ער האט סך הכל געוואלט הערן מוזיק, אבער זיין קליינע Q6 איז פארוואנדעלט געווארן אין א שרעק מאשין, מיט פחדים וואס באגלייטן אים נאך עד היום.
מיט זיין גרויסע ליבשאפט צו מוזיק, איז ער נישט גרייט געווען צו פארקויפן זיין Q אפי' פאר א קיבאורד פון פינף אלפים!
וויאזוי האט ער למעשה געמאכט דעם טויש?
ליינט א געשיכטע פון א בחור וועלכער איז נאך ניטאמאל אין ישיבה גדולה, אבער האט שוין דורכגעמאכט א וועלט אויף זיין קליינעם MP3 מיט אן אזויגערופענעם 'הכשר'.
א גוטן חשוב'ער בחור, יישר כח פאר דיין גרייטקייט צו דערציילן דיין מעשה, לאמיר אביסל הערן באריכות, וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן.
איך בין געווען א פשוטע געווענדליכע בחור, ווי רוב דורכשניטליכע בחורים אין ישיבה קטנה. אמאל האב איך יא געהאט געדולד צו לערנען און אמאל נישט. היות איך האב זייער ליב געהאט מוזיק, האב איך געשפירט אז איך 'מוז' האבן א MP3 צו קענען הערן מוזיק, און איך האב זיך טאקע איינגעהאנדעלט איינס.
ווען איך בין געווארן פופצן האב איך אפגעמאכט אז איך דארף שוין איינס מיט א העכערע לעוועל, נישט די פשוט'ע טרוקענע MP3, איך דארף עפעס מער.
נאכן מוטשען מיין טאטע האט ער מיר טאקע געקויפט די Q6, פארוואס דוקא דאס? ווייל דאס האט א הכשר... עס שטייט בפירוש אויפן באקס א זיגל אז עס איז כשר וישר. טאקע נישט די ועד הקהלות הכשר, אבער מוז איך דען האבן דעם בעסטן הכשר?
דאס איז געווען די סיבה פארוואס מיין טאטע האט מסכים געווען מיר צו קויפן דעם Q, אבער די אמת'ע סיבה פארוואס איך האב דאס געוואלט, איז געווען צוליב די גאר אינטערעסאנטע עפפס וואס דאס האט.
למשל, מ'קען דארט עדיטן בילדער, דאס איז געווען עפעס וואס האט מיר געגעבן וואס צו טון אין 'פרייע צייט'... אבער דאס איז נאך גארנישט. ס'פארמאגט זייער אסאך אינטערעסאנטע געימס, לדוגמא איין געים הייסט קענדי קראש, וואס איך האב געהערט אז אסאך טאטעס שפילן דאס אויפן סמארטפאון, ס'איז מורא'דיג אינטערעסאנט, מ'דארף צוזאמכאפן עטליכע קענדיס אינאיינעם פונעם זעלבן קאליר, איך גיי נישט דא מסביר זיין באריכות, אבער מ'קען דארט אסאך שטייגן אין לעוועלס, ס'גייט ממש אן א שיעור העכער און העכער.
נאכדעם איז דא א געים וואס דו קענסט דרייוון א קאר, יא, דרייוון אן אייגענע קאר. מ'קען פארן און מאכן רעיסעס, זיך אריינכאפן פון אנדערע קארס, און פארשטייט זיך מ'דארף וואטשן נישט צו מאכן קיין עקסידענטן, איך האב געמאכט זייער אסאך עקסידענטן דארט.
דו קענסט דרייוון נישט נאר סתם א קאר, דו קענסט אפי' ווערן דער דרייווער פון א פאליס קאר, און אפשטעלן אנדערע קארס! איך האב געפילט ווי משנה למלך ווען איך האב כסדר אפגעשטעלט אנדערע קארס פאר זייערע פארלעצונגען, און איך האב געטיילט טיקעטס פון רעכטס און לינקס, זיך צו נוקם זיין אין אלע טיקעטס וואס מיין טאטע האט געכאפט במשך די יארן...
דאס זעט אויס זייער אינטערעסאנט, וועלכע נאך אינטערסאנטע געימס איז דא דארט?
ס'איז דא זייער אסאך, אבער די צוויי הויפט געימס וואס איך האב געשפילט איז געווען דרייוון א פליגער, און שיסערייען.
