Skip to content
דעם רבי'נס ליכט - אידיש

פלאמען אויפן קאלטן אייז - קאפיטל 7

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אין קורצן פון פריער:

הרה"ח ר' מעכל דארפמאן וואקסט אויף אין א רעכט חסידישע שטוב אין טשעמראוויטש וואס איז אין רוסלאנד. ער ווערט ל"ע פאר'יתומ'ט אלס א קליין קינד. זיין טאטע, ר' יהושע דוד איז פון די בני חשובים אין שטאט. ער געבט זיך אפ מיט די קינדער און לערנט מיט זיי תורה און יראת שמים. ער נעמט מיט דעם קליינעם מעכל צו דער שחיטה און צייגט אים אלעס ארום דעם ענין. ער לערנט אים אויס די הלכות פון שחיטה. אלס בחור מוז מעכל אנטלויפן פון די רוסן צו לערנען אין ישיבה. איין טאג באקומט מעכל א בריוו פון טאט'ן אז די קאמוניסטן לייגן א בייז אויג אויף אים. מעכל איז נאכנישט געווען קיין ברסלב'ער אבער ער פארט קיין אומאן צו מתפלל זיין ביים רבי'ן. פיר שעה וויינט ער זיך אויס פאר זיין טאט'ן. דער טאטע איז טאקע ניצול געווארן פון די רשעים און מעכל איז שוין געבליבן אין אומאן אלס פייערדיגער חסיד. ר' מעכל ווערט פארשיקט קיין סיביר.

אצינד ליינט ווייטער:

אין סיביר וואו מענטשן זענען אויסגעגאנגען פון ביטערע קעלט און פיינפולע הונגער באגלייט דורך אנשטעקיגע קרענקן און יסורים, איז ר' מעכל געווען פון די געציילטע וואס האבן זיך אויפגעהאלטן דארט און נישט קיין שלעכטע אומשטענדן. אנדערע ארעסטאנטן האבן געדארפט האקן ריזיגע ביימער און שלעפן שווערע קלעצער און ציגל פאר לאנגע קילאמעטער אין די פראסטיגע וועטערס, בעת ר' מעכל האט זיך געדרייט אין זיין פעקטערי נישט דארפנדיג זיין אויסגעשטעלט צו די דרויסנדיגע קעלטן. אויך עסן האט ער געהאט גענוג, נישט אז ער איז סערווירט געווארן ווי אין א פינף שטערנדיגע האטעל אבער ברויט און אביסל ירקות צו דער זעט האט אים נישט געפעלט. פארווארפן ווייט פון א אידישע ישוב, האט ר' מעכל קיינמאל נישט פארגעסן פון קיום תורה ומצוות. ער האט געדאוונט און געלערנט ווי ער וואלט זיך געפונען ביי זיך אין ספרים שטוב. אויב מען האט געדארפט זיין פינף אזייגער פארטאגס ביי דער ארבעט איז ער שוין אויפגעשטאנען פיר אזייגער צו קענען אניאגן צו לייגן תפילין און דאווענען שחרית. עס איז נישט אריבער קיין טאג וואס ר' מעכל האט נישט געוויינט און זיך געבעטן צום באשעפער אז ער זאל נישט פארלירן זיין אמונה. טאג איין טאג אויס האט ער מתפלל געווען אז דער אויבערשטער זאל אים ארויסנעמען פונעם גלות גאר גיך און ביז דערווייל זאל ער קענען ביישטיין זיינע נסיונות. איינער פון זיינע גרעסטע שוועריגקייטן אין דעם פארווארפן ארט איז געווען, אז ער האט געדארפט וואוינען אויסגעמישט מיט די ערגסטע באנדיטן וואס די וועלט האט שוין אמאל געזען. צווישן די ארעסטאנטן זענען געווען פון די סארט פערשוינען וואס ווען מען זעט זיי אין גאס לויפט מען אריבער צום אנדערן עק וועלט אויס פחד און שרעק, אבער

