע קען מען נישט אוועקנעמען. און אז מ'קען נישט אוועקנעמען זיין בוכ"ע, האט ער אלעס.
דערפאר טאר מען נישט ארויסגיין פון סוכה, וויל דער אפטייטש פון לעבן מיט די מושג אז "אין עוד מלבדו איז נישט פשט, איך גיי טראכטן אז דער בוכ"ע איז אלעס. דהיינו מער ווייניגער א גאנצן טאג בין איך "איך", און איך האב מיין הויז מיט מיין קאר מיט מיין גאנצע וואוינונג. און אפאר מאל א טאג וועל איך א טבילה טון אין בוכ"ע, איך וועל טראכטן פון אים אז אלעס איז ער. אבער מער ווייניגער אין טאג בין איך דער משתדל, איך טו אלעס, און איך האב א בורא צו מיר אויכעט, וואס איך געב אים אוועק די גאנצע וועלט, די ד' רוחות העולם מיט די ז' רקיעים מיט די ערד. אבער איין זאך און דעם "אחד", ווארף איך דעם "איך" אויך אריין דארט, נאר א איד דארף צוקומען צו א מצב ער זאל וויסן אז ס'איז "אין עוד מלבדו", אז חוץ דעם בוכ"ע איז בעצם גארנישט דא, און אלעס איז דער בוכ"ע, סיי ווען ס'קומט צו ענינים גשמיים און סיי ווען ס'קומט צו ענינים רוחניים.
מ'דארף חזר'ן און געדענקען און לעבן מיט דעם אז אתה הראת לדעת כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו, אתה הראת דו זאלסט באווייזן פאר דיר "כי ה' הוא האלקים אין עוד מלבדו", ויאמר כל אשר נשמה באפו ד' אלקי ישראל מלך אז דו וועסט מאכן דעם בוכ"ע מלך אויף דיר, דאס וועט גורם זיין "ומלכותו בכל משלה" דאס וועט גורם זיין אז די מלכות זאל זיין אויף די גאנצע וועלט. אז דער בוכ"ע זעט אז ס'איז דא א תשוקה אויף דעם, אז ס'זאל זיין "מלכותו מלכות כל עולמים", וועט ער ברענגן משיח צדקנו מרומם צו זיין די קרן השכינה, עס זאל זיין "והיה ד' למלך על כל הארץ ביום ההוא יהיה ד' אחד ושמו אחד".