דו האסט נישט קיין השגה ווי געשמאק ס'פילט צו דרייוון אן עראפלאן! מ'פילט ממש אין די לופטן, מ'הייבט א פליגער, און מ'לענדט אראפ.
וואס בעסער דו דרייווסט דעם פליגער באקומסטו מער פוינטס, און אז דו קראכסט דעם פליגער פארלירסטו פוינטס. איך האב מן הסתם הונדערטער מאל געקראכט דעם פליגער...
פשששש, וויאזוי האסטו זיך מחזק געווען
נאך אזעלכע שרעקליכע ירידות?
שבע יפול צדיק וקם... איך האב אנגעהויבן מיט א פרישקייט. ווען איך האב אויפגעגעבן מיין Q האב איך שוין געהאלטן ביי לעוועל 280...
מיין אנדערע מערסט אינטערעסאנטע געים איז געווען די שיסערייען, דאס הייסט אז אין די געים איז דא א משכונות קריזיס, ווי טעראריסטן האבן פארכאפט מענטשן, און איך קום ראטעווען די מענטשן דורכן שיסן די טעראריסטן.
דאס איז זייער א קאמפליצירטע געים, וואס מ'דארף וואטשן צו שיסן נאר אויף די טעראריסטן, און ס'זאל נישט קאסטן די לעבנס פון משכונות.
הייסט אז די Q מיט די הכשר האט א געים וואו מ'לערנט זיך שיסן... דאס קומט אויטאמאטיש מיט די Q, אדער דאס איז נאכן אויפברעכן?
דאס קומט אויטאמאטיש.
ביזטו נישט געווען דערשראקן פון די שיסערייען געימס?
ניין, ווייל ביי אונז אינדערהיים קוקט מען נישט קיין ווידיאו, נאר לכבוד חוה"מ וואטשט די גאנצע משפחה צוזאמען ווידיאוס פון אידישע מאוויס, און דארט האב איך שוין אסאך מאל געזען שיסערייען, סא האב איך זיך נישט דערשראקן דערפון.
ווען למשל האסטו געשפילט מיט די אלע געימס, ביי לאנטש, אדער נאך ישיבה?
איך האב געשפילט מיט די געימס בערך 7 שעה א טאג.... איך האב זיך מסדר געווען צו אויסנוצן יעדע מינוט. למשל פארן דאווענען בין איך א לענגערע צייט געווען פארנומען דערמיט, און אריינגעקומען שפעט אינמיטן דאווענען, און אסאך מאל אפי' סוף דאווענען, נאכן שיעור בין איך אסאך מאל ארויסגעגאנגען שפילן מיט די געימס, בקיצור, איך האב געכאפט א שעה דא און א האלבע שעה דארט, סך הכל פארן טאג איז אויסגעקומען בערך 7 שעה.
7 שעה?! יעדן טאג!? וויאזוי האסטו געפילט נאכן שפילן א שעה און אריינקומען סוף דאווענען?
איך האב געפילט זייער נישט גוט. מ'האלט ביים ענדיגן דאווענען, און איך גיב א ראול ארויף די תפילין אויף מיין הענט, און איך כאפ אפ א דאווענען. אבער איך האב געטרייט נישט צוריקצוטראכטן צופיל, איך בין געגאנגען עסן פרישטאג, און געקוקט פאראויס.
נאך א שטיק צייט שפילן די אלע געימס האב איך אנגעהויבן ווערן באורד פון שפילן נאכאמאל שיסערייען און נאכאמאל דרייוון אן עראפלאן, ס'איז שוין נישט געווען אינטערעסאנט.
האב איך אנגעהויבן זוכן וואס נאך אינטערעסאנט איך קען דא טרעפן, איז געווען א בחור וואס איך פלעג אים אייביג בעטן צו קאפיען זיין SD קארד צו מיין Q, און ער פלעגט נישט האבן קיין נערוון צו סעלעקטן נאר די מוזיק, איז מיטגעקומען אסאך ווידיאוס, האב איך שוין געהאט ווידעאוס צו קוקן.
די Q קומט נישט מיט ווידיאוס?
