געשמאקע אטמאספערע שפירט זיך אין די ישיבה, א קלייניקייט, ס'קומט בין הזמנים... אט אט און מען גייט שטיין אויף די אייגענע פיס, און נישט זיין געבינדן צו סדרים און בחינות. בחורים מאכן פלענער, איינער טרעפט זיך א פארמיטאג חברותא, א צווייטער שמועסט אפ צו בויען סוכות, און א דריטער האט אן ערנסטער פלאן ארויס צו העלפן זיין פעטער פארקויפן אתרוגים, ער וועט לייזן א שטיקל אפותיקי דערויף.
צווישן די פרייליכע בחורים געפינט זיך אויך סענדער ברוך, ער איז גאר פרייליך; "ענדליך גייט מען שוין ארויס פון צווישן די פיר תפיסה ווענט פון ישיבה, עס קומט א גוטע חודש, אן קיין מגיד שיעורים אויפן קאפ, אן קיין משגיחים וואס טרייבן, נישטא קיין חזרות מיט חברותות, מען דארף נישט צאלן קנס אז מען שטייט אויף שפעט, בקיצור... פרייהייט".
"סענדער ברוך" עס איז זיין גוטע חבר דודי'ס שטימע, "וואלסט געוואלט לערנען בחברותא בין הזמנים?" אה מיט דודי קען מען פיין פארברענגען, וואלדיג!
"אוודאי"
"אקעי, ווען ווילסטו לערנען?"
"עםםם" -טראכט סענדער ברוך - "נישט פאר דריי אזייגער"
"געוואלדיג, בלייב מיר אויף דריי אזייגער אין ביהמ"ד מושב שמחים, יא?"
"יא"
"אקעי, וואס גייט מען לערנען?"... פרעגט דודי מיט אזא האלבע שמייכל,
"כווייס?.. מ'העט שוין זעהן..."
גוט. אפגעשמועסט.
סענדער ברוך נעמט זיין גמרא, נעמט ארויס די פעקל צעטלעך וואס ליגן דארט צונויפגעזאמעלט, פולע קאטשקערייען און מאלערייען וואס זענען פאבריצירט געווארן במשך די לאנגע פארלערנען'ס מדי יום ביומו, ער שליידערט עס אריין אין גארביטש, קיינער דארף דאס נישט זעהן. די גמרא און די קובץ גייען אריין אין זעקל און מען גייט אהיים... עעענדליךך.
די זייגער קלאפט אויף 12:55, סענדער ברוך לייגט צוזאם זיין תפילין מורמעלנדיג דעם יום, זאגט עלינו, מ'בלאזט שופר, לדוד ה' אורי, און אה, יענקי איז דא, "וואס טוט זיך?" א לופטיגע בין הזמנים שמועס פארמירט זיך.
מיינט נישט אז דאס איז געווען דער ערשטער שמועס פונעם היינטיגן טאג, ער איז שוין אנגעקומען אין ביהמ"ד אזוי פריה ווי 10:30, נאר צווישן מקוה, קאווע, סליחות האט זיך פארמירט עטליכער רואיגע שמועסן אינדרויסן פון ביהמ"ד. ער ענדיגט די שמועס, יעצט איז שוין כמעט 2:00, ער מאכט דעם וועג אהיים מיט רואיגע טריט שלעפנדיג איין פיס נאכן צווייטן, אה א געשמאקע אלול ווינטל קומט אים אנטקעגן.
ארום צוויי דרייסיג איז זיין אייער שפייז גרייט, ער גיבט זיך א וואש, צינד אן דעם נייעס האטליין און מען עסט פרישטאג.
די פעמילי פאון צוקלינגט זיך... דודי איז אויף די אנדערע זייט, "וואס טוציך סענדי עס איז שוין קוואדער נאך דריי גיי מיר לערנען?"
"יא יא" - א שמאגל אריין דעם פעמעלי פאון אין טאש און מ'גייט...
בית המדרש מושב שמחים אנטפאנגט זיי היבש שטיל, די ערשטע זאך איז פארשטייט זיך א קאולע פון די ווענדינג מאשין, אן דעם איז נישט דא מיט וואס אנצוהייבן. נאך א קורצע רייבעריי מיטן גוי פון ביהמ"ד גייט מען אריין אין היכל התורה.
"נא וואס גייט מען לערנען"
"וואס טאקע? אפשר גמרא מס' ר"ה? נע מ'גייט זיכער נישט ענדיגן, און סתם אזוי איז שוין כמעט ר"ה וואס גייט מען טוהן נאכדעם? און בכלל גמרא איז נישט פאר בין הזמנים מ'דארף עפעס גרינגער, אפשר נ"ך אדער עפעס אנדערש?"
די צוויי חברים שפאנען צום ספרים שאנק, און מ'קוקט...
"אפשר קדושת לוי אויף ימים נוראים?"