אין סיביר האט מען געדארפט וואוינען מיט זיי טיר ביי טיר און לעבן האנט ביי האנט. נאר צו שטיין אין זייערע ד' אמות האט געווארפן א פחד ווער רעדט נאך זיך צו פארטשעפען מיט זיי. די גזלנים און רוצחים האבן געקענט טון וואס זיי האבן געוואלט און עס זאל קיינעם נישט אינטערעסירן אז עס איז דא איין מענטש ווייניגער אין דארף. די באנדיטן האבן ניטאמאל געדארפט אפגעבן דין וחשבון פאר די אינסטאנטן אויף זייער מיאוס'ע מעשים. זיי האבן געקענט ערלעדיגן מענטשן אן קיין בלינק מיט די אויגן ה"י. ר' מעכל האט געוואוסט אז ער מוז טון זיין השתדלות פאר די מצוה פון ונשמרתם מאוד. שטערקער ווי זיי איז ער זיכער נישט און וואוינען מיט זיי איז ממש סכנות נפשות. ר' מעכל האט געטון וואס יעקב אבינו האט געטון מיט עשו, ער האט זיי באגאסן מיט מתנות. יעדעס מאל וואס ער פלעגט באקומען א פעקל פון אינדערהיים האט ער זיך געזעצט נעבן די הויפטן פון די רוצחים און זיך געטיילט מיט זיין סעודה ווי אלטער גוטע פריינט. דאס איז געווען ביי די באנדיטן א חידוש ווייל אין סיביר האט קיינער נישט אוועקגעגעבן פון זיין אייגנטום מיט'ן אייגענעם ווילן נאר געצווינגענערהייט - אין אנדערע ווערטער, דורך גניבה וגזילה באגלייט מיט רציחה... ווען די אנדערע פארברעכער האבן געזען אז דער מעכל איז א פריינט מיט די הויפטן פון זייער גרופע, האבן זיי זיך נישט דערוואגט זיך צו פארטשעפען מיט אים. אזוי האט ר' מעכל מיט זיין פקחות איבערגעלעבט דעם גלות בשלום.

די ארעסטאנטן אין סיביר האבן ליידער ביטער געליטן פון די פייניגונגען וואס די קאמוניסטן האבן ארויפגעלייגט אויף זיי. מען האט זיי געצאפט דאס בלוט אן אויפהער, יעדער פאר זיך האט געליטן פון זיין גלות. מענטשן זענען דארט ארומגעגאנגען אן קיין קאפ. מען איז געווען אין טיפן עצבות און געליטן אויף די נערוון. ר' מעכל פלעגט דערמאנען איינער וואס פלעגט טאג און נאכט זיך אונטערמורמלען צו זיך: "צוויי ווערטער..." איינמאל האט ר' מעכל פארפירט א שמועס מיט אים און אים אויסגעפרעגט איבער די 'צוויי ווערטער'. יענער האט מיטגעטיילט זיין געשיכטע: "אלס הויכגעשעצטער פראפעסאר אינעם פעלד פון חינוך בין איך געווען א מכובד'יגער מענטש וועמען מען האט ארויפגעקוקט און זיך שואל-עצה געווען. איינמאל איז געקומען אין שטאט א גאסט פון די שישקעס פון די קאמוניסטן. דער רעגירונג האט אויסגעהאנגען צעטלעך צום פארברייטערונג פונעם קבלת-פנים וואו מען וועט אויפנעמען דעם חשובין גאסט מיט כבוד און עהרע. איך האב געוואוסט אז יענער איז א גרויסער רוצח און איך האב נישט געקענט צוקוקן ווי מען טיילט אזא גרויסע פארציע כבוד פאר אזא נידערטרעכטיגער אכזר. ביינאכט, פארשטעלט אין די טונקלקייט האב איך זיך דערנענטערט צו די פלאקאטן און צוגעשריבן צוויי ווערטער וואס האט פארשעמט דעם גאסט. פארשטייט זיך אין קאמוניסטישע רוסלאנד לאזט מען נישט ארויסזאגן קיין מיינונג אפילו וואס איז אומשעדליך אבער ווער רעדט נאך פון אזא מיינונג וואס קען אונטערברענגען די גאנצע מדינה. מען האט חוקר ודורש געווען אלע איינוואוינער ביז מען האט מיר געפאקט. און דא שטיי איך יעצט, וועגן די 'צוויי ווערטער'!" האט ער געענדיגט זיין טרויעריגע געשיכטע.