ניין. אבער דורך יענעמ'ס SD האב איך שוין געהאט גענוג און נאך. קודם האב איך נישט געוואלט קוקן קיין ווידיאו, אבער ווען איך בין געווארן באורד פון די אלע געימס, האב איך געפרעגט יענעם בחור אויב ס'איז דא א מהלך צו זען ווידיאו אויף א Q. צו מיין פרייד איז נישט געווען קיין גרעניץ ווען ער האט מיר אויסגעלערנט א טריק וויאזוי דאס צו מאכן. ס'איז געווען גאנץ פראוויזאריש, ווייל עס האט געעפנט די ווידיאו זייער קליין, און מ'האט זיך געדארפט מוטשען צו קענען זען, אבער איך האב זיך שנעל צוגעוואוינט, און כ'האב אנגעהויבן געניסן פון די אלע ווידיאוס וואס כ'האב ארויפגעלייגט.
וועלכע סארט ווידיאוס איז עס געווען?
ס'איז געווען בעיקר קורצע ווידיאוס ווי עפעס א מענטש מאכט זיך זייער משוגע, מיט פאני קולות, און רעדט אינטערעסאנט. למשל, ער מאכט נאך ווי א מלמד זאגט תפלת הדרך אויפן באס, אדער ווי ער טיילט קאפס וואסער פאר מענטשן אויף די גאס. און נאך אזעלכע סטייל דזשאוקס.
וואס איז פאני פון זאגן תפלת הדרך אויפן באס?
איך ווייס אויך נישט פונקטליך, אבער ער מאכט אויך נאך ווי דער מלמד שרייט אויף די קינדער, בקיצור, ער מאכט עס דזשאוקיש.
אהא, און די קורצע ווידיאוס האט דיר געהאלטן געשפאנט?
יא, אבער נאך א שטיק צייט זענען די אלע זשאוקס שוין געווארן פאר מיר צו קארני, ביז איינער האט מיר אויסגעלערנט א גאנצע שמיי
דריי, וויאזוי מ'קען מאכן די Q פאר א געהעריגע ווידיאו מאשין צו קענען זען געהעריג גרויסע ווידיאוס אויף די גאנצע סקרין.
דעמאלט האב איך זיך פארשאפט פון ערגעץ א SD קארד מיט אסאך לאנגע ווידיאוס. קודם האב איך נאר געקוקט מוזיק ווידיאוס, שפעטער אידישע מאוויס, און נאכדעם גוי'אישע מאוויס, אזוי ווי ביי די מעשה פון "וואו איז יוסעלע". אגב, די מעשה איז אמת?
דו פרעגסט מיר אויב די מעשה איז אמת? דו זאגסט דאך יעצט אז דו ביזט גאר דער... יא, די מעשה איז אמת, אבער נישט נאר מיט איין בחור, נאר ליידער מיט אסאך בחורים, און יעצט זאגסטו אז דו ביזט אויך איינע פון זיי...
ביזטו געווען דער איינציגער בחור מיט א Q מיט ווידיאו?
ניין, ס'איז געווען נאך. און מיר פלעגן שעירן צווישן זיך מיט ווידיאוס און מאוויס. גראדע האב איך געהאט פון וואו צו שאפן, און איך האב יעדן מזכה געווען דערמיט.
אז דו רעדסט פון מאוויס, וועלכע סארט מאוויס רעדסטו?
זייער אסאך. סתם א גוי'אישע מעשה פון נאכלויפן און כאפן. רוב מעשיות האבן זיך גערעדט פון דראמאטישע מעשיות פון לויפן, כאפן, שיסן, באמבאדירן, ארעסטירן, פייטן.
א טונקעלע נאכט, א גוי גייט אויפן גאס, פלוצלינג וואקסט ארויס איינער, ער בא'גנב'עט אים מיט א גאן, ס'ווערט א גאנצע פייט צווישן פארברעכערישע באנדעס, דער שיסט אויף דעם, און דער שיסט אויף יענעם, פאליס ארעסטירט, ער אנטלויפט, מ'כאפט אים נאכאמאל, ער שיסט אויפן פאליס, און די רעגירונג ווערט אינוואלווד, בקיצור, דראמא דראמא מיט דראמא.
האסט נישט מורא געהאט?
