Skip to content
באלעבאטיש

"הושענה רבה" איז פון די גאר געהויבענע טעג אין יאר!

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

דער בעל תפילה גייט אנגעטון מיט'ן קיטל, דער נוסח אנגעהויבן פון 'אדון עולם', איז פונקט ווי ראש השנה און יום הקדוש.

כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א זאגט די ברכות מיט א געוואלדיגע התעוררות און השתפכות הנפש, ממש ווי אין די ימים נוראים, און ווער רעדט נאך פון די עבודה ביי די נענועים און הושענות!

ביי קריאת התורה זאגט מען 'ה' ה'' און דער "יהי רצון" פון די ימים נוראים. מ'דוכנ'ט וכו', ס'איז בבחי' פון די הייליגע טעג, און ס'איז שוין ממש דער לעצטער שאנס, ס'איז דער טאג פון מסירת הפיתקין!

אמאל דארף מען חיזוק אז דאס דאווענען זאל זיין כדבעי טאקע פון אנהייב. מ'דארף געדענקען, אז דער גאנצער ענין וואס מ'איז אויף ביינאכט און מ'זאגט תהלים, איז מחמת גודל קדושת היום. איז דאך זיכער אז אין אזא גרויסע טאג זאל מען דאווענען א תפילת שחרית כראוי וכיאות פון התחלת התפילה ממש!

אמאל רעכנט מען צו קענען קומען בערך אין צייט צו "ברכות", אבער מ'דארף נאר שאקלען לולב, און טרינקען א קאווע, און די פינף מינוט מאכט אויס אויף די גאנצע פסוקי דזמרה, נאכדעם דארף מען שוין לויפן צו כאפן חצות.

החכם עיניו בראשו, אין אזא טאג איז כדאי צו קומען עטליכע מינוט פריער. כדי צו קענען דאווענען מיט ישוב הדעת און כוונה, און אזוי פועל'ן גרויסע ישועות! דעם יאר הושענה רבה : פינף מינוט פאר ברכות!

More in this printout

View the whole printout