שאלה: מען מעג ארויפשפריצן צוקער-שטויב ("קאָנפעקשאן צוקער") אדער קאָקאָו א.ד.ג. אויף געבעקסן?
תשובה: מ'מעג, וויבאלד עס צעשפרייט זיך נישט מיט'ן כח פונעם ווינט. דער ספעציעלער 'זייער' מעג מען נאר ניצן אויב מ'האט נישט אינזין אפצוטיילן די צאמגעקלעבטע שטיקלעך, נאר מ'ניצט עס כדי ס'זאל זיך גוט פארשפרייטן. אבער ס'זענען דא מחמירים, ווייל ס'זעט אויס ווי אן 'עובדא דחול'.