איך האלט שוין יעצט כמעט א האלב יאר נאכן אויפהערן קוקן די זאכן, און איך האב נאך יעצט מורא. ווען איך גיי אויפן גאס האב איך מורא אז באלד שטעלט זיך אפ א קאר וואס מ'גייט מיר שיסן אדער פארכאפן רח"ל. איך לעב אין א שטענדיגע פחד, אפי' אינדערהיים, ווען איך ליג ביינאכט אין בעט האב איך אייביג מורא אז פלוצלינג גייט א רויבער אריינטאנצן פון פענסטער און מיר אטאקירן.
די ווידיאוס ברענגט מיר אריין אין א וועלט פון אייביגע פחד. חוץ ווען איך בין מיט נאך מענטשן דעמאלטס פיל איך מער פארזיכערט.
א פחד צו הערן וואס די ווידיאוס טוט מיט א מענטש. ווי לאנג האסטו געקוקט די ווידיאוס?
6-7 חדשים.
איך שטעל זיך פאר אז די ווידיאוס פון די גוי'אישע מאוויס האבן נישט געהאט קיין הכשר...
די זעלבע הכשר ווי די Q... אמת, די מעשיות פון גוים פארברעכער און רויבער זענען זייער מיאוס און נידריג, סיי די אויפפירונג, די שפראך, ראיות אסורות, און די גאנצע ארום. איך האב אייביג געפילט אז איך טו עפעס וואס איך טאר נישט, אבער איך האב זיך נישט געקענט ברענגן אפי' צו טראכטן אז איך קען דאס אויפהערן, איך בין געווען אזוי צוגעבינדן דערצו, איך האב דאס ממש געאטעמט.
איך וועל זאגן נאכמער, יעדעס מאל וואס איך האב געענדיגט קוקן א מאווי, האב איך געפילט פלעין עקלדיג, איך קען דיר נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט עקלדיג, אבער איך האב געפילט ווי איך וויל ברעכן, איך האב געוואלט אויסברעכן די לעצטע צוויי שעה. אבער מיט דעם אלעם האב איך נישט געהאט די כוחות צו קענען זאגן ניין.
א חידוש! מען פילט צו ברעכן און מען קען נאך אלץ נישט זאגן "ניין". דאס מיינט אן אדיקשאן.
טאקע, און דאס איז זייער א שווערע געפיהל.
עס איז נישט ווי איינער וואס מאכט א טעות און ער מיינט אז ער טוט א גוטע זאך, ניין, ער פארשטייט און ער שפירט אז יעצט טוט ער עפעס וואס איז נישט גוט פאר אים, און דאך, 'מוז' ער עס ווייטער טון. דאס איז א גייסטישע תפיסה.
דו זאגסט אז שוין באלד א האלב יאר וואס דו ביסט ארויס פון דעם תפיסה, אויב האסטו ממש נישט געקענט טראכטן אויפצוהערן, וויאזוי האסטו למעשה יא געמאכט דעם טויש?
איז אזוי, איך האב אייביג געהאלטן אז איך האב זייער א שוואכע קאפ, און איך פארשטיי שווער א שטיקל גמרא. איך ווייס שוין יעצט אז דאס איז א ליגנט, אבער אזוי האב איך געהאלטן. לכבוד דעם האט מען מיר צוגעשטעלט אן אינגערמאן צו לערנען מיט מיר.
נאכן לערנען מיט אים א שטיק צייט האב איך געפילט סעיף זיך צו עפענען פאר אים, און ער האט מיטגעהאלטן מיין ראנגלעניש.
ער האט געוואוסט אז איך האב שוין אפאר מאל געוואלט אויפהערן צו קוקן, אבער מיין שטארקע אדיקשאן האט מיר נישט געלאזט עס אויספירן אויף למעשה. ס'איז געווען א תקופה וואס די משוגעת מיט די ווידיאו האט מיר געטראגן אזוי ווייט, אז איך האב געקענט זיצן אין ביהמ"ד מיט דעם אינגערמאן, און אינמיטן ביהמ"ד ארויסנעמען די Q און קוקן ווידיאוס.
ער האט אפגעמאכט אז ער גייט טון אלעס אין די וועלט אז איך זאל עס אויפגעבן, ווייל ער האט געהאלטן אז איך טראג מיין לעבן אין גארבידזש אריין, און ער האט מיר ממש געוואלט ראטעווען.
וויסנדיג אז איך האב מורא'דיג שטארק ליב מוזיק, און איך האב ליב צו שפילן אויף א קיבאורד, און איך פארשטיי גוט דערצו. האט ער מיר פארגעשלאגן אז ער גייט מיר קויפן א פינף טויזנט דאלארדיגע קיבאורד! און אנשטאט דעם זאל איך אויפגעבן די Q.
