הערש מיילעך שלעפט זיך צום קאווע- שטיבל מיט שווערע, מידע טריט, האפנדיג אז די דריטע קאווע וועט שוין ענדליך באווייזן צו עפענען זיינע פארקלעבטע אויגן און אויסלופטערן זיין פארנעפלטן מוח.
נאכ'ן אנפילן זיין 'האט-קאפ' מיט א פרישע הייסע קאווע, כאפט הערש מיילעך צוויי שטיקער צוקער און שפאנט צוריק אריין אין היכל. צו זיין גרויסן וואונדער זעט ער אז זיין חברותא שלום איז נאך אלץ נישטא.
"וואו איז שלום?!" מורמל'ט ער מיט אויפברויז צווישן די ציין. "יעדן טאג לאזט ער מיר דא ווארטן ווי א נאר, און אפילו ווען ער דערמאנט זיך שוין יא צו קומען, ניצט ער נישט געהעריג אויס די צייט. נו... קומענדיגע בין הזמנים וועט ער זיך שיינערהייט מוזן זוכן א צווייטע חברותא."
בעצם איז שלום א וואוילער חסידישער בחור מיט גוטע השגות און הויעכע שאיפות, אבער הלכה למעשה טוט ער גארנישט צום זאך. אין ישיבה איז ער פארנומען מיט טענות אויף די לימודים און אויף די תקנות הישיבה, און בין הזמנים - טראץ אלע זיינע פלענער צו לערנען פלייסיג און אנקומען בלעטער גמרא - ענדיגט זיך עס מיט איין גרויסער נארנישט.
אנשטאט זיך ווייטער צו בייזערן אויף שלום'ן, באשליסט הערש מיילעך אויסצונוצן די צייט און אנהייבן די קומענדיגע משנה. "זאגט די הייליגע משנה," הייבט ער אן צו זינגען מיט א הארציגן גמרא-ניגון, "חמשה תמין וחמשה מועדין..." ער שווימט אריין אינעם ים התלמוד מיט'ן גאנצן מוח, אינגאנצן פארגעסנדיג פון די פארשעמטע קאווע וואס שטייט דארט אין א זייט און קוקט צו די סצענע.
"הערש מיילעך, א גוטן!" רופט שלום אויס, בשעת ער דרייט זיך די פריש-געמאכטע פיאות נאכ'ן נאכמיטאג-דרימל. "נו, גיימער לערנען?"
"אה, שלום, ענדליך ביסטו דא! דו ווייסט ווי לאנג איך ווארט שוין אויף דיר? איך האב שוין באוויזן אפצולערנען א גאנצן עמוד מיט צוויי תוספות'ן!"
שלום האט זיך נישט געפילט באקוועם מיט'ן מצב; ער האט זיך נישט געראכטן אויף אזא סארט קבלת פנים פון זיין חברותא הערש מיילעך. נישט וועלענדיג שפירן שולדיג האט ער אנגעהויבן צוריקצושיסן: "הערש מיילעך, לאז אפ, הער אויף צו לייגן פרעשור, ס'גענוג די לחץ אין ישיבה, לאז מיר אביסל 'בחור'ן'..."
דער שמועס איז תיכף אראפ פון די רעלסן און די גאנצע טענה'ריי איז געווארן היציג. "און ווען נאך פלאנסטו צו ווערן א תלמיד חכם אויב יעצט גייסטו ארומ'בחור'ן?" האט הערש מיילעך געפרעגט מיט א שטעכעדיגע שטימע.
"אי"ה נאך די חתונה, ווען די גאנצע פרעשור פון אלע זייטן וועט זיך ענדיגן און איך וועל ווערן אן אייגענער מענטש, אן קיין קאנטראל פון א מנהל אדער א סיסטעם, דעמאלטס וועל איך זיך זעצן לערנען. הערש מיילעך, וועסט נאך זען, נאך מיין חתונה וועל איך זיין א צווייטער מענטש..."
