Skip to content
באלעבאטיש

מועדים לשמחה

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

אין די עשרת ימי תשובה האב איך צוגעהערט ווי א איד פרעגט פון א רב אזא שאלה: ס'איז באקאנט פון חז"ל, אז אין די צען טעג באשטימט מען "כל מזונותיו של אדם", אויסער וואס מ'געבט אויס אויף שבתים וימים טובים ושכר לימוד.

האט דער איד געפרעגט, וואס טוט זיך אז איינער וויל קויפן בלומען אויף שבת? ס'איז נישט קיין ביליגע זאך, און ביי אים איז עס "שלום בית", זי האט שטארק הנאה דערפון, צי מ'קען זאגן אז דאס גייט אריין אין די גדר פון הוצאות שבת, און ער דארף נישט שפארן דערויף?

דער רב האט אים געענטפערט, אז יעדע זאך וואס א מענטש טוט מיט אן אמת'ע כוונה "לכבוד שבת", און ער נארט זיך נישט, נישט אז ער קויפט א שיינעם שטריימל אז זיין שכן זאל זען, נאר ער האט אינזין דעם שבת, גייט עס אריין אינעם גדר פון הוצאות שבת!

א איד וואס האט צוגעהערט דעם שמועס, האט געפרעגט פונעם רב: איך קויף יעדע וואך איינע פון די אויסגעהאלטענע וועכנטליכע מאגאזינען, מ'קויפט עס שוין מיטוואך, און איך זאג פאר מיינע קינדער אז מ'לייגט עס אוועק "לכבוד שבת", וויל איך וויסן אויב איך קען עס אויך רעכענען אויפן חשבון פון הוצאות שבת וימים טובים?...

"דאס איז שוין גאנץ עפעס אנדערש", זאגט דער רב. "ווייל ס'איז דא ערנסטע הלכה'דיגע שאלות צי מ'מעג קוקן די אלע אדווערטייזמענטס, און די אלע ליין מאטעריאל. ממילא, דא קען זיין פונקט פארקערט, איינער וואס עפנט עס אויף מיטוואך, איז עס נאכמער "לכבוד שבת", אז ביז שבת זאל עס שוין זיין דורכגעליינט, אדער איינער וואס לייגט עס אוועק אויף זונטאג".

מ'קען אפשר זאגן א משל: דער צען יעריגער מושי, איז דער איינציגסטער "אושפיזין" אין די גאנצע משפחה, יעדעס יאר ערווארט מען עפעס גאר גרויס לכבוד זיין אושפיזין. די משפחה האט שוין געענדיגט עסן די הערליכע יו"ט סעודה צוזאמען, מ'גרייט זיך אריינצוברענגען די לאנג ערווארטעטע אייזקרים, די מאמע קומט אריין מיט'ן גרויסן טאץ, יעדער שטראלט פון שמחה, אויסער מושי, ער זיצט מיט א זויערן פנים... ער זעט אז ס'איז געמאכט פון ניס און וויפ, ער איז אלערדזשיק צו די צוויי זאכן. אנשטאט זיך פרייען, איז ער אינגאנצן פארטרויערט, מען מאכט עפעס לכבוד אים, און ער קען עס נישט עסן. יעדער בר דעת פארשטייט, אז דאס איז ממש חוזק געמאכט, ס'איז אים בכלל נישט קיין כבוד.

לענינינו: איינער וואס קויפט עפעס וואס דער שבת איז ממש אלערדזשיק צו דעם, און ס'איז אים בכלל נישט קיין כבוד. און דו ווילסט נאך אז ער זאל עס באצאלן?...

פארקערט, איינער וואס ביים זמן הדלקת נרות אנשטאט אויפרייסן די אלע פרישע זעקלעך, נעמט ער א שאפינג בעג, און ער פאקט עס אוועק ביז חול המועד, אזא איינער איז באמת מכבד דעם יום טוב.

פאריאר פאר פסח האט מען ארויסגעלייגט א גליון, וואו מ'האט צענומען דעם נושא, וויפיל שייכות די מאגאזינען האבן טאקע מיט'ן יום טוב.

דער יונגערער דור האט נישט געקענט פארשטיין וויאזוי מ'קען אוועקמאכן די עונג יום טוב פון אזויפיל אידישע קינדער. ווייטער, די מיטל-יעריגע דור, וואס זיי זענען אויפגעוואקסן און צוגעזען ימים טובים לישראל אן די אלע מאגאזינען, האבן גוט פארשטאנען און מחזק געווען דעם ענין.

מיר וועלן דא מעתיק זיין א שטיקל פון יענעם גליון, און דערנאך א בריוו וואס מ'האט באקומען נאך יום טוב פסח העעל"ט:

"...צווישן די ארטיקלען זענען דא געוויסע מאמרים וואס געבן חיזוק אין פארשידענע עניינים, אבער פונקט אזוי זענען אויך דא וואס האבן בכלל נישט קיין שייכות מיט'ן יום טוב, צב"ש א באזוך אין די עף-בי-איי ביורא, אדער איינער וואס פאָרט ארום די וועלט, און דערציילט זיין איבערלעבעניש; מ'קען לאו דוקא זאגן אז ס'איז מוסיף אהבת ה'.