און וואס מיינסטו..... מיין ענטפער איז געווען: ניין!
ער האט געהעכערט דעם פרייז, אז דערמיט וועט ער
צוקויפן א מאשין מיט די פראגראמס פאר די דראמס און סאונדס, אבער דאס האט מיר נישט געטוישט. ער האט דעמאלט צום ערשטן מאל געכאפט וואס דאס מיינט אדיקטעד. און אז ס'איז עכט.
ער האט אנגעהויבן דעמאלט רעדן צו מיר זייער אסאך דערוועגן, ער האט נישט אטאקירט אדער געשריגן, ער האט מיר נאר מסביר געווען דריי נקודות וואס האט מיר אנגעהויבן עפענען מיין קאפ און טוישן מיין בליק אויף די גאנצע זאך.
איין זייער שטארקע נקודה איז געווען צו צוטיילן צווישן תאוה און רצון.
יעדע מענטש 'וויל' זאכן, ס'איז דא זאכן וואס ער האט א רצון דערצו, ער שעצט דאס, און ער ווייסט אז דאס איז ריכטיג צו טון. דאס איז רצון.
דערנאך איז דא ווען איינער זאגט 'איך וויל', אבער ס'איז נישט באמת זיין רצון, ס'איז בלויז א תאוה.
וואס איז די גרויסע חילוק צווישן די צוויי? ביידע זאכן 'וויל ער'.
איך האב אויך אזוי געמיינט, האט ער מיר מסביר געווען, אז א 'רצון' דאס איז וואס דער מענטש וויל באמת. א 'תאוה' איז נישט זיינס, ס'איז דער יצר הרע.
די רגע איך האב געכאפט דעם חילוק האט זיך מיר געעפנט א נייע וועלט, ביז יעצט בין איך אינגאנצן צומישט, דא וויל איך אויפהערן, אבער דא וויל איך ווייטער קוקן ווידיאוס, וויל איך יא אדער נישט?
יעצט האב איך פארשטאנען, אז 'איך' וויל בכלל נישט, אבער מיין יצר הרע ברענגט מיר א תאוה יא צו וועלן. דאס מיינט אז איך בין בעצם גוט, איך וויל גוט, נאר ס'איז נאר דא פרעמדע כוחות אין מיר וואס טראגן מיר צו עפעס אנדערש.
די צווייטע נקודה האט ער מיר מסביר געווען, אז איך קוק יעצט אן דעם בילד, אז ס'איז דא צוויי צדדים, איין זייט בין איך, וואס איך ענדזשוי צו קוקן ווידיאוס און טון לויט וויאזוי מיין תאוה טראגט מיר. פון די צווייטע זייט האב איך א גאנצע ליסטע פון שונאים, אנגעהויבן פון מיין טאטע מאמע, מיין מגיד שיעור, מנהל, משגיח, וואס זיי פארגינען מיר נישט דאס לעבן, און זוכן וויאזוי מיר צו מצער זיין, און זיי ווילן נישט אז איך זאל ענדזשויען לייף...
האט ער מיר געזאגט אז דער אמת'ער בילד איז אנדערש. מיינע עלטערן זענען עלטער, און האבן עקספיריענס אין לעבן, און אפילו אויב בין איך גרויס און קלוג און איך פארשטיי אסאך זאכן, האבן זיי אסאך מער אינפארמעישאן, און ווייסן מער ווי מיר. און זיי פארשטייען אז צו ליגן אין ווידיאוס איז א סכנה פאר מיין לעבן, זיי ווילן מיר נישט דערקוטשען די יארן, זיי ווילן באמת מיר זאל זיין גוט.
און די דריטע נקודה איז געווען, אז כאטש איך בין יעצט 16 יאר אלט, בלייבט מען אבער נישט ביי די עידזש, א יאר ארום בין איך 17, 3 יאר ארום בין איך 19, און צען יאר ארום בין איך 26, און מיין לעבן באלאנגט פאר מיר ווען איך גיי האבן שוועריגקייטן אין לעבן ברוחניות וגשמיות, כאטש מיינע ארומיגע קענען מיטפילן מיט מיר, גיי איך אבער זיין דער וואס טראגט דאס. און דערפאר דארף איך זיך אויסלערנען א שווערער ווארט; אחריות. איך טראג דעם פולן אחריות פאר אלעס
וואס איך טו.
