א פרומער בחור קען יא מאכן נויז
דא רעדט א משגיח אין א ישיבה, איך האב מורא'דיג הנאה צו ליינען די פלאמען, די שרייב ארבעט איז אויף גאר א הויכע לעוועל, מ'זעט דארט ממש די שפראך פון די קופקעס אין ישיבה, וואס קריכט אריין טיף אין א בחור צו קענען פארשטיין און אויפנעמען די טיפע נקודות גרינג און פשוט.
איך האב געליינט עטליכע מעשיות אין די פלאמען וויאזוי דער וואוילער בחור ווערט אראפגעלייגט אלס א וואוילע שטילע שעפעלע, און ווידעראום דער בחור וואס ליגט אין טעקנאלעדזשי, ער מאכט נויז און לאזט זיך הערן, ארום אים איז אייביג לוסטיג און פרייליך. איך בין א משגיח אין א ישיבה, און איך וויל אייך זאגן אז דאס איז א פאלשער בילד. איך קען גענוג און נאך בחורים וואס האבן נעבעך שייכות מיט טעכנאלאגיע, און זענען שטילע פארמאכטע בחורים פאר זיך וואס קיינער הערט נישט פון זיי. און עס איז ב"ה פארהאן גענוג ערליכע וואוילע בחורים, וואס זיצן און לערנען, דאווענען מיט התלהבות. און זיי זענען לוסטיגע פרייליכע בחורים וואס אין זייערע ד' אמות וועסטו אייביג מוזן שמייכלען. יא, זיי לאזן זיך הערן, און זענען פול מיט הומאר. זיי זענען אנדרייער און מאכער, און לעבן מיט חיות יעדע שעה פון טאג.
איי וואס גייט מיר אן? ווייל 'דאס' איז איינס פון די גרעסטע טעותים פונעם דור. אז זיין ערליך באדייט צו זיין שטיל פרום און פארקוועטשט. און אויב וויל מען זיין פרייליך, דארף מען זיין קאנעקטעד צו טעקנאלעדזשי, הערן DJ, און גיין אין מקוה מיט א זאק שעמפו און ספרעיס. דאס איז א פאלנער ליגנט מיט שעדליכע תוצאות.
א ערליכער בחור קען פונקט אזוי זיין דער 'לאוד בחור' פון ישיבה, וואס פון זיין טיש אין לאנטש רום הערט זיך די מערסטע נויז...
איך קען די עלטערע אידן פונעם בילד
א גוטן דא רעדט א בחור, איך האב געזען דעם פלאמען נומער 8 און איך בין ממש ארויס פון התפעלות, אבער בפרט דעם לעצטן פעידזש מיטן בילד ווי איין עלטערער איד קוקט אריין אין א ספר, און א צווייטער ליינט א צייטונג. דאס האט מיר ממש צונומען. דאס איז ריכטיג דער בילד וואס רעדט מער פון טויזנט ווערטער, וויאזוי מ'קען אויסקוקן אויב מ'לאזט די יארן לויפן אן נעמען שריט פארן לעבן.
ליידער קען איך אפאר אזעלכע עלטערע אידן. זיכער דארף מען מכבד זיין יעדן עלטערן איד, והדרת פני זקן איז א מצות עשה, און ער האט געטון מער מצות ווי מיר. אבער ס'איז א ביטערער רחמנות ווען מ'זעט ווי אידן אין די עלטערע יארן פארברענגען צייט מיט דברים של מה בכך, וואס דעמאלט איז שוין זייער שווער זיך צו טוישן.
יא סעלפאן אדער נישט סעלפאן?
איך וויל אייך פרעגן א קשיא, לעצטע בין הזמנים האט איר געמאכט א שרעקליכע קאמפיין וועגן נישט קויפן א סעלפאן פאר א בחור, ס'איז ממש געפערליך, ס'איז פונקט ווי א קרעדיט קארד. טאקע וועגן אייער קאמפיין האט מיין טאטע מיר נישט געקויפט קיין סעלפאן, און איך האב געליטן ברוחניות וגשמיות דמים תרתי משמע.
יעצט זע איך איר לייגט א טעלעקורס פון הגבורים, וואס מ'קען עס נאר מיטהאלטן מיט א טעלעפאן. איר זענט זיך סותר מיני' ובי', עטס זאגט אז א סעלפאן איז טריפה, וויאזוי פלוצלינג מוז יעדער קאלן א טעלעקורס?
פלאמען פאר ערליכע בחורים
ב"ה אז איך פארמאג נישט קיין טעכנאלאגישע נסיונות, סיי ביי אונז אין שטוב איז מען ווייט דערפון, און סיי ביי מיר און מיינע ארומיגע חברים איז דאס אינגאנצן אפגעפרעגט, יה"ר אויף ווייטער. אבער מיט דעם אלעם ליין איך יעדע פלאמען פון דעקל צו דעקל, ס'איז א מורא'דיגע חיזוק אין אלע ענינים, סיי בלימוד התורה, תפלה, התגברות אויף נסיונות, א קלארע בליק אויף אידישקייט, ביטול הזמן, און נאך אזויפיל זאכן וואס איז אזוי גוט געשריבן און גיבט אסאך כוחות.
AI - שווייגט נישט!