~~~

ר' מעכל איז געווען א פיינער אויפזעער אין דעם פאבריק. אנדערש ווי די אנדערע אויפזעערס אין סיביר און בכלל אין רוסלאנד, האט ער זייער גוט באהאנדלט זיינע ארבעטער און זיי האבן אים טאקע זייער געשעצט פאר דעם. ער האט חס ושלום קיינמאל נישט געפייניגט זיינע אונטערטאנען. מיט חכמה האט ער געהאט דעם ריכטיגן צוגאנג ווי צו אנפירן די ארבעט אין פאבריק אז די ארבעטערס זאלן זיך נישט פוילן אבער אויך נישט ווערן אונטערדרוקט. אויך די קאמוניסטן זענען צופרידן געווען פון די גוטע ארבעט וואס ר' מעכל האט ארויסגעגעבן. די אלע גלאז פאפיר האט מען ארויסגעשיקט צו די רעגירונג וואס האבן זיך זייער גענויטיגט דערין פאר זייערע בוי פראיעקטן איבערן לאנד. (גלאז פאפיר ווערט גענוצט צו אפקראצן ווענט איידער מען קאלעכט.) זיין הויכע פאזיציע האט ר' מעכל אויסגענוצט ארויסצוהעלפן א איד. אויב האט ער געהאט אביסל מער עסן האט ער זיך געטיילט מיט א צווייטן. ער האט פראבירט אריינצובלאזן א חיות אין די פארלאשענע, פארפייניגטע אידן מיט חיזוק און ווארימע ווערטער, אז מען זאל זיך נישט מיואש ווערן נאר האפן און בעטן אויף ישועת השם. יעדן שבת און יום טוב האט ר' מעכל געפראוועט וויפיל ער האט נאר געקענט אין יענע ביטערע אומשטענדן. דער אויבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט נישט געדארפט מחלל שבת זיין ביי דער ארבעט. ער איז געווען דער אויפזעער, דעריבער האט ער געקענט זיך ארויסדרייען פון טון א מלאכה.

יעדן אינדערפרי און אויפדערנאכט האבן אלע ארעסטאנטן געדארפט זיך צאמקומען ביי א געוויסע פונקט וואו מען האט זיי איבערגעציילט צו מאכן זיכער אז קיינער איז נישט אנטלאפן פון דעם שרעקליכן ארט. אויב איינער איז געשטארבן, וואס איז געווען א טאג-טעגליכע ערשיינונג, האט מען געדארפט ציילן זיין קערפער ה"י און דערנאך אפשיקן צום באגרעבעניש. (און דארט פון דער ווייט האט די משפחה געווארט און געהאפט אז זייער געליבטער זאל זיך אומקערן צוריק אהיים...) די שאקירנדע נייעס: די קאמוניסטן פלעגן קאנטראלירן די נייעס בלעטער. נאר דאס וואס זיי האבן געוואלט אז דער המון עם זאל הערן און וויסן, נאר דאס האבן זיי געמאלדן. די נייעס איבער דער צווייטער וועלט מלחמה און אירע ביטערע שלאכטן האבן זיי אויך דערציילט אבער נאר די מפלות פון די דייטשן, זייערע אייגענע מפלות האבן זיי פארהוילן. אויך די נייעס איבער דאס אומגליק פון כלל ישראל, האבן זיי ברייט געשילדערט. פאר די ארעסטאנטן האט מען נישט ערלויבט צו האלטן צייטונגען, אבער עס איז יא געווען א נייעס ווינקל, וואו די די קאמוניסטן האבן אויסגעהאנגען נייעס בלעטער. די ארעסטאנטן פלעגן זיך דארט איינזאמלען צו ליינען וואס ס'טוט זיך אויף דער וועלט. איין טאג האט ר' מעכל געליינט די שוידערליכע טראגעדיעס וואס עס קומען פאר אויף זיין פאלק. עס איז געווען דארט ברייט געשריבן ווי די נאציס ימ"ש האבן אויסגע'הרג'ט גאנצע שטעט און קהילות וואס האט אים אויפגעטרייסלט ביז צו די טיפעניש פון זיין נשמה. ר' מעכל פלעגט דערציילן: "איך בין געווען אזוי צורודערט פון דעם אז איך האב מיך נישט געקענט קאנצענטרירן מיין קאפ." א גאנצן טאג האט ר' מעכל זיך ארומגעדרייט פארטראכט און פארדאגה'ט. ער האט זיך זייער געזארגט אויף זיין טאטע און משפחה. ווער ווייסט