די דריי נקודות האבן מיר געהאלפן טראכטן א נייע וועג. כאטש איך האב נאכנישט אויפגעגעבן דעם Q, בין איך שוין געווען מער אפן אז היות איך ווייס אז דאס איז נישט וואס איך 'וויל' באמת, און איך ווייס אז דאס קען מיר ברענגען צו א שטאפל וואס איך וויל נישט דארט זיין, ליגט דער אחריות אינגאנצן אויף מיר.
און וואס איז געווען דער מכה בפטיש?
יעצט האב איך שוין פארשטאנען אז 'איך וויל' מאכן דעם טויש, און אז איך דארף הילף. איז ער אויפגעקומען מיט אן עצה, מיר האבן געמאכט א דיעל אז ער נעמט דעם Q, און ער האט דאס אוועיליבל פאר מיר אז יעדע רגע וואס איך דארף עס גיבט ער מיר דאס אויפן פלאץ.
און אויב גייט דורכגיין דער גאנצער זמן מיט בין הזמנים וואס איך בעט דאס נישט צוריק, גיבט ער מיר 200$.
מיט 200$ ביסטו געווארן צופרידן? א קיבארד איז דאך פיל טייערער!
ריכטיג, אבער דעמאלטס ווען ער האט מיר אנגעבאטן צו געבן א קיבארד, האב איך נאכנישט פארשטאנען די אלע זאכן, איך בין נאך געווען גענצליך 'דארט'. אבער יעצט, נאכדעם וואס איך האב שוין אליין פארשטאנען וואס איך וויל באמת, איז שוין געווען גענוג די 200 דאלאר מיר צו 'העלפן' זיך שטארקן.
און איך האב טאקע געדארפט דעם שטיפ, דאס איז נישט געווען א גרינגע זאך. איך האב געפילט אז אויב גיב איך אויף דעם Q איין מינוט וועל איך עס נישט דורכטראגן. האבן מיר קודם געמאכט צוביסלעך. איך פלעג יענע צייט קוקן ווידיאוס בערך 15 שעה א וואך, האט מען געשניטן צו 10 שעה א וואך פאר עטליכע וואכן, און נאכדעם צו 5, ביז צוביסלעך האב איך אינגאנצן געסטאפט און אוועקגעגעבן דעם Q.
ב"ה מ'האלט שוין קרוב צו א האלב יאר זינט דעם דיעל, און איך האב נאכנישט צוריקגעבעטן דעם דעווייס!
פששש, דאס איז א אמת'ע דערגרייכונג! זאג מיר אבער דעם אמת, האסטו אמאל געפילט אז דו קענסט שוין נישט, דו מוזט עס שוין האבן?
יא, ס'איז געווען אפאר טאג צוריק. איך האב געזען אז ס'קומט בין הזמנים, און איך האב געטראכט, "וואס גיי איך דא טון גאנץ הזמנים?" איך האב זייער שטארק געוואלט צוריקבעטן דעם Q.
אבער איך האב נאכדעם צוריקגעטראכט ווי שווער ס'איז מיר געווען די מלחמה דאס אויפצוגעבן, און איך ווייס אז נאכן עס צוריק האבן אפאר וואכן, אדער אפי' אפאר טעג גיי איך דאס וועלן אויפגעבן, און איך האב נישט קיין כח נאכאמאל דורכצוגיין די מלחמה... ס'איז ממש געווען יסורים.
אשריך! מיט דיין שטארקייט האסטו זיכער געמאכט א רעש אויבן אין הימל, איך בין דיר פשוט מקנא.
האסטו געשפירט סיי וועלכע חילוק אויף דיר נאכן אויפגעבן דעם Q?
וודאי.....! לדוגמא איך האב נאך א אינגערמאן מיט וועמען איך לערן, וואס פאר אים האב איך קיינמאל גארנישט פארציילט. און עטליכע טעג נאך וואס איך האב אנגעהויבן קוקן מאוויס, פרעגט מיר דער אינגערמאן, "זאג מיר וואס גייט פאר מיט דיר, דו ביזט נישטא, איך טריי דיר צו מסביר זיין א שטיקל גמרא, און איך רעד צו א טיש, וואס איז געשען?..." און אפאר וואכן נאך וואס איך האב אויפגעגעבן דעם Q זאגט ער מיר, "איך מוז דיר זאגן עפעס איז געווארן מיט דיר אנדערש, דו לעצטנס האסטו אנגעהויבן אסאך בעסער און שנעלער צו פארשטיין א גמרא".