"עה, קדושת לוי איז פאר חנוכה"
"קעי מאך נישט אזא מצב, נעם עניטינג און לאמיר גיין"
"גוט, איך נעם א מטה אפרים" "קעי ברענג מיר אויך"
עס איז 4:00 אזייגער ווען צוויי חשוב'ע בחורים סענדער ברוך און דוד זעצן זיך אראפ איבער אפענע מטה אפרים'ס און סאדע קענס.
דררר.... די פעמעלי פאון אין סענדי'ס טאש צודריזלט זיך, 'טאטי' קומט ארויף אויפן קאלער איי די, אז א טאטע קאלט הייבט מען אויף, "העלא"
"אה סענדי דו האסט די פאון מאמי זיכט עס...
עניוועי אפשר קומסט יעצט אהיים העלפן בויען די סוכה?"
"איך האב יעצט אנגעהויבן לערנען, אפשר באלד"
"אקעי, איך הייב יעצט אן מיט אברהם ברוך און ווען דו קומסט אהיים וועסטו ארויס העלפן"
"אקעי, ביי".
א פארלייכטערונג קרעכץ רייסט זיך ארויס פון סענדי.
"סוי וואס איז נייעס?" הייבט דודי אן די שיעור...
"וועלכע פלעי פלאנסטו למעשה צו גיין? אונטערן אדער וואגשאהל?"
"נע מיין טאטע וועט מיר זיכער נישט לאזן גיין, כ'וועל עס מוזן זעהן נאכדעם..."
אז די זייגער ווייזערלעך דערגרייכן 6:15 רופט זיך דודי אן אז ער דארף שוין גיין, "אבער מען האט נאך גארנישט געלערנט, טענה'ט סענדי, מען מוז עפעס לערנען", אזוי ארום ווערט די ערשטע סעיף פון מטה אפרים אפגעלערנט מיט א בליץ שנעלקייט איידער די חברותא צוטיילט זיך, ונפרדו לשלום.
ווען סענדי איז אהיים געקומען זענען שוין די ווענט פון די סוכה געשטאנען.
נאך עטליכע מאל עפענען די פרידזש צו זעהן אויב עפעס איז ארויס געוואקסן דארטן וואס איז נישט געווען פריער, און נאך עטליכע וויכטיגע קול מבשר קאלס צו הערן צו עס איז דא עפעס א פרישע באמבע, גייט סענדי צו מנחה מעריב.
אנקומענדיג אין ביהמ"ד זעט ער א קופקע בחורים שמועסן אין הויף, ער שטעלט זיך צו.
"אזא איינער ווי אים איז וואן אף עי קיינד" זאגט נחמן מיט אייפער, יוי איז ער גוט... "ווער" פרעגט סענדי מיט נייגער"
"מעכי שטומפיג" דו מיזט זעהן די לעצטע ווידיאו פון אים, מ'קען משוגע ווערן.
זיי רוקן זיך מער אריין הונטערן בית מדרש, נחמן נעמט ארויס זיין Q און עס הייבט אן שפילן, איינס ברענגט די צווייטע, די חברה ראולן פאר געלעכטער, ער קען נישט אטעמען.
"יוי" כאפט זיך סענדי "עס איז שוין 8 מינוט צום זמן... איך קום שוין צוריק". ער שלייכט זיך אריין אין א שטיבל זיך מיטצוכאפן מיטן בעל תפילה, און נאך פינף א האלב מינוט איז ער שוין צוריק דארט אין איי בעק און מען איז ממשיך מיט די קאמישע ווידיאו סצענעס.
נאך א שעה פארברענגען האט ער שוין פארפאסט דעם מנין מעריב, און די נעקסטע גייט זיין 10:00, "איך גיי קיין שומר שבת" האט ער באשלאסן.
אנקומענדיג אין ביהמ"ד האט ער זיך געטראפן מיט שלוימי.
"אה, שלוימי איך האב דיר שוין נישט געזען א גאנצער זמן, נו, וויאזוי איז דארט אין ארץ ישראל?"
שלוימי האט אים אנגעהויבן אראפצולייגן מיט באק ציינער איבער זיין אנגעפולטער זמן, און נאכמער איבער דעם אב בין הזמנים וואס ער האט געהאט, סענדי האט געפלאצט פאר קנאה.
עס איז שוין געווען קרוב צו 2 אזייגער ביינאכט, ווען סענדי האט פלוצלינג באמערקט דעם זייגער ליגנדיג אין בעט מיט מאשינען אין די אויערן. "אוי, ס'איז אזוי שפעט, און כ'האב סתם דורכגעשטופט א טאג, מארגן הייב איך אן מיט א פרישקייט".
דער קומענדיגער טאג האט סענדי ווייטער געכאפט חצות, און מקיים געווען דעם 'מיעוט שיחה' מיט א גרויסער הידור, שמועסנדיג מיט יעדן בחור וואס איז געווען גרייט צו טרייבן די צייט.
