Skip to content
דעם רבי'נס ליכט - אידיש

אונטערוועגנס #52 - ביי רבי נתן'ס נסיעות

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אין קורצן פון פריער:

מיר האבן אריינגעטראטן אין יאר תקס"ו – דער פערדער יאר פון רבי נתנ'ס התקרבות. דער רבי שטעלט אויס א פערזענליכע סדר עבודה פאר די חסידים. דער רבי אנטפלעקט פאר רבי נתן דעם ספר הנשרף. דער ספר המידות ווערט פארטיג.

אצינד ליינט ווייטער:

דער רבי איז מזכה רבי נתן מיט מצוות...

צו רבי יהושע.

רבי נתן האט זיך איינגעקוקט אינעם צעטל און זיך געוואלט איינחזר'ן די שמות כדי ער זאל דאס אויך קענען נוצן אחר פטירתו, אבער ס'איז אים נישט געגאנגען. דער רבי, דערזענדיג ווי רבי נתן פרובירט צו איינקריצן ביי זיך דעם צעטל, האט זיך אנגערופן, "פאר דיר פעלט דאס אויס..." אין אנדערע ווערטער, רבי נתן וועט זוכה זיין צו קענען קומען צו רבי'ן אן צו וויסן די שמות! (ווי דערציילט פון רבי לוי יצחק בענדער ז"ל) שפעטער האט דער רבי דערציילט אז רבי יהושע איז טאקע געקומען צו אים פאר א טובה.

עס איז אנגעקומען צום רבי'ן א ידיעה אז זיין חשוב'ער תלמיד רבי יהושע פון זשירין איז ליידער זייער נישט געזונט. דער רבי האט געזען ברוח הקודש אז ער האלט שוין ביים פארלאזן דער וועלט. נאך פסח האט דער רבי געשיקט רבי נתן צו רבי יהושע מיט א צעטל אויף וואס עס איז געווען אנגעצייכנט שמות וואס דער חולה זאל אינזין האבן אויפ'ן קראנקן בעט. דערצו האט דער רבי געהייסן איבערגעבן פאר רבי יהושע אז ער זאל יעדן טאג טראכטן פון רבי'ן, אזוי וועט ער זוכה זיין אז גלייך נאך זיין פטירה זאל ער קענען קומען צו אים און ער וועט אים א טובה טון.

אויך בנוגע דאס איבערשרייבן דעם ספר הנשרף, האט דער רבי געזאגט צו רבי נתן אז ער איז אים מזכה מיט א גרויסע מצוה מיט'ן געבן דעם פליכט.

דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט צו רבי נתן: "דיין ספר האט שוין אויפגעטון אויף דער וועלט." (די בלעטער תורות וואס רבי נתן האט צאמגענומען אין א קונטרס)

דער רבי האט געזאגט צו רבי נתן, "איך בין דיר מזכה מיט א מצוה מיט דעם וואס איך שיק דיר

אוקריינע אויף אן אופן אז קיינער זאל נישט וויסן דערפון. דער רבי האט זיי מיטגעגעבן בלעטער פון דעם ספר הנשרף צו פארליינען אביסל דערפון אין יעדן ארט וואו זיי קומען אן.

אזוי אויך האט ער זיי געהייסן נעמען חלקים פון זיינע כתבים, אזעלכע וואס אנטהאלטן תורות וואס ער האט געזאגט ברבים (וואס איז שפעטער געדרוקט געווארן אין ספר ליקוטי מהר"ן) און זיי זאלן איבערלאזן עטליכע בלעטער אין יעדן שטעטל.

די שליחות האט דער רבי געשיקט בכוונה צו קענען מקרב זיין די גאולה שלימה.

דער רבי האט זיי שטארק אנגעזאגט אויסצופירן די שליחות ווייל דאס לעבן פון זיין קינד איז געוואנדן אין דעם. רעדנדיג מיט רבי נתן, האט דער רבי אים שטארק געבעטן אז ער זאל מתפלל זיין פאר'ן געזונט פון זיין הייליגער איין יעריגער קינד, שלמה אפרים, זאגנדיג: "ווען איך האב איבערגעגעבן דעם ספר צו פארליינען אין יעדן שטאט, האט איך געוואוסט אז די מקטריגים וועלן זיך שטארקן און זיך נעמען איבער דעם קינד. דערפאר, ווען איך האב איבערגעגעבן דעם ספר האט איך געבעטן פון די שלוחים צו דאווענען און איינרייסן פאר זיין לעבן."

ליידער איז טאקע געשען וואס דער רבי האט אזוי מורא געהאט, גלייך נאכדעם וואס די שלוחים האבן זיך ארויסגעלאזט אין וועג, איז דאס קליין קינד קראנק געווארן אויף טובערקולאז (אן אנשטעקיגע קרענק אוף די לונגען ה"י.)

אזוי ווי זיי האבן זיך געגרייט ארומצופארן אין די שטעט און שטעטלעך לענגאויס אוקריינע, האט דער רבי זיי געהייסן אריינפארן קיין בארדיטשוב

צו הייליגן קדושת לוי זצ"ל און זיי זאלן בעטן ביי אים א נדבה פאר הכנסת כלה.

די צוויי שלוחים האבן זיך ארויסגעלאזט אין וועג, אבער למעשה האבן זיי נישט זוכה געווען צו ענדיגן זייער שליחות בשלימות. ביי יעדן טריט און שריט איז זיי אונטערגעקומען אן א שיעור מניעות. עס האט זיי כסדר געפעלט געלט פאר שפעזן. ווען זיי האבן אנגעקלאפט אין טירן פאר נדבות האט מען זיי פארשיקט מיט בזיונות זאגנדיג, אז זיי זענען געזונט און שטארק צו גיין אליין ארבעטן און זיך פארדינען דאס געלט. אינצווישן האט מען זיי עטליכע מאל חושד געווען אלס גנבים.

רבי נתן האט געזאגט אז אויב דער רבי וואלט אים געשיקט פאר דעם שליחות, וואלט ער דאס אויסגעפירט ביז'ן סוף.

למעשה ווען זיי האבן זיך אומגעקערט צום רבי'ן, האט ער זיי אױפגענומען מיט גרויס פרייד זאגנדיג, "ברוך השם אז איך זע ענק דא צוריק. איך האב געמיינט אז איך וועל ענק שוין נישט זען צוליב די גרויסע שוועריגקייטן וואס דער בעל דבר האט אונטערגעשטעלט צו פארהאלטן פון אויספירן דעם שליחות צו דערנענטערן די גאולה."

אין א צווייטע גירסה ווערט געברענגט אז דער רבי האט געזאגט: "געלויבט איז דער אויבערשטער אז איך האב געשיקט רבי יודל און רבי שמואל אייזיק. אויב וואלט איך געשיקט רבי נתן, וואלט ער זיך קיינמאל נישט צוריקגעקערט..." רבי נתן וואלט אזוי געקאכט מיט דעם שליחות, אז ער וואלט זיך נישט געקענט איינהאלטן און וואלט געגאגנען ביז מסירת נפש ממש.

פארזעצונג קומט אי"ה

More in this printout

View the whole printout