דער גאון הגדול ר' יצחק זילבערשטיין שליט"א איז געווען ביים דענטיסט, און ער האט געזען אז אלע זיין ציינער זענען פריש און געזונט. האט ער אים געפרעגט: "וויאזוי איז מעגליך אז אין אזא עלטער זאלן אלע ציינער זיין גאנץ און פריש?" האט ער געענטפערט, אז מ'רעדט נישט קיין לשון הרע מיט'ן מויל, האלטן זיך די ציינער גוט. האט דער דאקטער נאכאמאל געפרעגט: "נו, וויאזוי איז דאס מעגליך צו קיינמאל נישט צו רעדן קיין לשון הרע?" האט ער געזאגט: "אז מ'האט ליב א צווייטן איד, רעדט מען נישט אויף אים".
בכ"ר: יונה האלצלער