וואס ס'טוט זיך מיט זיי היינט צוטאגס? ווי אזוי האלטן זיי אויס די צרות, אויב זיי לעבן נאך בכלל? די שווערע מחשבות האבן אים נישט געגעבן קיין מנוחה. שפעטער, ווען אלע ארעסטאנטן האבן זיך געדארפט צאמקומען פאר א ציילונג איז ער פשוט נישט אנגעקומען. זיין מח איז בכלל נישט געווען אויפן קאפ צו טראכטן און וויסן וואס ער האט צו טון. פאר אזא פארלעצוננג האט מען געקענט באצאלן מיט א קויל אין קאפ. מען פלעגט ארויסשיקן הונטן צו זוכן דעם ארעסטאנט און אים הרג'ענען אן קיין משפט. אז ער איז נישט אנגעקומען מיינט דאס אז ער איז אן אנטלאפענער און אזא איינער קען א וועכטער הרג'ענען אן קיין שום קלער ה"י. ר' מעכל איז געווען אין זיין צימער, ווען ער האט פלוצלונג געהערט בילן פון הונט און שרעקליכע קולות. ער גיבט זיך א כאפ אויף פון זיינע ווייטאגליכע מחשבות און האט זיך שנעל אריאנטירט. "וואו ביזטו געווען ביים ציילונג?" האבן די וועכטערס געקוויטשעט. "וואס הייסט וואו? איך בין געווען דארט גאנצע צייט." "דו זאגסט ליגנט, ביזט נישט דארט געווען!" האבן זיי ווייטער געשריגן. דער אמת איז, אז ער איז טאקע נישט דארט געווען, נאר ערגעץ אנדערש, דארט ווייט אוועק וואו זיין קאפ איז געווען, צווישן אחינו בני ישראל..." ר' מעכל האט אריינגעכאפט נאך אפאר קולות און קללות און די וועכטערס האבן אים אפגעלאזט. דאס איז געווען ממש א נס. זיי וואלטן אים גרינגערהייט געקענט אוועקלייגן.

~~~

א גאסט אין שטעטל...

הרה"ח ר' יצחק געלבאך ז"ל איז ליידער אויך געווען פארווארפן אין סיביר פאר לאנגע יארן. אבער אנדערש ווי ר' מעכל, האט ער ליידער געדארפט ארבעטן ביטער שווער אין קעלט און אין הונגער. ר' יצחק איז ליידער געווען אין א שווערע מצב. די איינציגסטע זאך וואס ער האט געקענט טראכטן איז געווען אז ער זאל זוכה זיין קומען צו קבר ישראל. יעדן טאג האט ער זיך גערישט אז ס'איז זיין לעצטן טאג. זיין גאנצע דאגה איז געווען אז ער זאל חס ושלום נישט פארוואגלט ווערן אין א גוי'שן בית הקברות אדער חס ושלום ווערן באערדיגט אין די קאלטע אייז. איין טאג, גייענדיג אין גאס, איז ר' מעכל איבערראשט געווארן צו באגעגען זיין נאנטער ידיד, ר' יצחק געלבאך, פון רבינ'ס לייט, מיט וועמען ער האט פארברענגט אין אומאן. די צוויי ידידים האבן זיך זייער געפרייט איינער מיט'ן צווייטן. ר' מעכל גיבט נאר איין קוק אויף ר' יצחק, און ס'ווערט אים נישט גוט אויפ'ן הארצן. ר' יצחק'ס אויסגעמאגערטע קערפער איז געווען באקליידעט מיט אפגעריסנע שמאטעס און לאטעס. זיינע פיס זענען געווען בארוועס, ארומגעבינדן מיט אפאר שמאטעס אנשטאט שיך! און אזוי איז ער נעבעך געגאנגען אין די פראסטיגע וועטערס איבער די קאלטע שניי. ר' מעכל האט נישט געטראכט קיין צוויי, נאר גלייך געטון צו דער זאך. ער האט אים געפירט צו די קליידער פאבריק וואו ער איז געווען אויפזעער. פארשטייט זיך אז ער האט אים נישט געקענט געבן א זעקל וועש אין האנט, ווייל דאן וואלט מען אים געכאפט. ער האט אריינגעפירט רבי יצחק אין א זייטיגן צימער און דארט האט ער אים אויסשטאפירט פון קאפ ביז פוס, און אויך א נייע פאר שיך. ר' יצחק איז ארויס א נייער מענטש אן דעם וואס די טויער וועכטערס זאלן כאפן אז ער האט גענומען פון די מאמע-רוסלאנד דאס וואס מען האט פון אים צוגענומען...