"און וואס פלאנסטו צו טון די קומענדיגע פאר יאר ביז דיין חתונה?" האט הערש מיילעך געפרעגט מיט נייגער.
"וואס פרעגסטו? יעצט?! אה... קודם דארף איך זיך אויסטשוכענען פון די ישיבה קטנה יארן, ווען איך בין געווען איינגעשפארט ווי אין תפיסה פון פארטאגס ביז שפעט ביינאכט, און נאכדעם וועלן מיר זען ווייטער"
"וואס מאכט דיר טראכטן אז נאך די חתונה וועט זיין בעסער?" האט הערש מיילעך איידעלערהייט אויפגעברענגט די אנדערע זייט מטבע.
"דו ווייסט נישט?! דעמאלטס גייט זיך ענדיגן די גאנצע מציאות פון זיין קאנטראלירט. איך וועל קענען לערנען 'ווען' איך וויל, 'וואס' איך וויל, און 'וואו' איך וויל. איך וועל קענען כאפן א דרימל ווען איך וועל דארפן, קויפן עפעס צו טועם זיין אדער עפעס צו טרינקען, און אט אזוי וועט גיין פייער פון די באלאטעס און איך וועל אי"ה שיין אויסוואקסן," ענדיגט שלום מיט א ברען און עקסטאז.
"אבער," טענה'ט הערש מיילעך ערנסט, "דער מגיד שיעור האלט דאך אין איין חזר'ן אז מען מוז אויסניצן די בחורישע יארן ווייל דאס איז דער יסוד פונעם לעבן, און אזוי שטעלט מען זיך ריכטיג אוועק. פאריגע וואך האט ער געזאגט אז דאס זענען די 'בעסטע יארן' פון א מענטש און מ'דארף אריינכאפן וואס מער ווייל שפעטער טראגט מען שוין אן עול פון פרנסה און פון אנדערע זאכן וואס נעמען אוועק די ישוב הדעת פונעם מענטש."
"דו פארשטייסט נישט?" פרעגט שלום צוריק מיט א צינישן קנייטש אין די אויגן. "דאס איז זיין גאנצע טאקטיק דיר צו מאכן האלטן די סדרי הישיבה; ער שרעקט דיר אן דו זאלסט קאאפערירן, דורכדעם וואס ער רעדט דיר איין אז עס לוינט זיך דיר. וואס דען זאל ער זאגן? דעם אמת, אז עס גייען נאך קומען רואיגע, געשמאקע צייטן ווען מען וועט 'באמת' קענען אויסשטייגן? ער וועט דאס קיינמאל נישט דערציילן, ווייל אויב יא קען ער דאך גלייך אהיימגיין - קיינער וועט אים נישט אויסהערן ביים שיעור..."
"ער איז דאך עלטער פון דיר, ער קען דאך דעם מציאות בעסער" פרובירט הערש מיילעך איבערצוצייגן שלום'ן.
"דאס גיבט אים נאר די 'אויבער האנט' צו פארקויפן די ברוקלין בריק מיט'ן זאגן אז ער ווייסט בעסער. לאגיש שטימט עס נישט, ווייל אונטער דרוק און פרעשור קען מען פשוט נישט שטייגן. פינטל!" ענדיגט שלום דעם שמועס, אן וועלן הערן עפעס ווייטער.
"טאטי, איך וויל יעצט אריבערלויפן אין ספרים סטאר קויפן א קובץ מפרשים, איך קען אפשר אוועקלייגן די סכך שפעטער נאכמיטאג?"
"נישט קיין פראבלעם, אבער פארגעס נישט עס צו טון, איך וויל דיר נישט דארפן נאכאמאל דערמאנען. און אז דו גייסט שוין יא אין ספרים סטאר טו מיר א טובה, קויף מיר ביטע דעם נייעם מדרש רבה וואס איז יעצט ארויסגעקומען, דא האסטו א הונדערטער, עס דארף צו קאסטן בערך ניינציג דאלאר"
"אקעי טאטי, הצלחה רבה."
