Skip to content
Havdulah Blitzen - English

זאק תירוצים

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

ענטפערס אויף די 'לאמיר הערן' שאלות פון די ליינער פון די פאריגע פלאמען

האט איר אן ענטפער אויף איינע פון די געפרעגטע שאלות? #7 718.851.2399

שאלה פון פאריגער אויסגאבע:

איך האב ליב מוזיק, מיין MP3 האט זיך צובראכן. וואס זאל איך קויפן א Q אדער א 24-6 / זינג דעווייס?

די דריטע אפציע

דאס איז א מורא'דיגע שאלה, אבער עס זעט אויס ווי ער גיבט בלויז צוויי אפציעס, 'מאני אר לייף'... איז צום ערשט בארואיג זיך, ס'איז דא אסאך מער אפציעס אויפן טיש, און דו מוזט נישט בלייבן סטאק בלויז ביי א Q אדער א אנליין סטרימינג מוזיק דעווייס.

קודם וויל איך דיר צולייגן אן אפציע פון אן אנדערע זייט אינגאנצן. וואס זאגסטו אויף דעם דו זאלסט אינגאנצן אויפהערן זיין קאנעקטעד מיט מוזיק?... נישט געטראכט די דירעקציע, הא?

איך וויל דיר זאגן פארוואס איך בין דיר מציע דעם געדאנק. דיין שאלה גיבט א רושם ווי דו האסט נישט ליב מוזיק, נאר דו ביזט 'אדיקטעד' צו מוזיק, און דו גלוסט צו הערן מער און מער. אויב גייסטו נאך דיין אינסטינקט, און די פשוט'ע MP3 איז מער נישט גענוג, נאר דו מוזט ארויפגיין א דרגא צו שטילן דיין הונגער, ווארשיינליך וועט די Q דיר נישט העלפן אויף צו לאנג, און אויך נישט די זינג דעווייס.

יא, ס'גייט זיין זייער שווער, דו גייסט זיך טרעפן מיט ליידיג צייט, עס וועט ארויפקומען גאר ווייטאגליכע געפילן וועלכע ווערן יעצט גערוקט אין די זייט דורך די שטענדיגע מוזיק אין די אויערן. אבער די גוטע נייעס איז אז דו וועסט זיך קענען אפגעבן מיט די געפילן, און אנשטאט צו אנפולן דיין לאך מיט מוזיק, וועסטו אפשר אנהייבן כאפן אז דיין נפש דארף אינגאנצן עפעס אנדערש. דו דארפסט נישט קיין פאפקארן און קענדיס, דו דארפסט א נארהאפטיגע געשמאקע נאכטמאל וואס זאל דיר געהעריג זעטיגן. יא דיין נפש דארף א טיפע שטיקל גמרא, א תוספות, און א מהרש"א.

כאפ א אטעם, און טראכט דאס גוט איבער.

עבודה זרה אדער גיד הנשה

איך בין א בחור, די שאלה וועלכע דעווייס צו נעמען איז ווי איינער זאל פרעגן אזא פראגע: "איך וויל טון אן עבירה, זאל איך עסן גיד הנשה פלייש אדער דינען עבודה זרה". זענט עטס נארמאל, מ'לייגט אריין אזא מעסעדזש?...

קול באשה

איך ווייס נישט וואס די Q איז, אבער די 24-6 האט אויך מוזיק פון נשים רח"ל, מיט נאך אסאך שעדליכע אינהאלט.

Q איז ערגער צוליב פייל שערינג

א בחור פרעגט וועגן Q אדער 24-6, איך מיין אז ביידע זענען נישט גוט, אבער די Q איז ערגער, ווייל די 24-6 קען דיין טאטע כאטש אנשטעלן וועלכע זינגערס זאלן ארויפקומען, און ס'איז זייער שטארק געבלאקט. אבער די Q קענסטו קאפיען פיילס פון רעכטס און לינקס, מיט בלוטוט פייל שערינג און SD קארד, און נאך פראבלעמען.

אבער נעם אין אכט אז די 24-6 אפי' מיט גוטע רעסטריקשענס וועסטו אויך אנקומען צו אזעלכע מוזיק וואס דו האסט קיינמאל נישט געהערט אינדערהיים, און א געניטער בחור וועט נישט דויערן אזוי לאנג צו כאפן די פעסווארד וד"ל.

א בחור וואס פארשטייט דיר.

א דילעמע אין די מרחקים

איך זע דא אין די פלאמען א מורא'דיגע שאלה, צי זאל ער קויפן א Q, אדער א 24-6 דעווייס.

איך וויל בעסער מסביר זיין די שאלה. למשל א איד איז געפארן אין די מרחקים, און ער איז זייער הונגעריג, וויל ער עסן פלייש. אבער דא איז נישטא קיין כשר'ע פלייש געשעפט און זיכער נישט קיין כשר'ע רעסטוראנט.

אבער ס'איז דא א געשעפט פון אראבער וואס פארקויפט 'האלאל' - זיי האבן א געוויסע וועג וויאזוי זיי הרג'ען די בהמה. קען איך דארט קויפן פלייש פון א כשר'ע בהמה, אבער ס'איז נבילה וטריפה.

אדער האב איך נאך אן אפציע, עס איז דא דארט א קריסטליכע סעקטע וואס זיי זענען מקפיד צו עסן פלייש וואס איז געהעריג גע'שחט'ן. אבער זיי עסן נאר חזיר פלייש, האבן זיי דארט א געשעפט וואס פארקויפט כשר גע'שחט'ן חזיר פלייש.

וועלכע זאל איך ענדערש קויפן...?

קאמענטארן זענען איבריג.

אוממעגליך צו וויסן

דער בחור פרעגט א שווערע שאלה, די Q3 איז גרינג צו עפענען ווידיאו, Q5 איז פול מיט געימס און בילדער און מ'קען עפענען ווידיאו, Q6 האט די זעלבע פראבלעם און האט נאך אסאך מער געימס. 24-6 האט נשים זינגערס. די בעסטע אפציע פון אלע איז Q4 וואס איך מיין אז מ'קען נישט עפענען קיין ווידיאו. אבער באמת איז אוממעגליך צו וויסן, ווייל בלויז איינער דארף אויפקומען מיטן טריק, און די זאך איז פערטיג.

More in this printout

View the whole printout