אויפ'ן וועג ארויס!

איבער זעקס יאר האט ר' מעכל געשמאכטעט ווייט אוועק אונעם אייזיגן סיביר ווען ער האלט זיך שטארק אין דער אמונה. ענדליך איז געקומען דער טאג וואס סטאלין האט איינגענומען א פגירה און מען האט ארויסגעלאזט אלע פאליטישע ארעסטאנטן. די אידן וועלכע זענען קעגן די קאמוניסטן מיט זייער אמונה אינעם איינציגן באשעפער, זענען אויך פאררעכנט געווען אין דעם קאטעגאריע, אלס פאליטישע פארברעכער וועלכע ווילן אונטערברענגען די מאמע רוסלאנד. נאטירליך, וואלט ר' מעכל אויך געדארפט זיך ציילן צווישן די גליקליכע וועלכע ווערן אויסגעלייזט, אבער די סדומ'ער געזעצן האט געלויטעט אז אויב האלט איינער אן א פאסטן וואס די רעגירונג דארף האבן זיין ארבעט, דאן קען מען אים אפהאלטן פון ארויסגיין אויף דער פריי. די גוטע פאסטן וואס האט דערהאלטן ר' מעכל ביים לעבן אין די ביטערע טעג, האט אים דא אפגעהאלטן פון ווערן באפרייט. ווען זיין פרוי אינדערהיים האט געהערט אז איר מאן קען נאכאלץ נישט ארויסגיין פריי, איז זי אריבער צו אן אדוואקאט צו זען אויב ער קען עפעס טון פאר זייער וועגן. "וואס גיבסטו מיר," האט דער אדוואקאט געפרעגט. ער האט געמיינט ביזנעס... "אונזער הויז," האט די פרוי געענטפטער. דער אדוואקאט האט זיך אריינגעלייגט אין דעם קעיס און ער האט מצליח געווען צו ערלעדיגן א באפרייאונג פאר ר' מעכל. ר' מעכל פלעגט שטענדיג מתפלל זיין אז די גוטע בשורה פון זיין באפרייאונג זאל קומען אום שבת וואס איז פאסיג פאר אן עונג-שבת און טאקע אזוי איז געווען, שבת קודש איז אנגעקומען די גוטע בשורה אז ער איז באפרייט. די שמחה פון ר' מעכל איז געווען אין -לשער ווען ער האט שוין געקענט טראכטן פון פראווען א סעודת-הודאה. מען האט ענדליך דערגרייכט דעם גרויסן טאג וואס מען האט זיך ארויפגעזעצט אויפ'ן באן צו מאכן נאכאמאל דעם לאנגן מאטערדיגע רייזע אבער יעצט אויפ'ן פארקערטן ריכטונג. ווי אנדערש זענען געווען די געמיטער אויפ'ן צווייטן וועג. מען איז געווען גליקליך צו זיין פון די געציילטע איבערלעבער זיך צוריקצוקערן אהיים צו די פארבענקטע משפחה. וואס קען שוין זיין ערגער? ר' מעכל שילדערט ווי אזוי מען האט געמיינט אז ערגער ווי די קאמוניסטן קען שוין נישט זיין אבער ווען ער איז אנגעקומען אהיים און עס האט זיך אים אנטפלעקט דעם גרויזאמען חורבן וואס די נאציס ימ"ש האבן אנגעמאכט, האט ער זיך איבערצייגט אז זיי שטייגן ווייט איבער די רוסן... ווי נאר די דייטשן האבן אריינמארשירט אין טשעמראוויטש (ר' מעכל'ס געבורט שטאט) האבן זיי זיך די ערשטע זאך גענומען צו די רבנים, ווען דער חשובער טאטע ר' יהושע דוד איז צווישן זיי. די פארשאלטענע נאציס האבן זיך גערייצט מיט אים אז אזוי ווי ער איז א חשוב'ע פערזענליכקייט וועט מען אים געבן א