א שטיק צייט צוריק האט זיך פריש אנגעהויבן טון וועגן די שרעקליכע מגיפה פון Al, כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט גאר שטארק גערעדט דערפון אין מתיבתא אין קרית יואל, און עס איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסע דרייוו צו בלאקן Al אויף די סעלפאנס. פארוואס זעצט נישט פאר דער פייער? די נושא פון Al טאר נישט אראפגיין פון טיש. איך האלט מיט וויאזוי בחורים רעדן און טעקסטן, ואין פוצה פה ומצפצף, מ'דארף איבערדרייען א וועלט, מ'טאר נישט שלאפן, ווילאנג די זאך איז אויסגעריסן פון כלל ישראל. און איך האב אנגעהויבן פרעגן פון Al איבער אלטע מחלוקת אינדערהיים פאר די קריג. ער האט טאקע געענטפערט זייער אסאך פרטים, אבער גאר שנעל איז דער שמועס געגאנגען מענין לענין שלא מאותו ענין, און איך האב זיך געטראפן פרעגן שאלות וואס דער אויבערשטער זאל שומר ומציל זיין. איך האב זיך געשעמט פאר זיך אליין וואספארא אינפארמאציע איך האב זיך אנגעהערט אין א קורצע צייט. איך בין אריין צו אונזער רבי'ן, און דערציילט וואס דא גייט פאר, ס'איז דא א שרעקליכער נסיון פון Al, וואס איך בין אריינגעשלעפט געווארן בלא יודעים. האט מיר דער רבי געזאגט, אז יא, ער האט אין די לעצטע צייט געהערט שרעקליכע זאכן דערוועגן, און אז דער חורבן פון Al איז דאסמאל דוקא פאר חשוב'ע בחורים און אינגעלייט, וואס זיי האבן א שטערקערע כח המשיכה פאר ידיעות! און האט אויסגעפירט אז איבערן נסיון פון Al מוז מען ארויסקומען בכל התוקף, ווייל דא גילט נישט די ביז יעצטיגע כללים. דערפאר טייערע הבדלה שטאב, איך בין עדות אז Al איז א ביטערער נסיון, בלייבט נישט שטיל דערוועגן, זעצט פאר צו ברענגען אויפוואכונג אז אידישע קינדער זאלן וויסן צו אכטונג געבן און נישט אריינפאלן אין דעם נעץ.
רעדן פון שב"ק איז אצינד נישט קיין עצה
איך געהער צו א גאר חשוב'ע קהלה וואו דער רבי שליט"א איז כסדר פארנומען אריינצוברענגען אינעם ציבור העכערקייט, א ווארימקייט אין שבת קודש, עבודת ה', תפלה מיט השתפכות הנפש וכדומה. און דער רבי האלט בשיטה אז מיט דעם וואס מען איז עוסק אינעם עשה טוב, אויטאמאטיש איז מען נישט אינטערעסירט אין די טעכנאלאגישע שטותים, ווייל אין א קאפ פון תורה און עבודת ה', איז נישטא קיין פלאץ פאר געמיינקייט. ב"ה אז איך בין טאקע אייביג געווען אפגעהיטן פון אלע טעכנאלאגישע נסיונות, און איך בין קיינמאל נישט דורכגעפאלן דערמיט. איין טאג קומט צו מיר א חבר, און זאגט מיר אז Al איז מורא'דיג, מ'קען פרעגן אלע סארט שאלות, און ער ענטפערט אויף אלעם מיט א קלארקייט. זייענדיג איינער וואס האט מורא'דיג שטארק ליב צו באקומען אינטערעסאנטע און היסטארישע ידיעות, האט מיין נייגער זיך אנגעצינדן...
ווייטער מיט די Q?
ווי די ליינער האלטן מיט איז פארהאן א גרויסע טענה ומענה די לעצטע חדשים איבער די נושא פון די Q מיט א הכשר אויב מ'קען זען דערויף ווידיאו אדער נישט. פאריגן חודש האבן מיר געברענגט א לענגערע מעסעדזש וואס א ליינער האט געלאזט דערוועגן, מיינענדיג אז דערמיט וועט זיך אפשטילן די נושא. אבער צו אונזער וואונדער האט דאס געברענגט א פרישער פלייץ פון מעסעדזשעס דערוועגן. אט ברענגען מיר עטליכע מעסעדזשעס אריינגעקומען.
איך האב געהאט די Q און עס האט געהעריג ווידיאו
מ'מוז אנהייבן נעמען די זאך ערנסט אז א בחור קויפט נאר א דעווייס וואס האט די מוכשר זיגל.
איינער שרייבט אז די Q האט נישט קיין ווידיאו, איך וויל זאגן אז די Q איז א געהעריגע MP4, און ס'איז דא גרינגע טריקס צו קענען אקטיוויזירן די ווידיאו, און נאך אסאך ערגערע זאכן.
דער וואס האט געשריבן אז די איינציגע וועג צו קוקן ווידיאו אויף א Q איז דורך GIF, זאל וויסן אז ער לעבט אין א טעות. מ'קען זען געהעריגע לאנגע מאוויס און ווידיאוס, איך רעד ליידער פון עקספיריענס. ס'איז נישט אזוי שווער צו אויסשפילן די סיסטעם. און דערצו אז מ'קען שעירן פיילס דורך בלוטוט און SD קארד, איז עס א שרעקליך שעדליכע כלי.
איך וויל זאגן אז מ'קען קויפן אן עפפ פאר נישט אזוי טייער וואס דערמיט קען מען קוקן ווידיאו אפי' אויף די Q וואס האט עפעס א זיגל דערויף.
איך זע מ'טענה'ט זיך אויב די Q האט ווידיאו, עס האט אפי' א בראוזער! דאס איז א משחית! איך לערן מיט א בחור וואס די Q האט אים פארכאפט צו גאר נידריגע מצבים, און עס איז געווען ביטער שווער ארויסצוקריכן.