דערנאך קומט דער חלק פון די בילדער. א גרויסער חלק דערפון זענען טאקע פון גדולי ישראל, וואס מ'קען זאגן אז דאס זענען עניינים של יראת שמים, אבער אויסער די בילדער פון די רבי'שע מעמדים, לייגט מען אויך צו בילדער פון וועלטליכע פאסירונגען: א כאפצעם אין ווילאמסבורג, אן עקסידענט אין די בראָנקס; א פארפלייצונג אין דזשארדזשיע; און אן ערד-ציטערניש אין אינדיע. דאס איז שוין גאר אן ערנסטע שאלה צי מען מעג עס קוקן שבת ויו"ט. אדער איז עס גאר קיין שאלה...

אמאל מאכט א מענטש א פעסטע החלטה: "איך קוק גארנישט אויסער דעם ארטיקל..." דער מציאות איז אבער, אז ס'איז מושך... און מ'ווערט פארכאפט; מ'הייבט אן ביי איין זאך, און מ'טרעפט זיך ביי גאנץ עפעס אנדערש.

והעולה על כולנה זענען די אדווערטייזמענטס מיט וואס די אויסגאבעס זענען אנגעשטאפט, יעדע פאר בלעטער זעט מען אויג-פארכאפנדע מודעות. שוין חדשים פריער זיצן גרויסע מומחים, און זענען מטכס עצה אנצוגרייטן אן "עד" וואס זאל טראגן דעם 'ה' הידוע' פונעם סעזאן, און דאס איז קלאר, אז קוקן מודעות פון מסחר, איז אסור לכל הדיעות.

ס'זענען דא וואס טענה'ן, אז זיי קוקן עס אויסדריקליך נישט פאר ביזנעס, ס'איז פשוט פאר נייגעריגקייט; מ'האט סתם הנאה צו זען די קרעיטיוועטי פון כלל ישראל... דער אמת איז טאקע אזוי, מ'כאפט אבער נישט, אז דאס אליין איז געווען די כוונה פונעם גאנצן עד. דער 'הבה נתחכמה' ביים אנגרייטן דעם עד איז געווען: וויאזוי וועט מען נעמען דעם עמך-איד, און אים מאכן בליקן אויף אן עד פון 'ספעציעלע קינדער', בשעת ס'האט יעצט גארנישט קיין שייכות מיט אים? והא ראיה, די בעלי מסחר צאלן תבין ותיקלין, און ס'ארבעט פיין; דער עולם האט שטארק הנאה דורכצוטון סיי וועלכע אדווערטייזמענט, און ס'גייט אריין אין קאפ, עד כדי כך, אז אמאל איז דאס דער קופקע-שמועס אפילו צווישן דערוואקסענע...

און דאס איז כולי עלמא מודי, אז די וועכנטליכע אויסגאבעס, וואס מ'באקומט בחינם, וואס ס'איז רוב רובו אדווערטייזמענט, איז ממש מוקצה. ס'איז דאך איין שטיק מסחר.

און אפילו אין א מקום וואו מ'קען נישט לערנען קיין תורה, איז אויך נישטא קיין היתר צו בליקן שבת ויו"ט; אין שו"ע ווערט דערמאנט, אז אפילו אין די מקומות, זאל מען אכטונג געבן אז די מחשבות זאלן נישט זיין ענייני חול.

יעצט קומען מיר צום הויפט נקודה: לו יהיה אז מ'זאל טרעפן היתרים פאר אלע אויבנדערמאנטע עניינים (במקום צער), קומט אבער ארויף גאר א סענסעטיווע שאלה: וואס טוט זיך מיט קדושת החג?

וואס האט א מאגאזין שייכות מיט "אתה בחרתנו מכל העמים ורוממתנו מכל לשון, וקדשתנו במצותיך?..." בזמן שבית המקדש היה קיים, האט יעדער איד געדארפט 'עולה רגל' זיין אין די שלש רגלים, כדי זיך צו דערנענטערן צום באשעפער. אויב מען מעג זאגן, זענען דא געוויסע ארטיקלען און עדס וואס טוען ממש דאס פארקערטע...

יעדער פון אונז לייגט דאך אריין אזויפיל כח און הכנות צום יום טוב. א חסיד'ישער איד איז נאכמער מהדר, און לייגט צו מער חומרות און הידורים, מ'וויל מחנך זיין די קינדער צו א דערהויבענעם יו"ט, ס'איז ממש א שאד אליין מאבד צו זיין דער גאנצע ארבעט...

ע"כ פונעם יענעם גליון. יעצט א מעסעדזש פון א איד:

א גוטן, דא רעדט א איד פון מאנסי. דער גליון קומט קומט אן צו מיר אין מאנסי, און איך האב געליינט וועגן די יו"ט מאגאזינען. איך האב ב"ה א קינדער-געבענטשטע משפחה און כ'האב ליב איינצוקויפן א גרויסן הויפן פון ליין מאטעריאל, און איך האב אויך גענוג צייט צו ליינען...

כ'האב דורכגעליינט דעם גליון, און געזען אז ס'איז דברים של טעם, האב איך באהאלטן דעם פעקל אויסגאבעס, לאו דווקא פון מיינע קינדער, נאר פון מיר אליין. פאר יו"ט בין איך אריין אין ספרים געשעפט, און געקויפט א ביכל מיט א ביאגראפיע פון עטליכע גדולי ישראל, און אנשטאט ליינען די אלע לופטיגע זאכן, האב איך געליינט עניינים וואס ברענגען נענטער צום באשעפער. איך וויל אייך באדאנקען אויף דעם, א גרויסן ייש"כ, הצלחה רבה.

הערת הכותב: דער גאנצע מאמר איז גערעדט צו יעדעם פאר זיך, בנוגע די משפחה און קינדער, כל ערום יעשה בישוב הדעת בתבונה ובהשכל, וד"ל.

More in this printout

View the whole printout