בעסערע באהאנדלונג אז ער וועט זיך מעגן גראבן זיין אייגענעם קבר אנשטאט דעם קבר אחים. אזוי האט מען אים ליידער אומגעברענגט על קידוש השם, הי"ד. פון זיין היימשטאט טשעמראוויטש איז ליידער גאנישט געבליבן. אויך אומאן איז נישט פארשוינט געווארן. דאס וואס ר' מעכל האט זיך געפונען אין סיביר בשעת עס זענען פארגעקומען די הריגות האט אים געראטעוועט דאס לעבן. זיין ווייב איז געווען צווישן די געציילטע איבערלעבער וועלכע האבן אויספיעט צו אנטלויפן פון אומאן באצייטנס און איבערלעבן דעם שרעקליכן קריג. בחסדי השם האט ער זיך געטראפן מיט איר און געקענט אויפשטעלן א בית נאמן ישראל מיט ערליכע קינדער, א זעלטענהייט אין רוסלאנד. משנה מקום משנה מזל: נאכ'ן באפרייאונג האט ר' מעכל געזוכט א פלאץ וואו ער קען זיך באזעצן אין א שטילן ארט וואו די קאמוניסטן דרייען זיך נישט אונטער די פוס. פאר דעם האט ער זיך אויסגעוועלט דאס קליין דערפל מאלאכאווקע, דרייסיג קילאמעטער פון מאסקאווא. דארט איז געווען גרינגער זיך צו פארשטעקן פון לאקערדיגע אויגן. ר' מעכל האט געדארפט טרעפן אן ארבעט וואס וועט אים נישט צוברענגען צו חילול שבת. לאנג האט ער געטראכט ביז דער אויבערשטער האט אים חונן דעת געווען און צוגעשיקט א פרנסה וואו ער האט געקענט געהעריג היטן שבת. ר' מעכל האט זיך אויסגעלערנט צו בינדן ביכער און זיך אנגעגעבן ביי אלע פאבריקן אלץ אן עקספערט. ביי די קאמוניסטן האט מען געדארפט שרייבן בלעטער אויף בלעטער פון ריפארטס פון יעדע ריר וואס איז פארגעקומען אין די ראיאן פון רוסלאנד. די 'מאמע' רוסלאנד האט געהאלטן א וואכזאם אויג אויף אירע 'קינדער'. דערנאך האט מען גענומען די אלע הויפנס בלעטער און זיי איינבינדן אין ביכער, אנגעצייכנט מיט פונקטליכע דאטומ'ס. פאר דעם ארבעט האט מען געדארפט האבן א בינדער, און ר' מעכל האט זיך אריינגעדרייט אין דעם פאך. אזוי ווי ער איז געווען א בעל הבית פאר זיך האט ער געקענט קומען און גיין לויט זיינע געברויכן. שבת האט ער קיינעם נישט געדארפט אפגעבן קיין דין וחשבון וואו ער איז יא אדער נישט געווען. אזוי איז ער געווען פון די געציילטע אידן וואס האבן געקענט היטן שבת אן קיין שטער. וואס טוט מען מיט א מקוה? אזוי ווי דערמאנט אין פריערדיגע קאפיטל האט ר' מעכל געהאט א שטארקע חביבות צו א טבילה וואס זיין הייליגער פאטער האט אריינגעבאקן אין אים. אין מאלאכאווקע איז נישט געווען קיין מקוה, פלעגט ר' מעכל פארן איינמאל אין וואך קיין מאסקאווע זיך צו טובל'ען, אבער וואס טוט מען מיט די אבעריגע זעקס טעג פון דער וואך? ר' מעכל האט געהאט גרויס צער אז ער קען זיך נישט טובל'ען אבער דאס איז ליידער געווען דער מציאות אין יענע שווערע טעג. ר' מעכל האט פרובירט צו רופן א בעל מלאכה וואס זאל בויען א מקוה ביי