שלום קומט אריין אין געשעפט, און ער קען קוים טרעפן א פלאץ דורכצוגיין צווישן דעם גאנצן עולם און די הויפענעס ספרים. שטאקן מיט עוז-והדר גמרא'ס פון אלע ישיבה מסכתות ליגן אנגעווארפן אין אלע ווינקלען, אזש עס קוקט דא ממש ווי א היכל הישיבה נאך מעריב... דאס גאנצע געשעפט ווירבלט מיט בחורים און אינגעלייט וואס זענען געקומען איינקויפן פאר'ן נייעם זמן; איינער זוכט א שולחן ערוך, א צווייטער א חובת הלבבות, און דער סעילסמאן קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט די פילע שאלות איבער די אלע סארט ישיבה און כולל ספרים.
שלום זוכט זיך אויס א שטילן ווינקל און הייבט אן זוכן אינטערעסאנטע ספרים, ווארטנדיג אז די געדרענג זאל זיך אביסל בארואיגן. ער נעמט ארויס פונעם שאנק דעם פרישן ספר 'כל ימי גדלתי' וואס איז א בינטל רייכע זכרונות אראפגעשריבן דורך אן אונגארישן איד, און ער הייבט אן בלעטערן דערין. דער מחבר פארציילט דארט איבער זיין שטעטל אינדערהיים און איבער די איינוואוינער, און דערנאך גייט ער אריבער צו זיינע זכרונות פון די בחור'ישע יארן, וואס דאס ווערט שוין באמת אינטערעסאנט.
"גלייב מיר אז איך וויל, אבער ס'איז פשוט אוממעגליך" הערט שלום פלוצלינג א געשפרעך פון די אנדערע זייט שאנק. עס הערט זיך ווי א אינגערמאן גיסט זיך אויס דאס הארץ פאר א גוטן חבר איבער זיינע פריוואטע שוועריגקייטן. שלום וויל ווייטער ליינען די זכרונות, אבער ער ווערט אריינגעשלעפט אינעם שמועס:
"...נאכאמאל, מיינע בילס אליין קומען אויס איבער דריי הונדערט דאלער יעדן איינציגן חודש, און דאס איז נאך אויסער די רענט און גראסערי וואס איך קען קוים דעקן. און פון מיין קרעדיט קארד באלאנס וויל איך אפילו נישט רעדן..."
עס איז געווארן שטיל פאר א לאנגע מינוט; דער יונגערמאן לאזט יענעם אויסרעדן.
"דו כאפסט נישט מיין מצב..." הערט שלום ווייטער ווי יענער רעדט זיך אפ, "איך וויל באמת קענען גוט די מקצועות וואס איך לערן, אבער מיין קאפ איז נישט רואיג ביים לערנען, איך האב נישט קיין טראפ ישוב הדעת. די געלט וואס קומט אריין יעדן חודש איז ווייט נישט גענוג צו דעקן די הוצאות, און אפילו דאס ביסל קומט נישט אן אין צייט, און מיין לענדלארד נעמט נישט אן קיין תירוצים. די פרעשור איז שרעקליך."
"כולל געלט האב איך לעצטנס נישט באקומען געהעריג, ווייל די צוויי חדשים וואס מיין יענקעלע האט געציינדלט בין איך געווען אויף גאנצע נעכט, און איך פלעג וועגן דעם אנקומען אין כולל זייער שפעט, וואס דאס האט ממש גארנישט איבערגעלאזט פון מיין כולל טשעק." פירט ער אויס מיט א קענטליכן ווייטאג אין זיין שטימע.
"ס'איז ממש אינטערעסאנט מיטצוהאלטן דאס לעבן פון א יונגערמאן נאך די חתונה" - טראכט שלום צו זיך. "ס'איז גאר אנדערע דאגות און