די סעלפאן דריזלט, "העלא"
"יא, אפשר גייסטו קויפן א מילך אין גראסערי? און אויך נאך אפאר זאכן וואס איך דארף פאר אינגרידיענטס"
"חברותא, און איך גיי אין גראסערי"
"אקעי, אבער מאך עס שנעל"
"יא שאר".
אז מ'גייט אין גראסערי איז ער שוין געגאנגען קויפן א דיקן סענדוויטש הויעך פינף אינטשעס, אנגעפולט מיט אייער שפייז, סחוג, פוטער און קרים טשיס, טאנא, טאמעיטאס, פיקל, סאוער פיקל, לעטוס, סאוער קראוט, און נאך עטליכע וויכטיגע נארהאפטיגע באשטאנדטיילן.
"איך קען דאך נישט אהיימקומען מיט די עסן אינדערהיים, מיינע שוועסטערס וועלן אויסגיין פאר קנאה, לאמיר גיין עסן אין ביהמ"ד".
עעענדליך קומט ער אהיים, "האסט געברענגט די מילך?"
"אה, איך האב פארגעסן פארוואס איך בין געגאנגען..."
חיים איז שוין לאנג פארשוואונדן פונעם האריזאנט, אבער סענדי שטייט נאך אויפן זעלבן פלאץ.
"פופציג בלאט... יעדן טאג אנדערהאלבן בלאט..." די ווערטער דרייען זיך אים אין קאפ. חיים גייט יעצט אהיים צוגרייטן א סיום, א גאנצע מסכת ליגט אים אין קעשענע, יעדן טאג פון זיין בין הזמנים האט באקומען א בלאט, א צורה, א תכלית.
און וואס ליגט אין סענדי'ס קעשענע?
דער Q.
פלוצלינג שפירט זיך דער קליינער כלי שווער ווי א שטיין.
די גאנצע בין הזמנים שפילט זיך אים אפ פאר די אויגן; דער מטה אפרים ליגט אפן, ער און דודי האלטן אינמיטן אויסשמועסן 'אונטערן'. זיין טאטע בויט די סוכה מיט אברהם ברוך, בשעת ער 'האט ערשט אנגעהויבן לערנען'. זיין מאמע ווארט אויף מילך, און ער זיצט אין בית המדרש מיט א סענדוויטש וואס האט געהאט מער באשטאנדטיילן ווי זיין גאנצער סדר היום.
ער זעט זיך ווידער שטיין הונטערן בית המדרש און ראולן פאר געלעכטער. דעמאלט האט ער געמיינט אז ער האט די בעסטע בין הזמנים, אבער וואו איז יעצט יענער געלעכטער?
פארשוואונדן.
וואו זענען די אלע 'מעכטיגע' ווידיאוס? ער קען זיך אפילו נישט דערמאנען וואס דארט איז געווען אזוי קאמיש.
וואו זענען די שעות אהינגעקומען?
ער פילט ווי דער פנים ברענט אים פאר בושה. טעג וואס האבן אים אויסגעזען ענדלאז זענען פלוצלינג פארביי, און ער קען נישט צוריקכאפן אפילו איינס פון זיי.
משה נתן האט געבויט סוכות. חיים האט געענדיגט א מסכת.
און ער?
ער האט געעפנט דעם פרידזש.
געקוקט ווידיאוס.
און געמאכט פלענער פאר 'מארגן'.
"אם, מאמי, איך ענדיג דא מיט מיין מטה אפרים", מורמלט ער צו זיך. "כמעט".
ווען ער וואלט זיך נאר אביסל אנגעשטרענגט... א פשוט'ער סדר היום. א נארמאלער חברותא. ער וואלט אפשר נישט געלאכט יעדע מינוט אבער כאטש עפעס געטון מיטן טאג.
חיים וועט מארגן זאגן דעם הדרן.
און איך? פון גרויס ליידיג גיין בין איך אראפ פון זינען כמעט, זיך געדרייט און געפרייט, אויפגעשטאנען שפעט, געהערט אלע מיני האטליינס געקויפט א דעווייס אונטער די נאז פון מיין טאטע און זיך אנגעקוקט מיט אלע שטותים, געווארן דעפרעסט און געקוקט נאך איצי פיצי ווידיאוס.
ער נעמט ארויס דעם Q, קוקט דערויף א לאנגע רגע, און לייגט עס נישט צוריק אין טאש.
ער עקלט זיך דערפון, ער זרק'עט עס אריין אינעם דערנעבנדיגן סוער.
סענדר ברוך האט אן החלטה, די לעצטע צוויי טעג פון בין הזמנים הייב איך שוין אן מסכת שבת.
און דאס איז שוין' אן הכנה פארן קומענדיגן בין הזמנים, איך וועל דאס לערנען אין די פרייע צייט במשך דעם קומענדיגן זמן, און בעז"ה קומענדיגע בין הזמנים מאך איך א סיום!