Skip to content
באלעבאטיש

יום א' דחג

  • Sukkos
  • 5787
  • Yiddish
View printout

מיר אלע ווייסן אז מיר האבן, ב"ה א גרויסע היכל בית המדרש, וואו ס'איז דא גענוג פלאץ צו דאווענען און מיטהאלטן די הייליגע טישן מיט הרחבת הדעת. מיר האבן ברייטע דורכגענג; גענוג בתי כבוד; א באקוועמע קאווע שטיבל; און אודאי א הערליכע מקוה.

והעולה על כולנה, האבן מיר די זיבן הערליכע חדרי התפילה וואו מ'קען דאווענען א גאנץ יאר, בפרט דערקענט זיך עס ביי סליחות און אויך חול המועד. (איר געדענקט נאך ווען מ'האט זיך געדארפט שטעלן אין יעדן ווינקל און אין יעדן דורכגאנג... דאס אליין איז שוין געווען א "סליחה וכפרה...").

וואס מיר ווייסן אבער אפשר נישט, איז וואס עס האט זיך אפגעטון אויבן אין די "גאלעריע" די ימים הנוראים העעל"ט. ס'איז באקאנט, אז די טעג זענען זיס און הייליג. אבער ווי נישט, ווען א בחור דארף זוכן א פלאץ, און צאמשטופן זיך צווישן יענעמ'ס רוקן און א באנק, לאזט עס נישט אלעמאל דעם בעסטן רושם... וד"ל.

זייט מיר האבן ב"ה דעם נייעם שול, שטייען קרוב צו טויזנט בחורים אויבן אין די גאלעריע, איש על מחנהו, יעדער מיט אן אייגן בענקל. מ'קען ברענגען א שטענדער, און דאווענען אלע תפילות מיט ישוב הדעת און רואיגקייט; דער בחור פילט זיך ווי א מענטש פאר זיך!

ס'איז געווען א מחזה נורא והוד, צו זען ווי די אלף בחורי חמד דאווענען מיט א געוואלדיגע התלהבות און מנוחת הנפש! לא יאומן די געוואלדיגע תועלת וואס דאס ברענגט, בהוה ובעתיד אויף אזעלכע הייליגע טעג, ודי למבין. (און מיינט נישט אז די שטענדערס זענען געווען פול מיט "גליונות" און ספרים, בכלל נישט! די חשוב'ע בחורים זענען געקומען בלויז מיט'ן מחזור, און דאס איז עס!).

מיר דארפן דאנקען דעם אויבערשטן, און אויך די געטרייע עסקנים!

עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך ה' אלוקינו.

More in this printout

View the whole printout