און איך זאג דיר דער אינגערמאן איז הייליג גערעכט געווען, די גאנצע תקופה וואס איך האב געקוקט ווידיאוס בין איך נישט געווען דאהי, איך בין געווען ווי מ'רופט עס אויף 'יענע וועלט'.
ווען איך טראכט צוריק פון דעמאלטס, זעה איך אז די גאנצע צייט איז מיין מח געווען פארכאפט אין א וואלקן, איך געדענק נישט געהעריג קיין געשעענישן פון יענע צייט, ווייל אלעס איז געווען פארנעפלט און אומקלאר. ס'האט מיר געדויערט א שטיק צייט פשוט צו לאנדן אויף די וועלט, און מיין מח זאל זיך אויסקלארן.
דיינע חברים מיט וועמען דו פלעגסט שעירן די ווידיאוס, האסטו זיי עפעס געזאגט דערוועגן?
ניין, איך האב נישט געוואלט מאכן קיין מצב אז איך האב אויפגעהערט, ווייל איך האב דאך אפי' נישט געוואוסט ווי לאנג איך גיי דאס קענען אנהאלטן. אבער איך מיין אז זיי פארשטייען שוין אליינס אז איך בין נישט קיין חלק מער פון די ווידיאו גרופע...
און דא וויל איך צולייגן א גאר קריטישע אינפארמאציע, אז ממש אין די צייט וואס איך האב באשלאסן צו אפלאזן מיין Q בין איך געוואויר געווארן פון די 'חברה' אז יא! מ'קען גענצליך אויפברעכן די Q און עס ווערט געהעריג אפן צום אינטערנעט אן קיין שום פילטער רח"ל. איך דאנק דעם באשעפער אז איך האב שוין דאן געהאט באשלאסן צו עס אויפגעבן, ווייל אויב איך וואלט ח"ו אריינגעפאלן נאך טיפער ווייס איך נישט צו איך וואלט יעצט דא גערעדט.
איך מוז דיר גראטולירן פארן אריינקומען אזוי אמת'דיג און קלאר, איך בין זיכער אז דאס גייט זיין א גרויסער חיזוק פאר אנדערע בחורים. צו ענדיגן דעם שמועס, וואס וואלסטו געזאגט פאר אנדערע בחורים וועגן די Q?
איך וואלט געענטפערט אין דריי ווערטער: ק-ו-י-ף ע-ס נ-י-ש-ט!!!!
און וואס טוסטו אויב ס'קומט צו דיר איינע פון די בחורים פון די 'ווידיאו גרופע' און זאגט דיר שטילערהייט אז ער האט באמערקט ווי דו לעצטנס האסטו אויפגעגעבן דיין Q, און ער איז דיר אזוי מקנא, און פרעגט דיר אן עצה וויאזוי ס'איז מעגליך דאס אויפצוגעבן. וואס וואלסטו אים געענטפערט?
איך וואלט אים געזאגט אז ער זאל גיין צוביסלעך, וויפיל שעה א וואך ער האט ביז יעצט געקוקט ווידיאו, זאל ער שניידן מיט עטליכע שעה, און די איבריגע צייט זאל ער דאס געבן פאר א אחריות'דיגער שומר, איינער וואס איז עלטער פון אים, למשל א אינגערמאן מיט וועמען ער לערנט, א משגיח, וכדו'.
יישר כח פאר דיין געשיכטע, עס שטייט אז אויב א איד האט מכשיל געווען אנדערע, איז די ריכטיגע תשובה צו מזכה זיין דעם רבים. מיטן דערציילן דיין געשיכטע פאר טויזנטער בחורים ביזטו א ריכטיגער מזכה את הרבים, און דאס וועט בלי ספק עפענען די אויגן פאר אסאך בחורים זיך צו אפהיטן נישט אנצוקומען דארט, און צו מאכן גדרים וסייגים זיך אפצורייסן פון די אומשולדיג אויסזעענדע כלים.