אים אין שטוב פארשטעקט פון די קאמוניסטן, אבער עס איז אים נישט געלונגען. דער ארבעטער האט אים טרוקן געמאלדן אז אפשר אויב ער וועט גראבן זעכציג מעטער אונטער דער ערד קען זיין אז מען וועט טרעפן א קוואל ריינע וואסער און דאס וועט אים קאסטן זעקס טויזענט רובל. ר' מעכל האט צו דעם אויך מסכים געווען אבער צום סוף האט דער פלאן נישט מצליח געווען צו קענען דורכגעפירט צו ווערן. א סוכה אין מאלאכאווקע איז נישט געווען פון די פשוט'ע זאכן. צווישן די צוויי הונדערט אידן וועלכע האבן געוואוינט אין דארף זענען געווען נאר צוויי סוכות, איינס פון רב און דאס צווייטע פון ר' מעכל. די צוויי האבן זיך נישט דערשראקן פון דעם לאנגן שטעקן וואס האט זיי געסטראשעט זיי צו דערגרייכן. ר' מעכל דערציילט זיינע זכרונות פון זיין לעצטן סוכות אין מאלאכאווקע. "איך בין געשטאנען ערב יום טוב אויפ'ן לייטער צו פארענדיגן דעם סכך. פון הימל איז געגאנגען א שלאקס רעגן מיט בייזע ווינטן וואס האבן אומגעווארפן מיין שווער אויסגעהארעוועטע ארבעט. מיין ווייב איז געווארן היסטעריש, 'אוי, דיין גאנצע פלאג און מי איז יעצט געגאנגען לאיבוד.' פון מיינע אויגן זענען אויך געקומען רעגן אין פארעם פון טרערן. איך בין ארויסגעלאפן קויפן קלעפ צו פארעכטן דעם שאדן אבער ס'האט נישט קיין סאך געהאלפן די רעגן איז געווען שטערקער." שפעטערע יארן אין ירושלים פלעגט ר' מעכל קיינמאל נישט פארלאזן דעם סוכה אפילו אינעם שטערקסטן רעגן. ער פלעגט זאגן: "איך בלייב דא צוזאמען מיט די שבעה רועים.

~~~

גומל בענטשן

ווען הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געליטן זיין ערשטע סטראוק, האבן די חסידים זיך פארבונדן מיט ר' מעכל אז ער זאל אריבערפארן קיין אומאן צום ציון פון רבי'ן אויסצו'פועל'ן א ישועה. ר' מעכל האט אנגענומען דעם שליחות מיט ערנסטקייט און זיך געגרייט צום רייזע. ער האט יענעם טאג געפאסט און מתפלל געווען פאר'ן רבינ'ס רפואה. אויפ'ן וועג האט ער אפגעשיידט צדקה וואס ער האט אינזין געהאט צו געבן פאר א רעכטן ארימאן. עס גייט נישט אריבער א קורצע צייט און א איד אין גאר א נעבעכדיגן צושטאנד איז צוגעקומען צו ר' מעכל און מיטגעטיילט מיט אים אז ער איז נארוואס ארויסגעלאזט געווארן פון די רוסישע גרויזאמע תפיסה נאכ'ן שמאכטן דארט לאנגע יארן און יעצט איז ער אויפ'ן וועג אהיים אן קיין געלט פאר שפעזן און עסן. ר' מעכל האט געוואוסט אז די צדקה פון זיין טאש איז רעכט צוגעבן פאר דעם איד. יענער האט אויפגעלאכטן זאגנדיג: "דו וועסט נישט שטארבן פאר'ן געבן דאס געלט פאר מיר, אבער איך וואלט יא געשטארבן אן דעם." ר' מעכל האט אנגענומען די ווערטער אלס סימן אז דער סאטמאר רבי וועט בעזר השם איבערלעבן.

More in this printout

View the whole printout